כ"ק אדמו"ר מממלכת התורה רבינו יהושע לייפער שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

כ"ק אדמו"ר מממלכת התורה רבינו יהושע לייפער שליט"א

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 6:41 pm

אזוי ווי דער ממלכת התורה'ער רב איז לעצטענס געקרוינט געווארן אלץ א אדמו"ר, איז די צייט צו ארומשמועסן וועגן זיין לעבען, און וויסן זיין היסטאריע. לאמיך דא שרייבן וואס איך ווייס. אויב מאך איך א טעות קען איינער פארעכטען. און איך בעט יעדעם צוצולייגן ידיעות.

כ"ק אדמו"ר מממלכת התורה רבינו יהושע לייפער שליט"א איז געוועהן א תושב סקווער, און האט זיך צאמגעשטעלט מיט די סאטמארע לייפערס אין די אנפאנג תש"נ יארן צו מאכן א גמרא על טהרת הקודש קעגן די וואגשאהל-נהרדעא גמרות וואס האט ל"ע געניצט עברית צו טייטשען די לעזי רש"י. און זיי האבן געגרינדעט "עוז והדר", וואס איז שפעטער באקאנט געווארן ווי "ממלכת התורה עוז והדר"

כ'מיין אז די ערשטע גמרא איז געוועהן גיטין, דארטען האבן זיי נאר נאכגעמאכט די וואגשאהל גמרא איבערצודריקן נאר רש"י אבער נישט גמרא און תוספות און די אנדערע מפרשים. שפעטער האבן זיי מחליט געוועהן צו זיין די ערשטע אינגאנצען צו איבערזעצן די גמרות די ערשטע מאל זייט הוצאת ווילנא. די ערשטע פאר מסכתות איז לויט ווי איך געדענק געוועהן מכות, בבא קמא, און פסחים, אין די סוף תש"נ יארן.

ערגעץ דאמאלטס האבן זיי אויך געקלערט זיך צו נעמען צו אנדערע ספרים. כ'בין נישט זיכער פארוואס זיי האבן מחליט געוועהן דווקא שו"ע הרב. אבער מיט דעם האבן זיי געמאכט א שוואכע ארבייט פיל מיט גרייזן.

פון דארטען זענען זיי געפארן ווייטער פון איין מסכתא צו די אנדערע, און נאכדעם מיט נאך און נאך ספרים און פרויעקטען - טייל זענען געלונגען (אזוי ווי מתיבתא) און טייל נישט (אזוי ווי משנה ברורה המבואר). אויב געדענק איך גוט האט מתיבתא זיך אנגעפאנגען ביי מס' פסחים פון מחזור י"ב פון דף היומי.

אצינד האט זיך עוז והדר גענומען צו א נייע פרויעקט וואס איז קובץ מפרשים החדש. אנשטאט איין ראשון נאך די אנדערע ווי אין די טראדיציאנעלע קובצים, האבן זיי געמאכט די גמרא אינדערמיט. און אלע מפרשים ארום דעם. און טאקע אין אט דעם פרויעקט איז דער געוועזענער רב פון ממלכת התורה געווארן אויפגענומען אלץ כ"ק אדמו"ר מממלכת התורה שליט"א.
בייגעלייגטע פיילס
OV.JPG
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 11:33 pm

ר' יושע לייפער האט אפגעקויפט עוז והדר פון איינער וואס האט שוין אנגעהויבן ארויסצוגעבן און נישט געהאט קיין געלט. ער האט געשאפט פון הערשי ורייזי פר"מ א מיליאן פארן נאמען, און מיט דעם האט ער גענומען דעם זכות.

ער מעג זיך רופן אדמו"ר פונקט ווי יעדע לייפער. דאס האט נישט קיין שייכות מיט עוז והדר.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 161
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 1:24 am

די אדמו"ר ממלכת התורה איז א זון פון אדמו"ר מ'טעמעשוואר י-ם. מבית אביו איז ער א סאטמערער - עכ"פ סאטמאר געשטימט, ווי מאנכע ריפן עס. ער איז אן איידעם ביי ר' משה ניישלאס, און פאר דעם וואינט ער אין סקווירא, נישט ווייל ער איז א סקווערער חסיד.

די מעשה מיט די שו"ע הרב גייט אז פאר בערך 25 יאר צוריק האט געדארפט ארויסקומען א איבערגעארבעטע שו"ע הרב מיט הערות דורך מכון הוד והדר. מכון הוד והדר איז געפירט געווארן דורך וואלווי גוטמאן פון הוצאת אמ"ת - מונקאטש. ער האט דעמאלטס צאמגעקומען מעות קדימה און טאקע אנגעהויבן ארבעטן אויף דעם אבער מיטאמאל האט זיך עוז והדר אריינגעריקט מיט זייער איבערגעדריקטע גרייזיגע שו"ע און הוד והדר איז געגאנגן שלאפן
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2607
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2704 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 8:33 am

וואס איז שלעכט מיא קה"ת'ס רב שולחן ערוך?
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 454
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 340 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 588 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 10:04 am

פון אלע ספרים וואס האבען הגהות, זענען קה"ת די בעסטע, מיט א ריזיגע מארדזשין. עס איז נישט דא קיין שום ספר וואס די הגהות זענען פארלעסליך. ווען איך זאג פארלעסליך, מיין איך אז זיי ברענגן אלס וואס מ'דארף ברענגן. ווען דער תומים זאגט 'כבר הקשו המחברים', ווייסט מכון זכרון אהרן נישט צו ברענגן ווער זענען די מחברים, ווען א נתיבות ברענגט 'נחלקו רבוותאה', ווייסט הרב דזימיטרבוסקי נישט ווער זיי זענען (גראדע זעט זיך שטארק אויס אז כד ניים ושכיב האט ער געשריבען זיין פירושים, ואכמ"ל). מוסד הרב קוק ברענגט אומוויכטיגע גירסא הערות, אזש מ'ווייסט שוין נישט צו קוקען רוב צייט. עוז והדר רוקן אריין אן אנאנימער מענטש'ס פשט אין וואס שטייט, אפט מאל אומבאזירט, און מ'קען נישט וויסען צו זיי האבען פארזען זאכען צו נישט.

לעומת זה קה"ת טוט א הערליכע ארבעט מיט זייער ספרים. דער שו"ע הרב, פאר א משל, איז דאך פול מיט לשונות פון די ראשונים און שיטות שונות ווערן דערמאנט, אפגעפרעגט אדער אלס א ראיה צו זיין ווערטער, תוך לשונו. קה"ת ברענגן אייביג וואס מ'דארף, און עס איז א פארגעניגען צו לערנען פון זייער ספרים. עס נעמט טאקע לענגער, ווייל מ'זעט שוין וויאזוי די סוגיא לויפט און מ'דארף אריין לייגען אסאך מער ארבעט, אבער הלוואי ווען זיי וואלטען געדרוקט א קצות נתיבות און תומים אויך. (זייער פאנטס און לעיאוט גלייך איך נישט צופיל, אבער דאס איז בטל לעומת די מעלות דערפון)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8580 מאל

הודעהדורך ישעיה » פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 1:56 am

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:און האט זיך צאמגעשטעלט מיט די סאטמארע לייפערס

צ"ל סאמעט
ישעיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט