הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יוני 10, 2019 10:33 pm

מיט צער ווערט אויפגענומען די בשורה אז דעם פארגאנגענעם פרייטאג-צו-נאכט איז נפטר געווארן הרב נתן קאמענעצקי ז"ל, זון פון הג"ר יעקב קאמענעצקי ז"ל.

הרב נתן איז געווען דער מחבר פון 'מעיקינג אוו עי גדול', א היסטארישער בוך וואס האט דערציילט דעם לעבן פון גדולי ישראל, און הויפטזעכליך זיין טאטן הג"ר יעקב.

זייענדיג א געוואלדיגער איש אמת, האט דאס בוך פאראורזאכט גרויס קאנטראווערסיע וויבאלד עס האט געזוכט איבערצוגעבן דעם היסטארישן אמת איבער גדולי ישראל. עס איז ארויסגעקומען אן איסור אויף דעם בוך פון די גדולים, אין שפיץ פון הג"ר יוסף שלום אלישיב ז"ל. זייענדיג אן איידעלער איד, האט הרב קאמענעצקי זיך אונטערגעווארפן דעם איסור.

פאר זיך, אבער, האט הרב קאמענעצקי אפגעשריבן א בוך Anatomy of a Ban, וואו ער דערציילט פינקטליך די השתלשלות וויאזוי די איסורים אויף די צוויי מהדורות פון זיין בוך זענען צושטאנד געקומען, וואס די פרטים זענען תסמר שערות אנוש. ר' נתן האט פארשפראכן אז ער וועט נישט דרוקן דעם בוך ווילאנג ער לעבט.

הרב קאמענעצקי איז אויך געווען א תלמיד חכם און מחנך, און זיין ווארעמען כאראקטער האט אים געמאכט באליבט ביי אלע באקאנטע.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2449
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9605 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יוני 11, 2019 12:18 am

עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2449
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9605 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דינסטאג יוני 11, 2019 1:00 am

אינטערעסאנט, קיינמאל געהערט פון דעם איד, וואס האט ער געטאן נאכן איסור, אויפגעהערט פארקויפן? צענזורירט? אדער זיך אויסגעלאכט?

ווי אויך וואס איז געווען די קאנטראווערסיע?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 672
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 818 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יוני 11, 2019 1:07 am

שושן פורים האט געשריבן:אינטערעסאנט, קיינמאל געהערט פון דעם איד, וואס האט ער געטאן נאכן איסור, אויפגעהערט פארקויפן? צענזורירט? אדער זיך אויסגעלאכט?

ווי אויך וואס איז געווען די קאנטראווערסיע?

ער האט אויפגעהערט פארקויפן, און ארויסגעבן א מהדורא שניה וואו ער האט ארויסגענומען פארשידענע שטיקלעך, אבער מ'האט דאס אויך גע'אסר'ט.

לייען מער, דא:
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Making_of_a_Godol
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2449
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9605 מאל

Re: הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

הודעהדורך גראף » דינסטאג יוני 11, 2019 1:34 am

אבער למעשה וואס זאגן די וואס ווייסן די אמת (ווער?). איז עס קראנט וואס ער שרייבט אדער איז עס מער קרוב צום אמת אבער מען קען זיך דינגען מיט עם?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יוני 11, 2019 1:55 am

גראף האט געשריבן:אבער למעשה וואס זאגן די וואס ווייסן די אמת (ווער?). איז עס קראנט וואס ער שרייבט אדער איז עס מער קרוב צום אמת אבער מען קען זיך דינגען מיט עם?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נישט שייך זיך צו דינגען, ער זאגט נישט קיין אייגנס. די גאנצע בוך איז א ליקוט פון ערשטהאנטיגע שמועות וואס ער האט געזאמלט.

ערגעץ אויף yutora איז דא עטליכע גוטע דרשות פון איהם. ווער עס קען לינקן תע"ב.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 11, 2019 5:31 am

ריכטיג: איך בין מסכים מיט דיר 100%. ס'איז נישט שייך זיך צו דינגען איבער פאקטן. ער שרייבט דאך נישט קיין שקר. נאר די אזוי-גערופענע קנאים האלטן אז דאס איז א פחיתות הכבוד פאר דעם שפעטער'דיגן גדול, הרב ר' אהרן קאטלער זצ"ל. זיי האבן א קאמפלעקס אז אויפדעקן די פאקטן שטעלט אין שאטן די שפעטער'דיגע דערגרייכונגען פון דעם גדול בתורה. און ס'איז א חילול השם...!

אדרבה. דאס טוט רעפלעקטירן די תקופה אין יענע געגנטן וואו א יעדער, אפילו ישיבה בחורים זענען געווען געכאפט אין די מגיפה פון ליינען ביכלעך פון פראמינענטע גוי'אישע שרייבער...! נישט פאר גארנישט האבן אזעלכע גדולי ישראל ווי דער חת"ם סופר אזוי שטארק פארפיהרט איבער דעם ענין. אפילו טרעפנדיג א רמז פון א פסוק אין די תורה איבער די הארבקייט פן דעם ענין..."כל באיה לא ישובון"... איז ר"ת ..."ביכל"...!

