בלאט 1 פון 1

הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס אב''ד ישראל והזמנים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:00 am
דורך חתם סופר
לעצטענס ווינדער איך מיר וועגן הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס. ער איז פון די עכטע תלמידי חכמים אין וויליאמסבורג, און אייביג געוועהן באקאנט ווי איינער וואס האט גוט פארשטאנען צו א נושא מיט אייגענע שכל. צב''ש ס'איז באקאנט אז ער האט געהאלטן פון די עירוב אין וויליאמסבורג פאר מ'האט אים ממש געצווינגען צו אונטערשרייבן קעגן.

לעצטענס שטעלט זיך אבער ארויס אז ער איז ממש פון די עקסטרעמיסטן אויף אזוי ווייט אז וועט עס איז לעצטענס געוועהן די לי עוועניא שבת שפאציר קעגן די עירוב האט ער זיך באטייליגט - כאטש ער אליין פלעגט האלטען פון די עירוב!!

א נייע זאך זעה איך היינט אז ער האט אונטערגעשריבן מיט די פּאָר עקסטרעמיסטן קעגן צוריקשטעלן ענגליש ווי ס'איז געוועהן בימי רביה''ק מסאטמאר זצ''ל, נאר מ'דארף עס לאזן ווי ס'איז געוועהן אין די לעצטע יארן....

האט זיך הרב הארפענעס געטוישט אין די לעצטע יאהרן אדער האב איך אים קיינמאל נישט קלאר ארויסגעהאט?