האדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל בערוב ימיו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

האדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל בערוב ימיו

הודעהדורך העניך » מיטוואך מאי 22, 2019 3:52 pm

שטייענדיג א טאג פאר ל"ג בעומר, ווען עס ווערט געפירט א מאסיווע פראפאגאנדע-קאמפיין פון חצר באבוב-45 אז מ'זאל פוקד זיין אויפ'ן ציון פון זייער רבי'ן האדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל, איז וויכטיג זיך אפצושטעלן און כאפן א בליק אויף דעם קאמפיין, און אויף דעם מציאות פון די לעצטע יארן פון רבי נפתל'טשע זצ"ל.

כ'וויל מקדים זיין אז איך בין נישט קיין באבובער חסיד, און כ'האב גארנישט קעגן האדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל. פארקערט, כ'האלט אז רבי נפתל'טשע איז געווען א איד א צדיק, וועלכער האט זיך אוועקגעגעבן פאר אנדערע בלב ובנפש. א מענטש וועלכער האט ווייניג נהנה געהאט פון דער וועלט, און זיין גאנץ לעבן איז געווען אוועקגעגעבן צו זיין א יד ימין פון זיין טאטן, און העלפן יעדן איד וואס ער האט געקענט. אבער דאס נעמען א וואוילן איד, און בויען אויף אים אמונות טפילות, דארף קלאר דאקומענטירט ווערן. זאלן אונזערע קינדער וויסן אז ביים עם חכם ונבון, ווען שוטים און שארלאטאנען קומען מיט פרישע אמונות טפילות, זענען פאראן אזעלכע וואס קויפן נישט.

איז וואס גייט למעשה פאר? נאך פאר דער פטירה פון זיין טאטן, האדמו"ר בעל דברי שלמה זצ"ל, האט שוין ר' נפתל'טשע געליטן אויף פארשידענע מיחושים. נאכדעם וואס ער איז געווארן רבי האט באבוב שוין נישט געהאט די חיות פון אמאל, היות דער נייער רבי איז געווען שוואך און האט ווייניג געקענט טון. נאך א קורצער צייט איז דער מצב פון האדמו"ר מהרנ"צ געווארן ערגער סיי פיזיש און סיי גייסטיש, און זיין קלארקייט איז נישט אייביג געווען אמבעסטן. אידן וואס זענען אריין צום רב זצ"ל אין יענע יארן געדענקען גוט ווי ער איז ליידער אפט געווען צעמישט, האט געזאגט זאכן וואס האבן נישט געשטימט, און האט נישט אייביג געכאפט וואס עס קומט פאר.

דעמאלט, איינמאל ווען א איד איז אריין צו האדמו"ר מהרנ"צ פאר א ברכה, האט ער זיך גענומען רעדן צעמישט איבער ל"ג בעומר, מיינענדיג אז דער איד האט חתונה געהאט אום ל"ג בעומר. נאכדעם וואס דער איד האט פרובירט קלאר צו מאכן אז זיין חתונה איז בכלל נישט געווען ל"ג בעומר, האט דער רב זיך נעבעך געהאלטן ביי זיינס, און געזאגט "איך ווייס וואס איך רעד. איך האב א סימן."

דער חסיד איז נישט פון די גיבורי הדעת, אבער אפילו פאר אים האט גענומען 8 יאר אז אט דער צעמישעניש זאל זיך צעוואקסן אין א הוראה פון רבי'ן, און ער האט מחליט געווען אז ס'איז פאראן א סגולה צו דאווענען ביים קבר פון מהרנ"צ אום ל"ג בעומר. פארשטייט זיך, ווי דער סדר פון אלע אמונות טפילות, עס האט נישט גענומען לאנג און עס האבן זיך גענומען פליסן "מופתים", און קטני הדעת, בפרט פון חסידות באבוב-45, שטראמען אין די מאסן צום קבר של אותו צדיק, אפצוצייכענען די גייסטיש-שוואכע תקופה פון זייער רבי'ן.

איבער די יארן האט זיך די מעשה אביסל געטוישט. היינט דערציילט מען שוין נישט אז מהרנ"צ האט יענעם געזאגט אז ער האט חתונה געהאט אום ל"ג בעומר, היות מ'קען כאפן אז דער איד איז ליידער נישט אינגאנצן געווען דאהי.

הגם דער רבי פון באבוב-45, האדמו"ר ר' מרדכי דוד אונגאר, האלט זיך קליגער פון דעם און שטעלט זיך נישט צו די קטני הדעת, שמעקט אים אבער גאנץ פיין אז עס טוט זיך א פראפאגאנדע לטובת זיין שווער, כאילו זיין קבר איז א מקום פאר ישועות נפלאות.

מיר האלטן מיט ווי א נייער ענין ווערט געבוירן אונטער אונזער נאז, אלעס געבויט אויף צעמישטע פראזן פון א הייליגן איד מיט דעמענציע. די חסידים שוטים לאזן נישט איבער קיין ברירה, נאר אז מ'זאל דאקומענטירן פאר היסטאריע וויאזוי גענוי די לעצטע יארן ביי האדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל האבן ליידער אויסגעקוקט - והוא מחולל מפשענו.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מאי 22, 2019 7:40 pm

איך געדענק ליינען אז דער מעשה איז געוועהן אז דער אינגערמאן'ס זוהן האט נישט געהאט קיין קינדער, און ער האט אים געזאגט צו קומען לג העומר, און ווען ער ריס געקומען מתפלל זיין לג בעומר האט דער זעהט געהאט א ישועה.

איך שיהיה, איז דא א הונגער צו גלייבען אין שטותים, און מען וועט גלייבען סיי ווי וועלכע שטות נישט קיין חילוק צו עס איז איז מפי פיש פין דער שד וואס האט געהערט מפי עבד ושפחה.

דער שאלה איז נאר וויאזוי אונזער עם חכם ונבון האט נישט געדארפט צוקומען צום כפה עליהם הר כגיגית און נישט גלייך מקבל געוועהן.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1885
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך מאי 22, 2019 9:02 pm

אמאל געווען א איד וואס האט נישט געקענט זיך באטייליגען ביים ציון פון רבי נפתלטשע זצ"ל, איז די רבי אים געקומען אין חלום און געזאגט: איך האב א ברודער דא אין בארא פארק גיי צו אים און וועסט זיין א געהאלפענער.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1047
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1640 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 11:10 pm

גדליה האט געשריבן:אמאל געווען א איד וואס האט נישט געקענט זיך באטייליגען ביים ציון פון רבי נפתלטשע זצ"ל, איז די רבי אים געקומען אין חלום און געזאגט: איך האב א ברודער דא אין בארא פארק גיי צו אים און וועסט זיין א געהאלפענער.


יענער האט נישט גוט געהערט אין חלום. ר' נפתל'טשע האט געזאגט, גיי צום ברודער און "ער" וועט זיין א געהאלפענע...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2986 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 11:19 pm

אישתישבי האט געשריבן: ....דער שאלה איז נאר וויאזוי אונזער עם חכם ונבון האט נישט געדארפט צוקומען צום כפה עליהם הר כגיגית און נישט גלייך מקבל געוועהן.


כ'שטעל מיך פאר אז ס'נישט איינגעפאלן פאר די יודען אין מדבר, די אוכלי המן, פרישטאג, לאנטש, און סאפפער, אז פון די גאנצע קבלת התורה ביזנעס, וועט זיך אויסלאזען איין ריזיגען האט ענד קאלד מיליכיגען קידוש-סעודה לעולם ועד. ווען יא וואלטען זיי אויסגעריסן די בארג מיט די אייגענע הענט, און זיך אויסגעשורה'ט ארום דעם וואלקען בלאק וואס שנעלער חתמ'נן א שותפות מיט'ן גאט כביכול אליינס.

Leave it up to the Jews. They know a good meal when they smell one...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2986 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג מאי 26, 2019 11:55 am

העניך האט געשריבן:הגם דער רבי פון באבוב-45, האדמו"ר ר' מרדכי דוד אונגאר, האלט זיך קליגער פון דעם און שטעלט זיך נישט צו די קטני הדעת, שמעקט אים אבער גאנץ פיין אז עס טוט זיך א פראפאגאנדע לטובת זיין שווער, כאילו זיין קבר איז א מקום פאר ישועות נפלאות.


ר' מרדכי דוד האט א צווייטע כוונה דערביי, ער וויל עס זאל ווערן קודם א national קבר, נאך דעם וועט ער קומען ארויס נעמען זיין כבוד אין געלט
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: האדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל בערוב ימיו

הודעהדורך גראף » זונטאג מאי 26, 2019 11:56 am

calculator האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:הגם דער רבי פון באבוב-45, האדמו"ר ר' מרדכי דוד אונגאר, האלט זיך קליגער פון דעם און שטעלט זיך נישט צו די קטני הדעת, שמעקט אים אבער גאנץ פיין אז עס טוט זיך א פראפאגאנדע לטובת זיין שווער, כאילו זיין קבר איז א מקום פאר ישועות נפלאות.


ר' מרדכי דוד האט א צווייטע כוונה דערביי, ער וויל עס זאל ווערן קודם א national קבר, נאך דעם וועט ער קומען ארויס נעמען זיין כבוד אין געלט
ווי אזוי ווייסטו?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג מאי 26, 2019 12:00 pm

גראף האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:הגם דער רבי פון באבוב-45, האדמו"ר ר' מרדכי דוד אונגאר, האלט זיך קליגער פון דעם און שטעלט זיך נישט צו די קטני הדעת, שמעקט אים אבער גאנץ פיין אז עס טוט זיך א פראפאגאנדע לטובת זיין שווער, כאילו זיין קבר איז א מקום פאר ישועות נפלאות.


ר' מרדכי דוד האט א צווייטע כוונה דערביי, ער וויל עס זאל ווערן קודם א national קבר, נאך דעם וועט ער קומען ארויס נעמען זיין כבוד אין געלט
ווי אזוי ווייסטו?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk



געהערט פון איינע פון די מקורבים אז ער וויל עס זאל נישט הייסן א באבוב'ע זאך. די 2'טע חלק לייג איך צי בתורת נבון.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: האדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל בערוב ימיו

הודעהדורך גראף » זונטאג מאי 26, 2019 12:01 pm

שכוח פאר קלאר מאכען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2019 12:32 pm

קאלקיולעיטאר: זיי נישט ברויגז. אבער דו האסט די גאנצע זאך נישט ארויס ריכטיג: הרב ר' מרדכי דויד שליט"א האט די גאנצע זאך אין די לינקע פיאה. און ער שטייט נישט און ווארט בכליון עיניים אז די פראפאגאנדע זאלל זיך אויפבויען. כמו שאמרת..!

נאר דאס איז דאך א דבר ידוע. אז סיי אידן און סיי גויים דארפן אייביג האבן עפעס א זאך וואס איז העכער ווי דער מענטשליכער שכל. מילא, אונז אידן דארף מען דאך נישט מאריך זיין. אונז האמיר אייביג געהאט קברי צדיקים. און ס'האלט נאך היינט אויך ב"ה אן. ביתר שאת וביתר עוז. אבער די גויים פון אפילו איין דור צוריק, האבן אויכעט געהאט זייערע געוויסע פלעצער. די לאוורע אין פראנקרייך. און די פלאץ וואו זייער יאשקע און זיין מאמע (ער איז נאך געווען א קליין יונגל. און זיין מאמע האט איהם באגלייט) האבן זיך באוויזן צו א שיקסע...."פאטימא"...! וואס זיי טענה'ן אז ס'איז זיי דארט געשעהן נסים. און קראנקע זענען געהיילט געווארן...! און א סאך שווינדלערס און שארלאטאנען האבן עס אויסגענוצט ארויסצו ציען שווערע געלטער פון מענטשן וועלכע זענען געווען דעספערעיט. כמעט אזוי ווי ביי אונז...! אבער די היינטיגע גויים זענען דאך אריינגעטון ראשם ורובם אין זייער עולם הזה. און וויללן נישט הערן פון די פארהייליגטע (ביי זיי) פלעצער...!

נחזור לעניינינו. הרה"צ ר' נפתלי (ר' נפטולטשע) זצ"ל איז געווען באוואוסט אלס גרויסער תלמיד חכם וגאון.און אויכעט א גאון אין מידות טובות. אבער קיין בעל מופת איז ער נישט געווען. ער האט אויכעט קיינמאל נישט פרעטענדירט צו זיין. נאר אזוי ווי דער פותח האשכול האט שוין פריער געזאגט אז בסוף ימיו איז געווען א סאך מאל מצבים וואס ער האט גערעדט נישט קלארע זאכן. און דער עולם (גולם) האט איינגעטייטשט אין דעם מופתים ורוח הקודש...!.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג מאי 26, 2019 12:50 pm

אז די ווילסט זיך חולק זיין אויף מיין הוספה מסכים. אבער דאס אז ער האלט אז ער וויל עס זאל זיין א מירון דאמעריקא, האב איך געהערט דעם שבת פון איינע פון די משמשים נאכ'ן אים פרעגן פארוואס די כ"ק אליין פארט נישט, האט ער מיר דאס געזאגט, ווייל ער וויל נישט ס'זאל הייסן ווי נאר באבוב גייט.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2019 1:06 pm

קאלקיולעיטאר: אדרבה. לשיטתך. אויב ער וועט גיין וועט נאכגיין א גרויסער עולם/גולם...! וואס מיינסטו. וויאזוי האטציך עס אנגעהויבן ביי אנדערע צדיקים...?!

אויף א פראקטישן אופן. מ'דארף באשטעללן די אחים לענטשעווסקי אז זיי זאללן קומען כאפן פיקטשערס ווי דער רבי שליט"א גרייט זיך צו די נסיעה צום בית החיים. און אינמיטן וועג, אויפ'ן טוירנפייק. און ביים אנקומען אין אהל. און ביי ווינטשן לחיים פאר'ן עולם...! און לשנה הבאה קבעום לרגל. און ס'איז שוין געווארן א שטופעריי. ביים ציון. אז מ'האט געמוזט ארויסבויען און אויסברייטערן דעם אוהל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך calculator » זונטאג מאי 26, 2019 1:16 pm

פארשטייסט אליין אז די מופתים איז אסאך א שטארקער מהלך ווי אדמו"ר מבאבוב45
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט