בלאט 1 פון 1

הרב נתן קאמענעצקי ז"ל – ה' סיון תשע"ט

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2019 10:33 pm
דורך אבטולמוס
מיט צער ווערט אויפגענומען די בשורה אז דעם פארגאנגענעם פרייטאג-צו-נאכט איז נפטר געווארן הרב נתן קאמענעצקי ז"ל, זון פון הג"ר יעקב קאמענעצקי ז"ל.

הרב נתן איז געווען דער מחבר פון 'מעיקינג אוו עי גדול', א היסטארישער בוך וואס האט דערציילט דעם לעבן פון גדולי ישראל, און הויפטזעכליך זיין טאטן הג"ר יעקב.

זייענדיג א געוואלדיגער איש אמת, האט דאס בוך פאראורזאכט גרויס קאנטראווערסיע וויבאלד עס האט געזוכט איבערצוגעבן דעם היסטארישן אמת איבער גדולי ישראל. עס איז ארויסגעקומען אן איסור אויף דעם בוך פון די גדולים, אין שפיץ פון הג"ר יוסף שלום אלישיב ז"ל. זייענדיג אן איידעלער איד, האט הרב קאמענעצקי זיך אונטערגעווארפן דעם איסור.

פאר זיך, אבער, האט הרב קאמענעצקי אפגעשריבן א בוך Anatomy of a Ban, וואו ער דערציילט פינקטליך די השתלשלות וויאזוי די איסורים אויף די צוויי מהדורות פון זיין בוך זענען צושטאנד געקומען, וואס די פרטים זענען תסמר שערות אנוש. ר' נתן האט פארשפראכן אז ער וועט נישט דרוקן דעם בוך ווילאנג ער לעבט.

הרב קאמענעצקי איז אויך געווען א תלמיד חכם און מחנך, און זיין ווארעמען כאראקטער האט אים געמאכט באליבט ביי אלע באקאנטע.