האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א

שליחה דורך חקרן »

איך עפן דא אן ערנסטן אשכול, און איך בעט צו האלטן דעם אשכול ערנסט און בא'טעמ'ט. אלע דזשאוקס און וויצן, קען מען אריינשרייבן אין די אנדערע צוויי אשכולות וואס זענען שוין פארהאן אויף די שיטה און דער מענטש. דא זאל עס געהאלטן ווערן ערנסט.

אזוי ווי יעדער זעט פונעם קעפל, רעדט זיך עס דא פון האדמו"ר מויז'ניץ - מרכז. איך וויל הערן פון זיינע אוהדים וחסידים - וואס איך גלויב אז אויך זיי דרייען זיך דא - וואס זענען די מעלות און כשרונות פון דער מענטש. וואס פארקויפט ער מער פון אנדערע אלגעמיינע מענטשן אויפן כדור הארץ? - יעדע רבי פארקויפט עפעס וואס זיינע חסידים קענען סעילסן ווייטער. דער בעלזער איז א חכם און מנהיג, דער סקווירער איז א דאקטער, דער גורער איז א קאמענדאנט, דער סקולענער איז א מנגן און שלאפט נישט קיין נעכט. דער קלויזנבורגער איז א למדן, דער סאטמארער טראגט דער דגל הקנאות... אוודאי וועט יעדער האבן מתנגדים וואס וועלן מחולק זיין און זאגן אז ס'איז נישט אמת. ערלעדיגט, אבער איך וויל וויסן אין ערשטן פאל, וואס פארקויפט דער רבי פון מרכז ויז'ניץ? - וואו שטעקט זיין גרויסקייט? - פארקויפט ער לומדות? - פארקויפט ער עבודת התפילה? - אפשר פארקויפט ער גשמיות, ווי חכמה, הנהגה וכו'?

איך בעט נאכאמאל צו האלטן דעם אשכול ערנסט. ביטע מיר מסביר זיין די מעלות און כשרונות פון רבי'ן, ווי אויך אביסל זיין פאזעטיווע היסטאריע, וואס ליגט אויף זיין רעזערמעי, און וואס האט ער שוין דערליווערט?

דער אשכול פארמאגט 101 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר