רון קובי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

רון קובי

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:22 am

בס"ד

אין מדינת ישראל רודערט זיך יעדע שטיק צייט מיט משוגעים וועלכע ווערן פאפולער איבערן לאנד, א שטייגער ווי אורן חזן א.ד.ג. יעצט און שוין אין די לעצטערע חדשים טוט זיך איבער א פרישער שטערן אין עולם הבדחנות ופאליטיק און דאס מאל איז עס רון קובי, א ספרדישער אידל וועלכער האט א שטארקער חוש אין הומאר און האט זיך נאך א שטיקל אומסוקסעספולער קאריערע, אריינגעלייגט אין פאליטיק.

דא האט איר אביסל ביאגראפיע.

רון איז געבוירן אין טבריה אין יאר תשל"ב צו זיינע עלטערן רינה און מיכאל קובי, מאראקאנע אפשטאמיגע אידן, זיי זענען געווען שומרי מסורת אבער נישט קיין חרדים, ער האט געדינט אין צה"ל אין די אפטיילונג פון די פאראשוטן, ער האט אויך געקריגן א דעגרי אין אוניווערסיטעט אויף חינוך ווי אויך האט ער דארט שטודירט די הוראה, ער איז געווען אין ביזנעס א קורצע תקופה און דאן האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב שירלי, ער האט מיט איר געהאט דריי קינדער, זיי וואוינען אין תל אביב.

אין תשע"א האט ער אנגעהויבן פראקלאמירן זיינע פלענער איבער טבריה דורך פעיסבוק און אנדערע סאציאלע מידיא פלאטפארמעס, ער איז געלאפן פאר ראש העיר פון טבריה עטליכע יאר דערויף, ער איז עטליכע מאל דורכגעפאלן און איז אפילו איינמאל ארעסטירט געווארן פארן באלעסטיגן די דעמאלטסדיגע ראש העיר מיט זיינע שטענדיגע ווילדע אויסברוכן.

דורכאויס זיינע קאמפיינען האט ער אלס געפרעדיגט איבער א הלכה'לאזע מדינה און ספעציעל האט ער געזאגט אז טאמער וועט מען אים געבן צו פירן טבריה וועט ער איר איבערמאכן אינגאנצן און ענג מאכן פאר די חרדים כדי זיי זאלן נישט ווערן די רוב אין שטאט, א זאך וואס האט געצויגן פילע פרייע איינוואוינער פון טבריה וועלכע האבן געליטן פון ארויפגעצווינגענע רעליגיע זאלן אים אריינוועלן.

ער האט געוואונען אין יאר תשע"ח און איז ערוועלט געווארן אלס ראש העיר, זייענדיג פארנומען אראפרייסן די חרדים וואו אימער ער האט נאר געקענט האט ער געקריגן פאליצייאישע באגלייטונג וואו ער איז נאר געגאנגען מיטן טענה אז מען וויל אים רצח'ענען, אבער נאך א שטיק צייט איז מען געוואויר געווארן אז ער האט די זאכן אליין אויסגעטראכט און אונטערגעשטעלט כדי ער זאל האבן א שטערקערע שטיצע.

פון ווען ער איז ערוועהלט געווארן האט ער נישט אויפגעהערט פראווענען שיגעון און אנדרייען פראוואקאציעס, איינמאל איז עס געווען דורכן ברענגען א באס מיט תל אביב'ע סטודענטן אום שבת, א צווייטע מאל האט ער געברענגט א טראק מיט שניי אום שבת און נאך פון די זינלאזע אקטן ווי גיין צום חוף הנפרד (די אפגעטיילטע ביעטש) און דארטן שרייען זייענדיג לייוו אויף פעיסבוק.

די אלע נארישע אויפפירעכצער האבן אים געברענגט גרויס פאפולעריטעט אבער ווייניג סימפאטיע אפילו ביי די פרייע מידיא אין ארץ ישראל וועלכע איז זייער ליבעראל, זיי באצייכענען דאס ווי כפייה חילונית, דאס הייסט זיך באנוצן מיטן זעלבן מיטל ווי די חרדים לויט קובי'ס טענות.

עס האט אים אויך אנגעווערטשאפט א מורא'דיגער קעגנערשאפט פון די פרומע חברי הכנסת וועלכע האבן אים אויסגעשפיגן און פארשעמט פאר די גאנצע מדינה, אריה דרעי פון ש"ס ווערט היינט באצייכנט ווי קובי'ס בלוט שונא, דער לעגענדארער מחזיר בתשובה אמנון יצחק האט אפילו פארפאסט א לידל מיטן נאמען 'רוקנבי' (א לשון נופל אויפן נאמען פון קובי) וואס באדייט אין עברית די טאפ פונעם טוילעט.

לעצטנס ווען עס איז געווען די סומעטאכע אין עפולה איבערן קאנצערט פון מאטי שטיינמעץ ווי די בג"ץ האט געוואלט צושטערן דעם קאנצערט וויבאלד עס איז געווען פאררופן מיט צעטיילטע זיצן און למעשה איז עס יא פארגעקומען, האט זיך רון קובי אנגערוקט אויפן סצענע זייענדיג לייוו אויף פעיסבוק און די בחורים האבן אים שיעור געלינטשט ביז ער איז ארויסגעפירט געווארן דורך די פאליציי, די אקט איז פארשריגן געווארן דורך רוב מידיא נעצן איבערן לאנד.

ער האט נישט מצליח געווען אויפצושטעלן א קאליציע אין צייט, וואס דעריבער ווערט ער אויס ראש העיר לויטן געזעץ, אבער די בג"ץ האט אים מטיב געווען און געגעבן צייט ביז נאך די בחירות וויבאלד ער טענה'ט אז ער איז פארנומען מיט זיין מפלגה 'הימין החילוני' וואס ער האט אויפגעשטעלט אלס אלטערנאטיוו צו אביגדור ליבערמאן וועלכער איז לויט אים נישט גענוג עקסטרעם אנטקעגן א מדינת הלכה.


ע"כ איז זיין ביאגראפיע (באזירט אויף וויקיפעדיע) און פון דא און ווייטער איז מיין אנאליז.

מען רעדט דא פון א טויט צערודערטן מענטש וואס ווייסט נאר פון פעיסבוק אינסטעגרעם און אטענטשן צו זאגן, כ'ווייס נישט וואס ער איז געווען ווען ער איז געווען אין שולע אבער היינט האט דער מענטש נישט קיין ברעקל פליסיגקייט אין מח.

ער רעדט ווי א ערס און ברענגט זיך נישט ארויס, ער האט נישט קיין פראבלעם זיך צו סותר זיין אין אן אינטערוויו מערערע מאל, ער האט נישט קיין פראבלעם צו רעדן נידריג און שמוציג און אויך האט ער נישט קיין פראבלעם מוציא שם רע צו זיין אויף סיי וועמען.

איך פערזענליך באשולדיג טראמפ און ביבי אין זיין אויפשטייג, ער איז נשפע פון טראמפ'ס מהלך אז מען מוז זיך נישט היטן דאס מויל טראץ וואס מען איז א פובליק פיגור און א דערהויבענע פאזיציע, ער איז אויך אגרעסיוו אויף חרדים וויבאלד ביבי נתניהו איז צו גוטהארציג צו די חרדים און ער גיבט זיי אלס נאך, אפילו די נישט וויכטיגע ענינים ווייל ער האפט אז אזוי וועלן זיי אים שטיין צו די האנט אין די בחירות.

אמנון יצחק און יגאל כהן זענען צו שוואך אין אינספיראציע אים צו קענען ארונטעררייסן ווייל זיי אליין ליידן אויך פון עטליכע פראבלעמען אין צונויפגאנג מיט רון קובי.

עס וועט זיין זייער אינטערסאנט צו זען אין די קומענדיגע וואכן טאמער ער וועט זיך הייבן אין די פראצענטן…

ימים ידברו.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

Re: רון קובי

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:22 am

רון קובי׳ס אייגענע זיידע הרב אליהו ילוז (זיין טאטע׳ס טאטע׳ס שווער) איז געווען פון די אקטיווע רבנים און בעל דרשנים אין טבריה און מחזק געווען די יהדות, ליידער קומט יעצט זיין פרייע אייניקל און וויל דאס פאקערטע, זיין זיידע הרב מכלוף קובי איז אויך געווען א חשובע איד און איז געווען אין די מועצת הדתית פון טבריה, אפאר חדשים צוריק האבן אידן עולה געווען צום קבר פון רבי מכליף און מתפלל געווען אויף זיין אייניקל, דאס איז א ביישפיל פון וואס עס איז געשעהן מיט אזויפיל אפשטאמיגע אידן פון מאראקא.


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט