גדליה האט געשריבן:א חוצפה דאס. נישט איך בין א גרויסע חסיד פון דעם אמרי חיים, אבער אימפיטשען קומט זיך אים נישט!
גדליה האט געשריבן:למעשה האט מען אמאל אויסגעפינען אז דער אהבת ישראל איז געווען א פאלטשע רבי?
אז נישט, ווי איז די געלט? אפשר פון דארט איז טאקע ר' חיים מאיר נתעשר געווארען.
שבת אחים האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:למעשה האט מען אמאל אויסגעפינען אז דער אהבת ישראל איז געווען א פאלטשע רבי?
אז נישט, ווי איז די געלט? אפשר פון דארט איז טאקע ר' חיים מאיר נתעשר געווארען.
אפשר די סיגוטער האבן געהאלטן אז ער איז א פאלשע רבי ווייל ער האט מקרב געוועהן שוואכע אידן וואס זיי האבן נישט...
גדליה האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:למעשה האט מען אמאל אויסגעפינען אז דער אהבת ישראל איז געווען א פאלטשע רבי?
אז נישט, ווי איז די געלט? אפשר פון דארט איז טאקע ר' חיים מאיר נתעשר געווארען.
אפשר די סיגוטער האבן געהאלטן אז ער איז א פאלשע רבי ווייל ער האט מקרב געוועהן שוואכע אידן וואס זיי האבן נישט...
איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש.
אויב האט די אהבת ישראל מיט זיין גרויס עניוות פארשטאנען אז ער איז נישט קיין אמת'ע רבי, דעמאלטס ווי קומט ער זאל נעמען געלט און פדיונות פון יודן.
אז מ'געפינט אויס אז ער איז א פאלטשע רבי וואלט ער דאך געדארפט צוריקגעבען דאס גאנצע געלט.
גדליה האט געשריבן:א חוצפה דאס. נישט איך בין א גרויסע חסיד פון דעם אמרי חיים, אבער אימפיטשען קומט זיך אים נישט!
שבת אחים האט געשריבן: ר׳ חיים מאירל איז אוועק אין 1972 ווער האט געהאט געלט דעמאלטס? פון וואו פונקטליך האט ער געהאט שווערע מיליאנען??? ווער האט געהאט יענע יאהרן געלט אין וויזניץ פונקטליך??? אין די 1960 און 1970 יאהרן??? קיינער! סאיז נישט געוועהן קיין געלט! סאיז געוועהן ביטער! סאיז באוואוסט אז ר׳ חיים מאירל איז געקומען קיין אמעריקע פאר א יאהר צייט און ניטאמאל די שפעזן האט זיך אים אויסגעצאלט!
צפור בודד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן: ר׳ חיים מאירל איז אוועק אין 1972 ווער האט געהאט געלט דעמאלטס? פון וואו פונקטליך האט ער געהאט שווערע מיליאנען??? ווער האט געהאט יענע יאהרן געלט אין וויזניץ פונקטליך??? אין די 1960 און 1970 יאהרן??? קיינער! סאיז נישט געוועהן קיין געלט! סאיז געוועהן ביטער! סאיז באוואוסט אז ר׳ חיים מאירל איז געקומען קיין אמעריקע פאר א יאהר צייט און ניטאמאל די שפעזן האט זיך אים אויסגעצאלט!
האסט געפרעגט א שאלה, פון וואו פונקטליך האט ער געהאט געלט?, וועל איך פרובירן צו ענטפערן. מיין פאטער איז געווען א פליט נאכן קריג און ער דערציילט אז ר' חיים מאיר'ל האט באקומען א סאך געלט פון דער ד'זוינט פאר די פליטים און ער האט עס גענומען פאר זיך צו בויען שיכון וויזניץ, אדער דער 'קיבוץ' ווי מ'האט עס בימים ההם גערופן. עס איז עולה על הדעת אז מפסולתו נתעשר חיים מאיר. איך זאג נישט אז יא אדער נישט, נאר אז דו פרעגסט פון וואו האט ער געהאט געלט איז צו דעם דא א תירוץ. ער איז אויך א סאך ארומגעפארן אין דער וועלט און געשנארעט.
ווען איך בין אויפגעוואקסן האט מען אלס גערעדט פון ר' משה'לע און זיינע שווייצע קאנטעס. איך האב זיי נישט געציילט נאר מאך נישט כאילו ס'איז אלעס א וויסטע חלום.
אישתישבי האט געשריבן:
דער באבאווער רבי, ר' שלמה'לע, איז טאקע נישט געוועהן קיין סעיווער, ער האט אלע געלט פארנוצט, אבער זיין רעבעצין האט אייביג אוועק געלייגט געלט, מיט דער אויסרייד אז וויבאלט זיי איז היבש יונגער, וועט זי דאך לעבן לענגער, און קיינער וועט איר נישט אנקוקן, צום סוף האט מען נישט געדארפט נוצען דאס געלט פאר איר, און אירע קינדער האבן צוטיילט. מען רעדט פין פינף זעקס מיליאן, אירע קינדער האבן אלע באקומען בערך א מיליאן.
מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט? איז דען נישט די פראפערטי פון די שול אין בני ברק ווערד מיליאנען? ר' חיים מאיר'ל האט דאס איבערגעלאזט נאך זיין פטירה.
בארא פארקער האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:
דער באבאווער רבי, ר' שלמה'לע, איז טאקע נישט געוועהן קיין סעיווער, ער האט אלע געלט פארנוצט, אבער זיין רעבעצין האט אייביג אוועק געלייגט געלט, מיט דער אויסרייד אז וויבאלט זיי איז היבש יונגער, וועט זי דאך לעבן לענגער, און קיינער וועט איר נישט אנקוקן, צום סוף האט מען נישט געדארפט נוצען דאס געלט פאר איר, און אירע קינדער האבן צוטיילט. מען רעדט פין פינף זעקס מיליאן, אירע קינדער האבן אלע באקומען בערך א מיליאן.
פראסטע שקר
די קינדער נישט באקומען קיין שום מיליון.
אז מרעדט שוין, ר׳ שלמה באבובער די איינציגסטער רבי וואס האט נישט געפאקט געלטער פארן קינדער.
אלע קוויטעל געלטער זענען געגאנגען פארן מוסדות אין פרעזענדליכע געלטער אויך.
ער האט געוואינט ממש ארים,
ווען זיין רעבעצין האט זיך געמוטשעט יארן לאנג מיט דאקטורים איז מען געהעריג געגאנגען נאך געלט ווייל דארט איז נישט געווען קיין פרוטה איבריג.
זיינע קינדער האבן אלע אייביג געלעבט ווי פשוטע מענטשן אין קיינמאל נישט געהאט עקסטרע געלט פאר דרייווערס וגו׳
ווען די רעבעצין איז אוועק האט זי איבערגעלאסט חובות פון דאקטערי וואס פריוואטע מענטשן האבן געצאלט, די איינציגסטע ווערדפילע זאך איז געווען די הויז.
כהאלט זיך שטאלץ אז מיין רבי איז נישט געווען א געלט פרעסער אין אריין געקרוקט פארן קינדער חודש געלט אדער סתם געלט.
מיין טאטע דערציילט אז אמאל ווען דיין טויבער האט געהאט 3-4 קינדער אין 3 יאר האט דיין טויבער זיך אפגערעדט צום שווער אז די ווייב דארף אויפהערן ארבייטען אין מאכן לייכטער מיט העלף אין די היים. די רב ז״ל האט פשוט נישט געהאט אפאר דולר צו געבן פאר זיין עלסטע איידעם די דיין נאר ער האט אריין גערופן חב״ב פרעגן טאמער ער קען האבן א פריוואטע הלוואה.
וואלווי האט געשריבן:קומענדיגע חודש גייט ערשיינען א פארבס 400 עדישאן פון די רייכסטע אדמורי"ם אין די היסטאריע פון חסידות...
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], Google [Bot] און 2 געסט