גדליה האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:קומענדיגע חודש גייט ערשיינען א פארבס 400 עדישאן פון די רייכסטע אדמורי"ם אין די היסטאריע פון חסידות...
לאמיר פראבירען מאכען א שנעלע ליסטע פון די רייכסטע רבי'ס:
1) בעל שושנת יעקב מגור (הונדערט מיליון דאלער, זאגט מען)
2) בעלזע רבי זאל זיין געזונט (פופציג מיליון דאלער, זאגט מען)
3) ברך משה מסאטמאר זי"ע (אכצן שלימים, זאגט ער)
4) בעל גבורת ציון מבאבוב שליט"א
5) בעל כסף מרדכי מויזניץ זי"ע
די מונקאטשער האסטו פארגעסן. ער האט דאכצעך מעהר ווי אלע צוזאמען. איינער פרענקל דאכצעך פון לאס אנגלס האט אים איבערגעלאזט אזא פערציג שלימים יאהרן צוריק. חוץ דעם ירושה און אייגענע געלטער. ער האט פארלאזטע לאטס און בנינים וואס ער טוט גארנישט דערמיט. פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט. אפשר ווייל ער דארף עס נישט. אבער סאיז דא דארטן גרויס געלט. און ארויס גייט נישט אזוי שנעל דארט. ער האלט זיין געלט פעסט. זעלטן וואס ער געט עפעס פאר איינעם חוץ הילף מיט די געזעצן און לויערס. שוין גענוג לשה״ר.
ער האט געהאט מלמדים און טיטשערס בלוטיגע ארימלייט וואס האבן געארבעט שווער אין זיין מוסדות און מאיז זיי געבליבן שולדיג אסאך געלט. זיי זענען אריין צו אים און ער האט זיי קאלטבלוטיג גענטפערט אז ער האט גארנישט מיט די financials פון די מוסדות...
יא יא... גוט געהערט! א גאלדענע שטעקן האט ער שוין יעצט דארף מען זעהן צו ערלעדיגן א גאלדנע טוילעט פאר הקוה״ט ממונקאטש...