רבי אהרן שטערנקלאר אבד"ק חאדרוב

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

רבי אהרן שטערנקלאר אבד"ק חאדרוב

שליחה דורך דולה ומשקה »

הגה"ק רבי אהרן שטערנקלאר אבד"ק חאדרוב גאהר ווייניג איז באקאנט פין איהם, אבער אין די הערות פין לאפוש'ער רב (למגילת יוחסין בריש ספר היטב אטיב) שטייט אז דיער חאדרוב'ער רב איז געוועהן א איידעם ביי הרבני הנגיד ר' נחום ראש הקהל דק"ק דראהביטש וואס איז געוועהן א אייניקעל פון רבי יקותיאל זלמן אבד"ק דראהביטש, אין איידעם פין הרה"ק הקדוש רבי מאיר אבד"ק חירוב.

פון ספר שיחות חולין שלתלמידי חכמים איז משמע אז רבי אהרן אבד"ק חאדרוב האט זיך געציילט בבני החבורה קדישא פון הייליגען רבי ר' אלימלך מליזענסק אין שפעטער פין הייליגען חוזה מלובלין זי"ע.

איינמאהל איז דער חוזה מלובלין געוועהן אויף א שבת קודש אין שטאט חאדרוב, אין היות עס האט שטארק גערעגנט, אין אלע גאסען דארט אין געווארען זופיג אין א אשטיק בלאטער, אין פארשטייט זיך אז די שטאטסלייט האבען נישט געקומען צום 'טיש', זיצענדיק אליינס ביים טיש האט דער חוזה געגעבען א זאג בדרך צחות: הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך, דאס הייסט המלך מלכי המלכים, האט מיר געברענגט צום שטאט חאדרוב, אבער א מענטש איז נישט געקומען צו מיר, בכל זאת נגילה ונשמחה בך מיט שכינה אליינס.

זיין גרויסע אייניקעל דער הייליגע ייטב לב ברענגט (ייטב פנים מאמר הוד והדר חנוכה אות כב) א שיין ווארט בשמו, וז"ל: "שמעתי בילדותי משמו של זקני אבי אמי הרה"צ מו"ה אהרן זללה"ה שהי' אב"ד דק"ק חאדריב..."

אין ספר חידושי ש"ס איז דא הסכמה פין איהם, וז"ל: "לאשר דיברתי עם כבוד הרב המחבר נ"י וראיתי כי דבריו נעמו, ואף חכמתו עמדה לו, לזאת נשא לבי איתי להיות אנכי מן הנמנים לקבל הספר אי"ה ונתתי מעות קדימה שני רוביל כנ"ל, באתי עה"ח יום ד' י"ד מרחשון תקע"ה לפ"ק אהרן שטערנין קלעהר אב"ד דק"ק חאדרוב". אינטרעסאנט צו באמערקן פאר דער הסכמה שטייט "הרב הגביר הגדול המפורסם האב"ד דק"ק חאדרוב נ"י בק"ק לבוב". קען זיין פאר שטיק צייט האט ער געוואוינט אין לעמבערג. אויך ווערט ער דערמאנט ציווישען די נותני מעות קדימה אין ספר 'יסוד יצחק' (זאלקאווע תק"ע), ער ווערט דערמאנט ציווישען די די לעמבערג'ער איינוואוינער, זעהט טאקע אויס ער האט לכל הפחות פאר צעהן יאר דארט געוואוינט, ווייל אויף די מעות קדימה על פירוש בעל הטורים בן הרא"ש (לבוב תקס"ו) ווערט ער אויך דערמאנט בין תושבי עיר לב"ב. בשנת תקע"ט טרעפט מען זיין חתימה אויף א "כתב בקשה והמלצה מתושבי עיר לעמבערג" צו די מנהלים פון "עדת קהל לעמבערג". נאך א מעות קדימה איז אויף שו"ת תפארת צבי, אין אויך בספר 'עמק ברכה' (לבוב תקס"ח).

זיין חתימה טרעפט מען אויך ציווישען די חותמים וואס האבען אינטער געשריבען ק"ק לעמבערג תק"ע אויף א בריעוו צו הגאון בעל ישועות יעקב דער לעמבערג'ער רב, בנוגע די התמנות פון הגה"ק רבי צבי הירש חריף, וואס איז דעמאלס געוועהן רב אין בריגעל, צו ווערען אויפגענומען לדומ"ץ בק"ק לבוב.

רבי מאיר איז נתאלמן פין זיין בני ביתו הרבנית מרת פייגא די טאכטער פון רבי נחום רה"ק דק"ק דראהביטש, זי איז נפטרה געווארען גאר יונג, ווען איהר טאכטער הרבנית הצדיקת מרת רויזא בלימא ע"ה (אשת הגה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים) איז געוועהן בלויז פערצען וואכען. רבי אהרן האט נאכאמאהל חתונה געהאט, אין נאכען חתונה האבען צום צווייטען מאהל ערשט דעמאלס איז ער געווארען אויפגענומען אלס אבד"ק חאדרוב. אין זיין טאכטער הרבנית רויזא בלימא איז געווארען אויפגעצויגען בבית זקינה רבי נחום אין שטאט דראהביטש.

ווען רבי אלעזר ניסן איז א חתן געווארען, איז ער טאקע א חתן געווארען אין דראהביטש נישט אין חאדרוב, אין נאך זיין חתונה איז געבליבען וואוינען אין דראהביטש זייענדיק סמוך על שולחנו פין חו"ז רבי נחום ז"ל.

יום אין שנת פטירתו איז נישט באוויסט. אויב איינער האט מער ידיעות איבער די שטאט חאדרוב איבער די בית החיים, זאל זיי מוחל מודיע זיין.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר