הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

הודעהדורך calculator » זונטאג אפריל 14, 2019 1:46 pm

די לעצטע פאר חדשים הער איך אים אויס אויף "תורה-עני-טיים" אין אויף זיין "במנוחות ינהלינו האט-ליין", איך בין ממש ערשטוינט פון דעם איד, איך מיין ער איז היינט דער איינציגסטער מורה הוראה פון די חסידישע קרייזן וואס פארשטייט צום דור, אין ער האט ארויס אינזער קאראפטע סאסייעטי וואס איז דורך געפאולט מיט אסאך צודרייטע הנחות און הנהגות און אייגען געבאקטע הלכות דאורייתא'ס מיט דרבנן'ס, איך האב אויסגעהערט 100'טע פון זיינע קורץ און שארפע שיעורים אין הלכות בהרבה מקצועת בתורה, ווי ער האלט שוין אריבער 700 שיעורים, ווי ער שטעלט אוועק וואס איז אן הלכה און וואס א מנהג און וואס איז סתם שטותים, אן קיין סאסייעטי חשבונות בלויז וואס דער אייבערשטער וויל פין אונז, אין מען זעהט פין זיין רעדן ווי ער מיינט עס אמת'דיג, נישט סתם וויאזוי מענטשען וואלטן געריפן אזא מענטש, קל, אויפגעקלערטער. יא, אויפגעקלערט אבער מיט א יראת שמים להורות את המעשה אשר יעשון. אין בפרט בין איך זייער נתפעל געווארן פין הלכות כיבוד אב ואם, יחוד, עונה, צניעות, אבער אין אלעס נישט נאר אין הלכה נאר אויך אין שלום בית חינוך ווי ער גייט צי צו עס מיט אזא מין תורה'דיגע צוגאנג הפלא ופלא, ממש קולע אל השערה.

נו. קומט זיך אים אן עקסטער'ן אשכול
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך בילקעלע » זונטאג אפריל 14, 2019 2:14 pm

וואס איז די נומער פון זיין האטליין?
בילקעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 18, 2016 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אפריל 14, 2019 2:16 pm

סאיז שוין דאכצעך דא א אשכול איבער אים אין קאווע שטיבל.

ער איז א זוהן פון די וויזניצער דיין הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג אפריל 14, 2019 2:19 pm

בילקעלע האט געשריבן:וואס איז די נומער פון זיין האטליין?


212-776-0030
#5 איז אימזינסט

שבת אחים האט געשריבן:סאיז שוין דאכצעך דא א אשכול איבער אים אין קאווע שטיבל.

ער איז א זוהן פון די וויזניצער דיין הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן.



ווי?
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג אפריל 14, 2019 2:34 pm

טאקע נעכטן געקלערט אריבערצוברענגען דא די נייעס וואס עס האט געזאגט מהר"א מסאטמאר דעם שבת הגדול איבער דעם מדובר.
צוליב ריבוי האשכולות איז דאס אפגעשיבט געווארן...
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך בן ישי » זונטאג אפריל 14, 2019 3:06 pm

וואס האט די רבי געזאגט?
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

הודעהדורך בן ישי » זונטאג אפריל 14, 2019 3:08 pm

דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג אפריל 14, 2019 3:33 pm

דאכצעך אז די אשכול איבער איהם איז אין מאחורי.

איך פערזענליך גלייך איהם נישט צו סך, אבער כ'ווייס פון אסאך אירע וואס האבן זייער הנאה געהאט פון זיינע שיעורים און עס האט געטוישט זייערע לעבן.
לדעתי איז א שאד אבער אז ער האט אביסל איבער געצויגן דאס שטריק, ווען ער זאגט ווען אבסיל ווייניגער אפען געוויסע זאכן, וואלט ער נישט מבאיש ריחו געווען, און וואלט געקענט אויפטוען אסאך מער.
( לדוגמה, אויף די שאלות ותשובות סעריעס זענען זייער אסאך בייז וכדומה)

מהר"א האט גערעדט בכלליות איבער מדריכים וואס זענען נישט אונטער זיין שליטה, ולא שמעתי אינו ראיה.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 715 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג אפריל 14, 2019 4:05 pm

בן ישי האט געשריבן:וואס האט די רבי געזאגט?

מהר"א האט אים גאר שטארק אראפגעפליקט און אונטערגעריסן.
בתוה"ד האט ער געזאגט בערך ווי פאלגענד: אונזער קהילה שטעלט צו פאר יעדן אן אויסנאם חתן מדריכים, די א.ג. מדריכים פון פארשידענע ערטער זענען ריקים און מנוולים, בפרט דער הרב פלוני וועלכער איז זעלבסט ארויסגעווארפן פון זיין קהילה און ער פאררופט זיך אלס דיין. מ'וועט פון היינט און ווייטער שטרענג פארסירן די וועלכע ברענגען אים דא אריין אין שטאט און טוען ארגאנעזירן אייגענע שיעורים מיט אים. וכו' וכו'
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג אפריל 14, 2019 4:10 pm

בן ישי האט געשריבן:זיין סייט
https://pricelessknowledge.com

וואס זאגט ער priceless, ס'האט דאך יא פרייזן דארט?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג אפריל 14, 2019 5:12 pm

בשעת איך האב געפענט די אשכול האב איך נישט געהאט געוויסט אז אהרן'ן זאל מיר זיין געזונט האט זיך געפענט נעכטען זיין מויל אנטקעגן אים ווען יא וואלט איך מיך אוודאי נישט דערוואגט צי עפענען אן אשכול אנטקעגן דעם דעת פינעם חכם מכל אדם, אבער זאג פאר אהרן'ן אז ער זאל זיך פארמאכן זיין מויל, ווייל עס איז מוחזק אז ווען ער רעד מאכט ער זיך נאר קליא, ביי די בארקלעס ראלי האט ער גערעד אנטקעגען האבן די זאליס געהאט א הצלחה אין יעצט ביי די ארטער-עש ראלי איז ער געווען שטיל האבן די זאליס געהאט א דורכפאל.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג אפריל 14, 2019 5:59 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:דאכצעך אז די אשכול איבער איהם איז אין מאחורי.

לדעתי איז א שאד אבער אז ער האט אביסל איבער געצויגן דאס שטריק, ווען ער זאגט ווען אבסיל ווייניגער אפען געוויסע זאכן, וואלט ער נישט מבאיש ריחו געווען, און וואלט געקענט אויפטוען אסאך מער.
( לדוגמה, אויף די שאלות ותשובות סעריעס זענען זייער אסאך בייז וכדומה)



דאס האב איך טאקע ארויס געברענגט אז ער רעכנט זיך נישט מיט די סאסייעטי, ווען ער זאל רעדן ווייניגער אפען געוויסע זאכן (דהיינו זיך רעכענען מיט די סאסייעטי'ס הנחות אין נישט מיט די תורה) וואלט זיין בליג אין אידישקייט בכלל נישט געווען אויף אזא קלארע פארנעם ווי אזוי ער האט יעצט, ווואלט ער אויס געקוקט ווי די אנדערע שיינע און גוטע בעלי דרשנים און דיינים וואס האבן טאקע אויבן אויף מער הצלחה און זיי זענען מער אנגענומען אבער באדעם ליין זענען זיי פול אויף בלאני.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:24 am

לבי ובשרי האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:וואס האט די רבי געזאגט?

מהר"א האט אים גאר שטארק אראפגעפליקט און אונטערגעריסן.
בתוה"ד האט ער געזאגט בערך ווי פאלגענד: אונזער קהילה שטעלט צו פאר יעדן אן אויסנאם חתן מדריכים, די א.ג. מדריכים פון פארשידענע ערטער זענען ריקים און מנוולים, בפרט דער הרב פלוני וועלכער איז זעלבסט ארויסגעווארפן פון זיין קהילה און ער פאררופט זיך אלס דיין. מ'וועט פון היינט און ווייטער שטרענג פארסירן די וועלכע ברענגען אים דא אריין אין שטאט און טוען ארגאנעזירן אייגענע שיעורים מיט אים. וכו' וכו'


ער געבט דרשות אין קרית וואך?
האט מהר"א דערמאנט זיין נאמען?
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:39 am

בן ישי האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:וואס האט די רבי געזאגט?

מהר"א האט אים גאר שטארק אראפגעפליקט און אונטערגעריסן.
בתוה"ד האט ער געזאגט בערך ווי פאלגענד: אונזער קהילה שטעלט צו פאר יעדן אן אויסנאם חתן מדריכים, די א.ג. מדריכים פון פארשידענע ערטער זענען ריקים און מנוולים, בפרט דער הרב פלוני וועלכער איז זעלבסט ארויסגעווארפן פון זיין קהילה און ער פאררופט זיך אלס דיין. מ'וועט פון היינט און ווייטער שטרענג פארסירן די וועלכע ברענגען אים דא אריין אין שטאט און טוען ארגאנעזירן אייגענע שיעורים מיט אים. וכו' וכו'


ער געבט דרשות אין קרית וואך?
האט מהר"א דערמאנט זיין נאמען?

א) יא, ער פלעגט צו מענטשן אינדערהיים, גרופעס, פאר קורסעס.
ב) ניין.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:50 pm

צו האבן א ריכטיגן בילד איבער אים, ברויך מען האבן דא איינעם וואס זאל אראפשרייבן זיין דרשה ביי 'קרבתנו' וואס ער גיבט שבת נאכמיטאג ווען מ'קען נישט רעקארדירן.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1020
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:13 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:צו האבן א ריכטיגן בילד איבער אים, ברויך מען האבן דא איינעם וואס זאל אראפשרייבן זיין דרשה ביי 'קרבתנו' וואס ער גיבט שבת נאכמיטאג ווען מ'קען נישט רעקארדירן.

כפי ידיעתי האט מען איהם שוין נישט גערופן צום היי יעריגן שבת קרבתנו, שוין צו לינק פאר זיי אויך.
קארעקט מי איף איים wראנג.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 715 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:45 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:צו האבן א ריכטיגן בילד איבער אים, ברויך מען האבן דא איינעם וואס זאל אראפשרייבן זיין דרשה ביי 'קרבתנו' וואס ער גיבט שבת נאכמיטאג ווען מ'קען נישט רעקארדירן.

כפי ידיעתי האט מען איהם שוין נישט גערופן צום היי יעריגן שבת קרבתנו, שוין צו לינק פאר זיי אויך.
קארעקט מי איף איים wראנג.

נישט זיכער צו ס'האט מיט לינק ווס. רעכט, איך ווייס נישט צו ביי די לינקע איז יא דא אזוינע סארט דרשות.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1020
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

הודעהדורך אספקלריה » מאנטאג אפריל 15, 2019 7:20 pm

איך זעע יעצט אז ער האט אנגעפאנגען זאגען שיעורים אויף שיר השירים.
איך גלייב סוועט זיין א גרויסע אינטרעסע און זיינע שיר השירים שיעורים.
ער זאגט און זיין הקדמה אז נאך אלע פשטים מוז מען פארשטיין די פשט אז נישט העט מען נישט פארשטיין די נמשל, איז זעעט אויס אז ער גייט מאכען א לענגס און א ברייטס אויף די פשט הכתוב.
דער עולם קען עקספעקטען טיפע לאוו שיעורים
https://t.me/JewishLectures/10476
אספקלריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך calculator » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:06 pm

אספקלריה האט געשריבן:איך זעע יעצט אז ער האט אנגעפאנגען זאגען שיעורים אויף שיר השירים.
איך גלייב סוועט זיין א גרויסע אינטרעסע און זיינע שיר השירים שיעורים.
ער זאגט און זיין הקדמה אז נאך אלע פשטים מוז מען פארשטיין די פשט אז נישט העט מען נישט פארשטיין די נמשל, איז זעעט אויס אז ער גייט מאכען א לענגס און א ברייטס אויף די פשט הכתוב.
דער עולם קען עקספעקטען טיפע לאוו שיעורים
https://t.me/JewishLectures/10476


עטץ זענטס אבאנדע מצומצמים. רעדן פין אהבה אדער לאוו ווי אזוי די ריפסט עס, איז נאר אינטערסאנט פאר די חזירים ווען די מטרה פין דער וואס רעד איז אויך אויף שמוץ, נאר ע"פ תורה, אויב אבער מיינט ער נאר די תכלית פאר זיך ווייל תורה היא וללמוד אני צריך טרעפן זיך נישט די חזירים דאס פאלטץ, ווער עס הערט אויס אפאר שיעורים פין ר' שמואל שפירט גראד אז מטרתו איז נאר ווייל ער האט ליב דעם אמת כמו שהוא.
ווען מען זאל ווען דריקן תלמוד בבלי וירושלמי אין אונזער היינטיגע פאלטשע צניעות'דיגע וועלט וואלט מען אסאך גמרות ארויסגענומען,
מיינט נישט איך בין סתם א פען פאר אים, איך קען אים נאר פין זיינע שיעורים, איך האב אים נאך קיינמאל נישט געזעהן לייוו, נאר את האמת אהבתי ואת שקר שנאתי

אגב, רוב שיעורים פין אים איז נישט פין די ענינים, אבער אין אלעס גייט ער צי מיטן זעלבע מהלך.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג אפריל 16, 2019 12:38 am

בל"נ וועל איך איין טאג אים באשרייבן, סיי אלס מורה הוראה און סיי אלס מומחה בשלום בית/תורת הנפש וכו'. און אויך אלע מיינע עקספיריענסעס מיט אים.
נאר אפאר נקודות פאר יעצט,

א) ער האט א לויזן וועג פון רעדן. נישט שמוציג אדער שלעכט נאר זייער לויז.

ב) ער איז א מורה הוראה מובהק, גענומען הוראה און שימוש ביי גאר גרויסע רבנים, ממילא האט ער א אינטרעסאנטע דרך פסק, אמאל גאר לויז און אמאל שטארק מחמיר.
און בכלל זה נכלל ער איז נישט קיין רעכטער און נישט קיין לינקער! ער איז וואס ער איז, אין איין ענין אזוי און א אנדערע ענין קען ער זיין פונקט פארקערט.
(ווער עס האט געליינט זיין ביכל nine to five וועט זיך אנשטויסן דערמיט. אגב עס איז שוין אפאר מאל איבערגעדריקט געווארן און אסאך שפראכן. ער האט נאך אפאר ספרים, א שו"ת ספר קל כנשר, א ספר אויף קצות און נאך).

ג) ער איז באמת א ירא שמים!

ד) ער איז גאר honest, סיי מיט זיך סיי מיט אנדערע.

ה) ער איז א געלענטע טערעפיסט דורך גאר וועלט בארימטע פסיכילאגן, אבער נאר וואס ער האט זיך געלענט פון זיי, קען ער גוט. (ער איז אבער אויך עוסק און אנדער מענטל העלט ענינים וואס ער האט זיך נישט געלערנט ביי זיי, און אין יענע תחומים סאקט עס.. לענ"ד)

ו) ער ברענגט זיך זייער אסאך מאל נישט גוט ארויס. Hard to express himself. דהיינו אסאך מאל זאגט ער זאכן ער פרובירט זיך מסביר זיין און מען פארשטייט אים נאכאלץ נישט גוט. מענטשן זענען זיך טועה פון זיינע ווערטער.. און ער רעדט אסאך מאל מיט טעותים, אין זיין שכל ווייסט ער וואס ער וויל, אבער עס זאגט זיך שווער ארויס. (מען דארף אים הערן גענוג צו פארשטיין וואס איך מיין), און בשיטה גייט אים עס נישט אן..
צו פארשטיין די שיטה דארף מען קויפן איינע פון די שלוות הנפש שיעורים...

ז) ער העלפט הונדרעטע צו טויזענטע אידן א יאר! מיט שלום בית, מענטל העלט, און סתם אזוי אלס אוזן קושבת און מורה הוראה, ואכ"ז האט ער נישט קיין פרוטה! (מען שאפט אים געלט צו חתונה מאכן).

ח) גדולי מורי הוראה שיקן אים מענטשן מיט OCD אס ער זאל זיין זייער דיין פאר זייער שאלות.. ער האט אפאר שיעורים פאר רבנים מורי הוראות און מחנכים וויאזוי זיך צו אומגיין מיט מענטשן וואס ליידן פון OCD וכדו' אין הלכה. סיי הלכות נדה, סיי בשר בחלב און נאך, ווען מען איז מחמיר און ווען מען איז מקיל, בשיעור עיון בעניני תורת הנפש וויאזוי צו וויסן ווען איינער מיט OCD פרעגט א שאלה, "אבער אפשר..." אויב איז עס טאקע אזוי ווי ער פרעגט אדער נישט, און לגבי וועלכע הלכות מין קען זיך פארלאזן אויף די חזקה. (בתוכם גייט ער אריבער פילע כללי הוראה, ובעיקר איזה שאלות הם ספק דאורייתא ואיזה ספק דרבנן ויכולים להקל).

ט) זיינע שונאים זענען מודה אז ער איז גערעכט און אסאך ענינים מיט אן "אבער" צו דער זייט..

י) ער איז א שונא מובהק פון סעלפאונס! כשר'ע פונקט ווי מאושר! סמארטפאון און "זך" איז ביי אים די סעים לעוועל, לאז עס אין קאר! בעט ער זיך מיט טרערן צו די אינגעלייט. נישט אויף ווייברעיט נאר קאמפליטלי off ווען מען איז אינדערהיים מיט די ווייב..

ובלי נדר עוד ארחב מיט א באזונדע באשרייבונג אויף אים.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20190416_004243_907.jpg
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2013
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך ביבער » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:59 am

לבי ובשרי האט געשריבן:בתוה"ד האט ער געזאגט ...בפרט דער הרב פלוני וועלכער איז זעלבסט ארויסגעווארפן פון זיין קהילה און ער פאררופט זיך אלס דיין.'

איז דעס אמת? פון וועלכע קהילה? פארוואס?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 724
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:40 am

כגלייב נישט אז מהאט אים ארויסגעווארפן פון וויזניץ. איינער ווייסט דא אויב סאיז טאקע אמת?

זיין טאטע, זיין גאנצע משפחה, זיין שווער הרה״ח ר׳ יחיאל לעבאוויטש זענען ממש איין שטיק וויזניץ מאנסי. זיין טאטע איז געוועהן די נענטסטע מענטש צו ר׳ מאטעלע. ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי האט ר׳ מאטעלע געבעטן הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן ער זאל מיטקומען. און ער האט אים געזאגט ״אָן דיר גיי איך נישט״. ער איז טאקע געוועהן פון די ״עשרה ראשונים״. זיין שווער ר׳ יחיאל איז געוועהן די ערשטע היימישע קאָנטראַקטאר אין מאנסי ער האט געבויט גאנצע גאסן דארט און פון די נענטסטע מענטשען צו ר׳ מאטעלע.


א זעלטענהייט, ר׳ מאטעלע טאנצט מיט א שטריימל אויף די חתונה פון הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן אין יאר תשי"ב
לינקס איז ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל (שווער פונעם ריבניצער זי"ע), א שוועסטער-קינד מיט ר' אברהם ניסן שליט"א
בילד
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג אפריל 16, 2019 4:14 am

לויט ווי איך געדענק צו הערן בשעתו האט מען איהם נישט געווארפן. נאר מהר"י מוויזניץ-מאנסי האט א פאר יאר צוריק ביי א דרשה שארף אראפגעריסן זיינע שיעורים, און זינט דאן האט ר' שמואל אויפגעהערט צו דאווענען אין וויזניץ.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1799 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 16, 2019 4:55 am

ריכטיג האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק צו הערן בשעתו האט מען איהם נישט געווארפן. נאר מהר"י מוויזניץ-מאנסי האט א פאר יאר צוריק ביי א דרשה שארף אראפגעריסן זיינע שיעורים, און זינט דאן האט ר' שמואל אויפגעהערט צו דאווענען אין וויזניץ.


דאס האב איך שוין געהערט לאנג צוריק אז ער קומט זיך נישט אויס מיט ר׳ ישראל. ער איז ווייט נישט דער אייניציגסטער אין מאנסי וואס קומט זיך נישט אויס מיט אים אבער ״געווארפן פון זיין קהילה״ איז א גראבע ליגענט! ר׳ אהרן האט זעהט זיך אויס נישט קיין פראבלעם מיטן תורה וואס שטייט מדבר שקר תרחק...
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג אפריל 16, 2019 8:40 am

א מארמאראשער בהמה...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט