בלאט 1 פון 1

הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 1:46 pm
דורך calculator
די לעצטע פאר חדשים הער איך אים אויס אויף "תורה-עני-טיים" אין אויף זיין "במנוחות ינהלינו האט-ליין", איך בין ממש ערשטוינט פון דעם איד, איך מיין ער איז היינט דער איינציגסטער מורה הוראה פון די חסידישע קרייזן וואס פארשטייט צום דור, אין ער האט ארויס אינזער קאראפטע סאסייעטי וואס איז דורך געפאולט מיט אסאך צודרייטע הנחות און הנהגות און אייגען געבאקטע הלכות דאורייתא'ס מיט דרבנן'ס, איך האב אויסגעהערט 100'טע פון זיינע קורץ און שארפע שיעורים אין הלכות בהרבה מקצועת בתורה, ווי ער האלט שוין אריבער 700 שיעורים, ווי ער שטעלט אוועק וואס איז אן הלכה און וואס א מנהג און וואס איז סתם שטותים, אן קיין סאסייעטי חשבונות בלויז וואס דער אייבערשטער וויל פין אונז, אין מען זעהט פין זיין רעדן ווי ער מיינט עס אמת'דיג, נישט סתם וויאזוי מענטשען וואלטן געריפן אזא מענטש, קל, אויפגעקלערטער. יא, אויפגעקלערט אבער מיט א יראת שמים להורות את המעשה אשר יעשון. אין בפרט בין איך זייער נתפעל געווארן פין הלכות כיבוד אב ואם, יחוד, עונה, צניעות, אבער אין אלעס נישט נאר אין הלכה נאר אויך אין שלום בית חינוך ווי ער גייט צי צו עס מיט אזא מין תורה'דיגע צוגאנג הפלא ופלא, ממש קולע אל השערה.

נו. קומט זיך אים אן עקסטער'ן אשכול