דאס ווייזט אויך אז נישט נאר צווישן חסידים זענען דא ..."משוגעים"... וועלכע נעמען ארויס פון א יעדן פראפארץ די רעאקציע צו א יעדע געשעעניש וואס זעהט אויס נישט ריכטיג אין זייערע אויגן. נאר ביי די ליטוואקעס איז עס אויף א פיהל שטערקערן און שארפערן פארנעם. זיי האלטן זיך נישט אפ פון באנוצן מיט דעמאגאגישע און פאלשע און ליגנערישע מעטאדן אבי צו דערגרייכן זייער ציהל. און זיי מיינען דאך אוודאי ..."לשם שמים"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 11, 2019 5:56 am

דאס איז מעין א הוספה צו מיין פריער'דיגע תגובה: ווער ס'האט נישט געזעהן די בילדער פון דעם שפעטער'דיגן גדול בישראל ומרביץ תורה ויראת שמים מיט די פארקניפטע בארד, הרב אהרון יודא לייב שטיינמאן זצ"ל אלס יונגער בחור אין שווייץ, וועט זיכער זיין געשאקט צו זעהן אז ער האט אויסגעזעהן ווי אן אייראפע'אישער דזשענטלמאן. אן א בארד. מיט א מאדערנעם סוט און נעקטיי. מיט אן אראפגעבויגענעם, גרעיע הוט. און אזוי אויך א סאך גדולי ליטא. צי איז עס דען א פחיתות הכבוד אדער א בושה צו זייער שפעטער'דיגן אויסזעהן און הילוך החיים...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

Re: הרב נתן קאמענעצקי ז

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 11, 2019 10:15 am

בד"א

איך האב געהערט בשם הג"ר הלל זאקס (אן אייניקעל פון חפץ חיים) אז ער האט געהאט טענות אויף הרב נתן אז ער האט נישט צוגע׳ענדיגט זיין סעריע ביכער.

מ׳דארף צוטיילען די בוך אויף צוויי. די מעשיות זענען כמעט אלע פון זיין טאטע, און מ׳האט איהם נישט באשולדיגט מיט זאגען ליגענט. די השערות זיינער זענען אבער אפט, לפי ראות עיני, היבש שוואך. אחך האב אמאל ערגעץ געליינט א מאמר זיינער וועגען די באציאונגען צווישען דער לשם און ר׳ ישראל סאלאנטער, און דארט איז עס מיר אויך געווען היבש שוואך.

די התנגדות איז געקומען פון איין מענטש. הרב יעקב אליעזר שווארצמאן, דער זון פון הרבנית הצדקנית מרת שרה שווארצמאן זי"ע, רעדט פון ר׳ אהרן ווי עזריאל אויפ׳ן רבי׳ן. איך האב אמאל געליינט ווי ער שילדערט די לעצטע סוכות ביי ר׳ אהרן און איך האב געוואלט וויסען צו ער האט נישט געבארגט די שפראך פון חיים בער אין זיין בוך. מיט ליכט וואס האבען זיך מיסטעריאז פארלאשען, און אומדערטרעגליכע בלאה בלאה ביים עבוה"ק פון די הקפות וכו׳.

בקיתור, ווען ער האט געזען אז די בוך שילדערט די נסיונות וואס ר אהרן איז אריבער בדרכו, איז ער ווילד געווארען (ער איז א צוקאכטע מענטש בטבעו, כדרך הקוטלרס על דורותיהם). וממנו יצא הקצף.

לדעתי, וואלט דער בוך געדארפט בלייבען אוועילעבל פאר דער וואס דארף, אבער נישט נחלת הכלל. אין די קאנטעקסט פון גדולים ביכער, איז עס נישט אין פלאטץ. עס איז נוצבאר און וויכטיג, פונקט ווי יעקב מארק אדער ר׳ ברוך אפשטיין. אמער, פארשטייט מען דען נישט אז דובנוב איז גוט פאר קאוועשטיבעל מענטשען, אבער נישט אין חדר? אזוי אויך איז דער בוך, לדעתי.

דא קענט איהר ליינען די בוך אויף פי.די.ף..
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8178 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דינסטאג יוני 11, 2019 10:53 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בד"א


דא קענט איהר ליינען די בוך אויף פי.די.ף..


דאס איז די מהדורא ראשונה?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 672
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 818 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דינסטאג יוני 11, 2019 10:58 am

ריכטיג האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:אבער למעשה וואס זאגן די וואס ווייסן די אמת (ווער?). איז עס קראנט וואס ער שרייבט אדער איז עס מער קרוב צום אמת אבער מען קען זיך דינגען מיט עם?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נישט שייך זיך צו דינגען, ער זאגט נישט קיין אייגנס. די גאנצע בוך איז א ליקוט פון ערשטהאנטיגע שמועות וואס ער האט געזאמלט.

ערגעץ אויף yutora איז דא עטליכע גוטע דרשות פון איהם. ווער עס קען לינקן תע"ב.


https://www.yutorah.org/lectures/lectur ... f-a-godol/

איצטערט קוקן מיר ארויס שתבא עלינו ברכה
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 672
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 818 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 11, 2019 11:00 am

שושן פורים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בד"א


דא קענט איהר ליינען די בוך אויף פי.די.ף..


דאס איז די מהדורא ראשונה?

איך מיין אזוי.

זוך די מעשה וועגען די צייט ווען ר' אהרן איז געווען א חתן און ער האט געשריבען א בריוו צו זיין כלה. דאס האט שטארק ארויף געברענגט בייז בלוט. טאמער איז עס דארט, ווייסטו וועלכע מהדורא דאס איז. גראדע, איז די מעשה געווען באקאנט פאר דער בוך אויך, אבער ער האט עס כאטש געקענט לייקענען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8178 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 11, 2019 12:30 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: דער בוך פון ר' ברוך עפשטיין, מקור ברוך איז טאקע אין די מערסטע טייל אן אינטרעסאנטע בוך (אויסער, וואו ער איז באורינג, כדרכו). ס'איז נאר דא איין פראבלעם וואס איז אינגאנצן נישט אין פארגלייך צו די איצטיגע קאנטראווערסיע. ווייל ר' נתן קמינצקי'ס בוך ברענגט נאר פאקטן. צי ס'געפעלט איינעם יא אדער נישט. אבער ר' ברוך עפשטיין ווייזט ביי א יעדע געלעגנהייט, צי זאלל דאס זיין אין שילדערן עפיזאדן און געשעענישן אדער א העתקה פון בריוו און קארעספאנדענץ, ארויס זיין פאטאלאגישע שנאה צו חסידים און חסידות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 11, 2019 1:26 pm

זיין שנאה צו חסידים איז אויך וויכטיג. ווייל ער איז געווען א וויכטיגע פיגור און ער טוט רעפלעקטירען א געוויסע טראכטסגאנג. איך וואלט געזאגט אז טייטעלבוים'ס בליק אויף ליובאוויטש איז נישט וויכטיג, ווייל ער ווייסט נישט וואס ער רעדט. אבער פישל שניאורסוהן'ס איז יא, אפילו טאמער אין ליובאוויטש האט מען איהם פיינט ווייל זיי האלטען אנדערש פון איהם.

אער געבען מקור ברוך צו קינדער אין חדר איז נישט אין פלאטץ. און אזוי אויך די בוך פון הרב קמנצקי.

גראדע, אין די טאלנא פאפירען ברענגען זיי אז די בית יעקב'ס אין א"י לערנען די בוך 'פאר הדור' וועגען דער חזו"א און דער גערער רבי האט געהאט טענות אז מ'וואלט געדארפט נוצען א בוך אויף א גערער רבי. לדעתי איז דער פאר הדור א געפערליכע שטיק פראפאגאנדא, הגם אז עס טוט פארטרעטען די פארטיי ליניע אין א"י, איז עס זייער שטייף אין די אויבער גלויבונגען פון די חרדישע ציבור דארט, כאילו דער חזו"א איז געווען דער חכם עדיף מנביא אין אן אופן אז ער האט געקענט זאגען 'כה אמר ה'' מכח זיין חכמה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8178 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 11, 2019 2:03 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: צו געבן דעם בוך מקור ברוך אדער הרב נ. קמינצקי'ס בוך פאר חדר יונגלעך קומט נישט אין באטראכט אלס היסטאריע. מכח כמה טעמים נכונים...!

און דאס וואס סאטמאר (ביז מהר"א) האט ארויסגעוויזן און פראקטיצירט שנאה אויף ליובאוויטש איז נישט געקומען מכח אידעאלאגישע איבערצייגונג. און ס'איז גארנישט אויסערארדנטליך פאר זיי. ליובאוויטש קען זיך שטעללן אין די אזוי-גערופענע ליין. און וואס איז מכח בעלזא, מונקאטש, קלויזנבורג, מאדזשיץ סרט וויזשניץ, וויזניץ (שוואנצאנעס). און פיהל אנדערע חסידות'ן און רבנישע פערזענליכקייטן. ווי הרב אלישיב אדער הרב משה הלברשטם. אדער הרב שלמה זלמן אויערבאך...!

נאר מיט'ן חזון איש האבן זיי געהאט א פראבלעם. (יא שיעור פארגעסן. טשעבינער רב.) פון איין זייט האבן זיי געהאט חשק איהם אויך אוועקצומאכן און אריינלייגן אין די קאטעגאריע פון סימפאטיזירערס מיט די מדינה הציונית. אדער אפשר גאר, הס מלהזכיר זיין א ציוני זעלבסט. ס'מוז נישט זיין אמת. נאר וויבאלד זיין דרך החיים און פסקים זענען נישט עולה בקנה אחד מיט זייער אידעאלאגיע און פאליטישע אגענדא איז שוין גענוג...! אבער ער איז דאך געווען דער (אמת'ער) פוסק הדור. און אפשר צדיק הדור...! האט מען געשריבן פארעווע אויף איהם. ס'איז שוין גענוג אז מ'האקט נישט אויף איהם. און מ'לייגט איהם נישט אריין אין די פארבאטענע קאטעגאריע...! אזוי ווי דער משל מיט'ן לייב און דער שטארך פויגל. וועלכער האט ארויסגענומען א ביין וועלכער איז געבליבן שטעקן אין דעם האלז פונ'ם לייב...כידוע מ'משלי שועלים...!

נ.ב.: אויב די חשוב'ע מענטשן פאר וועם ס'געפעלט נישט די אויבנגעזאגטע ווערטער און זיי וויללן מעקן די תגובה מיט'ן (פאלשן) תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין. און ס'פארדרייט דעם אשכול. וואס לפי האמת איז דאס א פאלשע טענה. ווייל אויב מ'באגרעניצט זיך פון אריינברענגען אט דעם וויכטיגן חלק אין די דעבאטע, קענמען ענדיגן דארט ווי די חשוב'ע וועבסייט איי-וועלט. אז נאר וואס איז עולה בקנה אחד מיט אנגענומענע אידעאלאגיע און אגענדא פון א טייל ליינערס און שרייבערס איז ערלויבט. און בעיקר די הנהלה. וועלכע האבן דעם מעקער אין די הענט. און דעם כח אויסצושפארן...! עם כל זאת וועלל איך נישט האבן קיין הקפדה אויב מ' (מי שיש כח בידו) וועט אויסמעקן מיין תגובה מיט סיי וועלכן תירוץ. אדער אפילו פשוט ווייל ס'קיצלט אין די נאז...ומה שבליבי אמרתי...! א גוטן טאג...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג יוני 13, 2019 4:33 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 11, 2019 2:15 pm

לאמיר צוריק גיין צו הרב קמנצקי.

ווען איך האב עס געליינט, האב איך געטראפען אזא מעשה. הרב משה מרדכי אפשטיין האט געהאט אן איידעם וואס איז אוועק יונג, און ער האט געהאדעוועט די אייניקלעך. ער האט געשריבען א בריוו צו זיין ברודער אין טשיקאגא אז ער מוטשעט זיך זייער מיט געלט. האט זיין ברודער איהם געשריבען אז ער זאל נעמען מער געלט פון די ישיבה פאר זיין נייע אויסגעבונג וואס ער האט אין שטוב. הרב משה מרדכי האט צוריק געשריבען מיט א שטארקען אויסדרוק קעגען דער מושג פון נעמען געלט פון א ישיבה פאר פערזענליכע צרכים.
ווען איך האב עס געליינט האב איך געזאגט אז על זה יצא הקצף, ב.מ.ג. קען נישט פארליידען אז מ'זאל זאגען אזא זאך. און עס איז נישט קיין השערה. פאר עפעס א סבה האבען די אייניקלעך דארט א ים מיט מעשיות וואס דארף אויפווייזען אז א ישיבה מעג דינען די צרכים פון א יחיד העכער די כלל, מימרות און עובדות לרוב, וואס תלמידים ווייסען נישט דערפון, אבער אייניקלעך ווייסען יא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8178 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג יוני 11, 2019 4:12 pm

בריוו וואס ער האט געשיקט צו רבנים פאר די צווייטע איסור
בייגעלייגטע פיילס
Kamentsky Letter Making of a Godol II.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

Re: הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג יוני 24, 2019 2:59 pm

סוף שנת תשס״ב איז ארויסגעקומען צוויי ביכער וואס רבנים האבן שפעטער געאסערט איינס איז די בוך ״making of a Gadol״ (אין עברית גידולו של גדול) פון הרב נתן קאמענעצקי ז״ל, און די צווייטע בוך ״Dignity of Difference״ פון הרב יונתן (לורד) זקס לפנים הרב הראשי של בריטניה, אבער לא הרי זה כהרי זה בשעת די צווייטע איסור איז אויף א בוך פון א מאדערנע רב מיט נייע שיטות בנוגע ווי אזוי צו אנקוקען און לעבן מיט אנדערע רעליגיעס צוזאמען, איז די ערשטע בוך פון א היימישע חרדישע ליטווישע איד א זוהן פון הגה״ח רבי יעקב קאמענעצקי ז״ל, און אליין א ר״י.

רבי נתן האט אריינגעלייגט א געוואלד מיט ארבעט אין דעם בוך איבער פופצען יאר! אבער צו זיין מזל איז ארויסגעקומען אין חשוון תשס״ג פשקווילים קעגן דעם ספר אין דער מחבר, און אויך האבן 10 רבנים אין ר״י אין ארץ ישראל (ווי רבי נתן האט געוואוינט) ובראשם הרב אלישיב (וואס האט אויך ארויסגעגעבן דעם איסור אויפן בוך פון הרב זקס, מיט די טענה אז עס שטייט דארט דברי אפיקורסות) געחתמעט קעגן דעם ספר, אבער די קול קורה איז נאכנישט ארויסגעקומען, נאך הרב אלישיב איז געווען הרב שטיינמן, רבי משה שמואל שפירא (וואס האט שפעטער צוריק געצויגען), רבי מיכל יהודה ליפקוביץ, הרב שיינברג, רבי ניסים קרליץ, רבי צבי מרקוביץ (ר''י קרלין), רבי חיים קנייבסקי, רבי שמואל אויערבאך, און רבי שלמה וולבה, רבי נתן מצידו האט געטענעט אז אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן קענען ניטאמאל קיין ענגליש חוץ פון הרב חיים פנחס שיינברג ז״ל און אויך די וואס האבן איבערגערעדט די רבנים האבן אויך נישט דורך געליינט די גאנצע בוך, אויב אזוי ווי אזוי קענען זיי דאס אסר׳ן און ער ברענגט א אגרת השמד פונעם רמב״ם וואס שרייבט לגבי א געוויסע רב וואס האט געזאגט אויף די אנוסים וואס זענען מודה אין מוחמד אז זיי ווערן אנגערופען כופרים, זאגט דער רמב״ם ״אין ראוי שנתפוס עליו עד שנשמע דבריו כולם, כמו שאמר החכם- ''משיב דבר בטרם ישמע, אולת היא לו וכלימה'', די זעלבע דא ליינט דורך מיין גאנצע בוך און האטס ארויס דעם גאנצען היקף און נאכן הערן מיין זייט פונעם בילד קענט עטס ארויסגעבן א איסור.

בשעת די שערוריה איז רבי נתן געווען אין אמעריקה צוליב צרכי רפואה, און ער האט אפגעשיקט א בריוו צו הרב אלישיב מיט זיינע טענות, הרב אלישיב (וואס איז קיינמאל געווען א עכטע ״חרדי״, נישט געלערנט אין קיין ליטווישע ישיבה, געדינט אלץ דיין אינעם רבנות, אין געווען א תלמיד פון הרב קוק ז''ל) האט טאקע מקבל געווען זיין טענה און מסכים געווען נישט ארויס צוגעבען דעם איסור ביז ער וועט הערן פון רבי נתן זיין זייט, אבער אינדערמיט איז שוין ארויסגערינען דער קול קורא, און א קורצע צייט דערנאך איז די איסור אנגעקומען קיין אמעריקע ווען רבי שמואל בירנבוים האט גערעדט דערקעגן און גאר גערופען צו מנדה זיין רבי נתן, נאכדעם איז ארויסגעקומען א קול קורא אין אמעריקע פון פערצען רבנים ור״י צווישען זיי, רבי שמואל בירנבוים, רבי שמחה שוסטל, רבי דוד פיינשטיין, רבי ראובן פיינשטיין, רבי מלכיאל קוטלר, רבי יעקב פרלוב, רבי אהרן שכטר, נאך שארפער פונעם ק''ק אין ארץ ישראל (אפשר ווייל צו אסר'ן עפעס פאר אמעריקאנע אידן דארף מען רעדן מיטן גאנצען שארפקייט, הרב אלישיב האט געהאט טענות אויף די שארפקייט פונעם אמעריקאנע בריוו), רבי נתן איז געווען גרייט צו הערן ביקורות אויף זיין ספר, און מען האט געשטעלט א גרופ פון דריי ר''י בהסכמת הרב אלישיב, צו דורך טוהן דעם ספר צווישען די דריי זענען געווען רבי זעליג עפשטיין, און רבי אהרן פעלדמאן, און נאך איינער, נאכן עס ליינען האבן די ערשטע צוויי מחליט געווען אז די ספר איז ראוי להתפרסום, און דער דריטע האט נישט געוואלט זאגן גארנשיט, אזוי אויך רבי משה שטערנבוך וואס קען ענגליש האט דורכגעליינט דעם בוך און עס אויסגעלויבט, (אע''פ שאמר שיש גם דברים רעים), די מתנגדי הספר האבן געזעהן אז אט אט וועט הרב אלישיב צוריק צוען ווייל די וועד האט עס מאשר געווען, האבן זיי מציע געווען צוצולייגען נאך צוויי מענטשען (וואס האבן שוין גערעדט קעגן דעם ספר), אבער פאר די וועד האט אויסגעגעבן זייער פסק, איז די חרם נאכאמאל ארויסגעקומען אינעם 'יתד נאמן'', און די גאנצע וועד איז צופאלען.

און חודש אדר תשס״ג האט רבי מיכל יהודה ליפקוביץ ז''ל מנדה געווען רבי נתן מיט די טענה אז ער איז מבזה גדולי ישראל, רבי נתן מצידו האט אים קיינמאל מוחל געווען אויף דעם אפי׳ לאחר פטירתו און אזוי אויך אלע אנדערע וואס האבן ״אים פערזענליך״ מחרים געווען.

די גרויסע התנגדות איז געקומען ווייל רבי נתן האט נישט געשריבן זיין בוך כנהוג בזמנו נאר אויסצולויבן די גדולים און שרייבען אויף זיי ''בוצין בוצין מקטפיה ידיע'', נאר ער זאגט די גאנצע אמת, ער שרייבט אז נאכן מלחמה האבן די ליטווישע אנגעהויבן נאכמאכען די חסידישע און שרייבען ״שבחי צדיקים״ אנשטאט שרייבען סיפורים אויף גדולי ישראל אזוי ווי סאיז געווען אין ליטא און ער ברענגט לדוגמה דעם ספר מקור ברוך און אויך דעם ספר ״גדולים פון אונזער צייט״ פון יעקב מרק, וואס איז איבערגעשריבען אויף עברית בשם ״במחיצתם של גדולי הדור״ וואס איז א זיס ספר, ער שרייבט למשל אז אסאך יארן פלעגט רבי חיים בריסקער קומען צום שטאט ״ליבוי״ (דעם שטאט פון יעקב מרק) כדי צו גיין צום ים, און מרק פלעגט דארט שפאצירן מיט אים פאר שעות ווייל די דאקטורים האבן געהייסען רבי חיים זיך אויסרוהן, רבי חיים פלעגט זיצן אויף די זאמד ביים טייך און זיי האבן דורכגעטוהן שווערע חשבונות אין מתמטיק, אזוי אויך האבן זיי גערעדט אין ענייני פיזיקה ושאר ידיעות כלליות, אבער ווען מען איז אנגעקומען צו עפעס וואס איז זיך סותר מיט חז״ל האט רבי חיים געמאכט מיט די הענט א תנועת בטול אין געזאגט דברי הבלים הם.

עכ״פ צוריק צום ספר, אפי׳ די איסור האט גאר שטארק וויי געטוהן רבי נתן האט ער עס אנגענומען און מער נישט געדרוקט דעם ערשטע מהדורה.

אין טבת תשס״ד איז ערשיינען א מאמר אינעם קובץ ״המעין״ פון פרופ׳ מרדכי ברויאר (בן ר' שמשון בן רבי שלמה זלמן ברויאר ז''ל אן איידעם ביי רש״ר הירש ז''ל), ווי ער לויבט אויס דעם ספר און ער האט אויך געוויסע טענות אויף דעם ווי למשל אז ער ברענגט טאקע א געוואלד מיט חומר אבער ער קנעט עס נישט אויס כדבעי און געט אסאך פלאץ פאר מעשיות וואס זענען נישט אזוי וויכטיג ווי למשל ווי אלט די חפץ חיים איז געווען בשנת פטירתו און אז דאס איז תלוי ווי אלט ער איז געווען בשעת א באקאנטע מעשה אין ווילנא.

אויך האט ער טענות אז ער ברענגט אסאך עדות איש מפי איש בנוגע אסאך גאר וויכטיגע מעשיות אן מבחן זיין אז מען דארף שטארק אכטונג געבן אויף דעם, אזוי אויך געבט ער אסאך השערות אויף זאכן אן קיין שטארקע מקורות, למשל בנוגע סגירת ישיבת וולוזין און וועגן די מחלוקת בנוגע די תנועת המוסר ועוד.

אינעם נעקסטן קובץ המעין ניסן תשס״ד האט רבי נתן צוריק געשריבען און אים באדאנקט פאר די לויב ווערטער און אויך אפגעענטפערט אלע טענות בטוב טעם ודעת ווי למשל בנוגע ווי אלט דער חפץ חיים איז געווען ביי די מעשה אין ווילנא, וואס די מעשה איז געווען אז עס האט אויסגעבראכען א מגפת חולירע, און אין יוה״כ האט רבי ישראל סאלאנטע געטוהן עפעס, די שאלה איז וואס יש אומרים שפסק אז מען זאל קידוש מאכן, אדער אז ער אליין איז ארויף אויפן בימה און אליין געגעסן, און רבי נתן האט געהערט פון זיין טאטע ששמע זאת מרבי דוד ליבוביץ ששמע זאת מהחפץ חיים וואס איז דארט געווען אז רבי ישראל האט אליין געגעסן, און די מסקנה איז קעגן די מסקנה פון גרויסע פרופ׳ לדוגמה ד״ר עמנואל אטקס בספרו ״רבי ישראל סלנטר״ איז יש אומרים אז די ח״ח איז דאן געווען אלט 10 יאר ויש אומרים 19 יאר, איז אויב ער איז געווען 19 איז זיין עדות זאך מער נאמן.

אין תשס״ה האט ער ארויסגעגעבן א ״מהדורה מתוקנת״ אבער דאס האט נישט געהאלפן און סאיז ארויס א פרישה קול קורא אז רבי יוסף רוזנבלום מיט רבי דן סגל האבן איבערגעקוקט דעם מהדורה און אז עס איז נישט בעסער.

און תשרי תש״ע איז ערשיינען א מאמר אינעם קובץ המעין פון פרופ׳ זאב לב, וואס ער לויבט אויס שטארק די ספר און זאגט נישט קיין ווארט קריטיק, דער פרופ׳ לב האט געקענט רבי נתן און ער שרייבט אז רבי נתן האט געמאכט איבער 400 אינטערוויו׳ס!, ער שרייבט אז די סיבת ההתנגדות איז געווען טאקע פארן מגלה זיין די אמת, ווי למשל אז די השכלה האט געהאט אן השפעה אפי׳ אויף די בעסטע בחורים, לב שרייבט אז ער האט געקענט רבי יחזקאל אברמסקי ז״ל און ער איז געווען בקי בהרבה ספרות רוסית, אזוי אויך האט לב אמאל געהערט א שיעור פון הרב דסלר ז״ל ווי ער האט מסביר געווען די חילוק פון שיטות זיגמונד פרויד און רבי ישראל סאלאנטער, און א צווייטע שמועס האט הרב דסלר דערמאנט עמנואל קאנט און נאכגעזאגט גאנצע שטיקער פון אים מילה במילה.

אזוי אויך האט די ספר שטארק אויפגערעגט אייניקליך פון הרב אהרן קאטלער ז״ל, פארן שרייבען אז בזמן וואס ער האט געלערנט אין סלאבודקה איר ער געווען נתפס אין השכלה און דער אלטער האט אים כסדר מחזק געווען ווי גוט ער לערנט, ער האט דאך געהאט א באמבע קאפ, ער האט דאן געקענט אלע ספרות רוסית בזמנו כולל אלכסנדר פושקין, רבי אהרן האט געהאט א שוועסטער וואס איז געווען א קאמאניסט און א פרופ׳ אויף מתמטיק, זי פלעגט כסדר שיקן בריווען צו אים ער זאל אפלאזען די ישיבה אבער דער אלטער פלעגט באהאלטען די בריווען פון אים, איינמאל האט רבי אהרן אויסגעפינען אז מען באהאלט עס פון אים און ער איז אנטלאפען פון דארט, נאר דער אלטער האט אים צוריק געשלעפט, און ער פלעגט כסדר זאגן אז רבי אהרן איז זיין גרעסטע זכות אויף די וועלט, אויך האט זיי אויפגערעגט ווי ער שרייבט וועגן א בריוו וואס רבי אהרן האט געשריבען פאר זיין כלה און די בריוו האט אויפגערעגט זיין שווער רבי איסר זלמן, ווייטער שרייבט רבי נתן וועגן די ישיבה פונעם רבי שמחה זיסל מקלם אין די שטאט גריבון ווי מען האט געלערנט דריי שעה לימודי חול יעדן טאג, די ישיבה איז געשטאנען זעקס יאר ביז דער אלטע פון סלאבודקה האט עס פארמאכט, אזוי אויך איז דא בילדער אינעם ספר וואס די אייניקליך פון רבי אהרן האבן נישט ליב געהאט ווי למשל ווי ער רעדט געשמאק מיט הגרי״ד סולובייציק ז״ל פון YU, אזוי אויך ווי רבי איסר זלמן מלצר באזוכט הרב הרצוג (ער פלעגט אים באזוכן יעדעם חול המועד).

ווייטער אינעם קובץ המעין ניסן תש״ע האט רבי יעקב גרשון ווייס געשריבען א תגובה צו לב׳ס מאמר, ווי ער זאגט אז לב לויבט אויס די ספר פארן זאגן די גאנצע אמת אבער ער אליין פירט זיך נישט אזוי ווען לב רעדט וועגן די ספר און זאגט נאר שבחים, צו דען האט לב נישט געזעהן קיין שום חסרונות אינעם ספר, ווייס זאגט אז אסאך מקורות פונעם ספר זענען אים נישט אזוי נאמן, אזוי אויך שרייבט ער אז די ספר פארשעמט גדול ישראל למשל וואס עס שטייט וועגן רבי אהרן (ווייס אהאט געלערנט ביי רבי אהרן), מיט די בריוו צו זיין כלה, וואס רבי נתן שרייבט נישט וואס איז געשטאנען אינעם בריוו, און יעדע מיינט אז מען רעדט וועגן א רומנטיק בריוו, אבער ווייס שרייבט אז בשעתו האט מען גערעדט אין ישיבות חברון אז די מדובר איז וועגן די חבורות וואס רבי אהרן פלעגט געבן אין ישיבה און זיין שווער האט דאס אנגעקוקט ווי גאוה, ווייס פירט אויס אז די איסור אויפן ספר איז נישט געווען די ריכטיגע זאך ווייל דאס מאכט עס נאר ''מים גנובים ימתקו'', ענדערש וואלט איינער געזאלט פארעכטען דעם ספר.

ווידער אינעם זעלבע המעין איז דא א תגובה פון רבי נתן צו ווייס ווי ער ענטפערט אים זייער שיין אויף אלע זיינע השגות, למשל וועגן די בריוו שרייבט ער, אז לא עלה על דעתו אז מענטשען וועלן טראכטען אז מען רעדט פון א מכתב רומנתי, ווייל צו דען וואלט די כלה דאס געוויסע פאר איר טאטע דאס איז דאך א פריוואטע זאך און אפי אויב ער האט עס מאיזה דרך געזעהן פארוואס האט דאס אים אזוי אפגערעגט מען רעדט דאך פון איינעם וואס וועט באלד זיין מחויב לכבדה יותר מגופו, און די עיקר סיבה פארוואס ער ברענגט די סיפר איז די צווייטע חלק אז רבי איסר זלמן האט געזאגט דערוועגן פאר דער אלטער פון סלאבודקה און דער אלטער האט געזאגט אז ער האט נישט וואס זיך צו זארגען ער וועט נאך אויפוואקסען א גדול בישראל, זעהט מען פון דעם די שארפע בליק וואס ער האט געהאט ארויסצוהאבן אזוי גוט א בחור, בשעת רבי נתן האט געשריבען די בוך האט ער טאקע נישט געוואוסט וואס עס איז געשטאנען אינעם בריוו, אבער נאך די קריטיק האט ער אין די צווייטע מהדורה געשריבען אז סאיז מסתבר אז ער רעדט טאקע וועגן די חבורות וכמו שכתבתי לעיל, אבער שפעטער י' שבט תשס''ו, האט אים אנגערופען רבי אליהו ברוך שולמן מר''י YU און אים געזאגט אז ער איז אויפגעוואקסען אין ב''פ אין די שכינות פון רבי אהרן, און אין תשמ''א האט אים רבי אהרן'ס שניר פארציילט אז אירע שוויגער-רבי אהרן'ס ווייב האט איר פארציילט אז בשעת זי איז געווען א כלה האט איר חתן איר געשיקט א רשימה מומלצת של ספרות רוסית שכדאי שתקרא!, און דאס האט אויפגערעגט איר טאטע.
סוף דבר, רבי נתן האט ארויסגעגעבן נאר צוויי חלקים וואס רעדן זיך פון די צייטן פון רבי ישראל סאלאנטער ביז די ערשטע וועלט מלחמה, און ער האט געהאט בדעה ארויס צוגעבן נאך צוויי חלקים פון די ערשטע וועלט מלחמה ביז אונזער צייטן אבער ליידער לא אסתייע מילתא נישט מצידו נאר צוליב די פאר קנאים וואס זענען ארומגעלאפן צו רבנים צו אסר'ן דעם ספר, אונטערסאנט איז אז פאריגע וואך פרשת בהעלותך האט דער יתד נאמן אין ענגליש אים שיין באשריבען אבער.. קיין ווארט נישט וועגן מפעל חייו-זיין ספר.בילדבילדבילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

Re: הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג יוני 24, 2019 4:16 pm

בילדבילדבילד
דא קען מען קלאר ליינען די ארטיקל אינעם יתד


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג יוני 24, 2019 8:52 pm

איך בין געווען נייגעריג צו ״אייוועלט״ וואלט אויסגעמעקט וואס איך האב דא געשריבען אויב איך וואלט עס געשריבען ביי זיי, האב איך פרובירט און יא! עס איז געווארן אויסגעמעקט, איך האב פרובירט נאכאמאל מיט געוויסע שינויים למשל איך האב נישט געשריבען ״ז״ל״ נאך הרב קוק.., אויך האב איך געשריבען אז רבי נתן האט געהאט א שווער הארץ אויף רבי מיכל יהודה ליפקוביץ נישט אז ער האט אים נישט געקענט מוחל זיין, אבער עס האט גארנישט געהאלפען, כבר נחתם הגזר דין אז מיין אשכול דארף פליען פון דארט, (איך האב אריינגעכאפט אין די פאר מינוט וואס עס איז נאך געווען דארט ״אויפצוקלערן״ אפאר אידן דארט למשל איך האב געזעהן די ניק ״שאראש-פאטאק״ האט נאך אריינגעכאפט עס צו ליינען) האב איך געדאנקט דעם באשעפער אויף די געוואלדיגע זכיה אז מיר האבן ״קאווע שטיבל״!


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

Re: הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

הודעהדורך חוקר ודורש » מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 8:38 pm

IMG_6112.JPG



Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט