זיי האבן ארויסגעשניטן די פרויען. ביי שאולזאהן קען מען זען דער גאנצער.שבת אחים האט געשריבן:גאר א אינטערסאנטע, היסטארישע ווידעא קליפ פון די הייליגער אמרי חיים מיט זיין זוהן ר׳ מוישלע און זיין איידעם ר׳ נפתלי חיים אדלער ז״ל אין שווייץ אין 1962.
די אנפאנג איז נישט אזוי קלאר. אבער צום סוף די לעצטע מינוט איז גאנץ קלאר. קוקטס וואס פארא הייליגע צורה דער מענטש האט געהאט!
מ׳זעהט דארט הנגיד החסיד ר׳ מאיר שלום ראזענבערג ז״ל דער וואס האט מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ״ד אין שיכון וויזניץ.
ווען ר׳ חיים מאירל האט אפגעקויפט שיכון וויזניץ אין בני ברק איז נישט געוועהן קיין געלט דעמאלטס. זיי האבן זיך זייער געמוטשעט. ר׳ חיים מאירל איז געפארן קיין אמעריקע און דא איז אויך נישט געוועהן קיין געלט. ווען ער איז צוריקגעפארן איז געקומען ר׳ מאיר שלום, א וויזניצער פון אינדערהיים א אייניקל פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר ראזענבערג. ר׳ מאיר שלום האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט אנגעטראגן צוגעבן אסאך געלט אז מ׳זאל קענען ווייטער בויען די שיכון. ר׳ חיים מאירל האט אים זייער מכיר טובה געוועהן א גאנץ לעבן. ער פלעגט אים אויך קויפן יערליך חתן תורה און פלעגט ארויפגיין צו אים אין שטוב פאר די קידוש.
מ׳זעהט אויך אויף די קליפ די באוואוסטע גבאי. ש״ב הרה״ח ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל ב״ב- ב״פ. מחבר ספר ״ימים מקדם״ פאטער פון הרה״ח ר׳ מרדכי חנא רעזעמאוויטש פון ב״פ מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.
מרן רבוה”ק ה’אמרי חיים’ וה’ישועות משה’ זי”ע בקיץ תשכ”ב בסט. מוריץ שווייץ. נראים: כ”ק אדמו”ר ה’זכר חיים’ מווישווא, חדב”נ הגה”צ מחוסט זצ”ל והרבנית שנישאו אז בשווייץ, הגה”צ מוהרנ”ח אדלר חדב”נ, הגה”צ משטראסבורג זצ”ל, הגה”צ ראש הישיבה שליט”א (בילדותו), הנה”ח מאיר שלום רוזנברג, ר’ ראובן אהרונוביץ ראש העיר ב”ב, המשב”ק רי”ד רזמוביץ, ר’ הערשיל גליצקי ז”ל מלוגאנו, ר’ שמואל מאיער ז”ל מוומסב”ג
https://yiddishevinkel.com/archives/75244
מפיל קינד האט געשריבן:די גבאים האבן מסתמא מורא געהאט אז גאווערמענט וויל נאכקוקן די די הכנסות וואס קומען אריין פון די פאלשע שמועות איבער די מיליאנען...
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..
הדסים האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..
נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?
אישתישבי האט געשריבן:זעהסטו שוין, ליבאוויטשער איז זיכער גרעסער געוועהן, ווייל ער לעבט נאך און דער גאנצער וועלט איז ליבאוויטשער חסידים.
שבת אחים האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..
נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?
די גוים גלייבן אין א צווייטע אידישע רבי (להבדיל אלף הבדלות) פרעג דיך נאך...
וואלווי האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..
נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?
די גוים גלייבן אין א צווייטע אידישע רבי (להבדיל אלף הבדלות) פרעג דיך נאך...
שבת, זאג עס נישט הויעך. ווייל יענער האט מער מצליח געווען פון אלע...
לדעתי איז ווייל ער האט די ערשטע געזאגט, פארוואס דארפן מיר זיך ארומקריגן איינער מיטן צווייטן? מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן...
אישתישבי האט געשריבן:לדעתי איז ווייל ער האט די ערשטע געזאגט, פארוואס דארפן מיר זיך ארומקריגן איינער מיטן צווייטן? מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן...
הלל האט עס שוין געזאגט.
און געטוהן? האט ער די זעלבע ווי די רבי'ס, זיך געחבר'ט מיט די טעקס קאלעקטערס און דאס גלייכן, און געהאט חסידים גראבע אינגן, און געמאכט א איבערקערעניש, און פארקויפט דער זעלבע פין וואס עס שטייט, און זיך אהער געשטעלט אלץ איינער מיט א נייע שיטה.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט