כ"ק אדמו"ר מממלכת התורה רבינו יהושע לייפער שליט"א

אזוי ווי דער ממלכת התורה'ער רב איז לעצטענס געקרוינט געווארן אלץ א אדמו"ר, איז די צייט צו ארומשמועסן וועגן זיין לעבען, און וויסן זיין היסטאריע. לאמיך דא שרייבן וואס איך ווייס. אויב מאך איך א טעות קען איינער פארעכטען. און איך בעט יעדעם צוצולייגן ידיעות.
כ"ק אדמו"ר מממלכת התורה רבינו יהושע לייפער שליט"א איז געוועהן א תושב סקווער, און האט זיך צאמגעשטעלט מיט די סאטמארע לייפערס אין די אנפאנג תש"נ יארן צו מאכן א גמרא על טהרת הקודש קעגן די וואגשאהל-נהרדעא גמרות וואס האט ל"ע געניצט עברית צו טייטשען די לעזי רש"י. און זיי האבן געגרינדעט "עוז והדר", וואס איז שפעטער באקאנט געווארן ווי "ממלכת התורה עוז והדר"
כ'מיין אז די ערשטע גמרא איז געוועהן גיטין, דארטען האבן זיי נאר נאכגעמאכט די וואגשאהל גמרא איבערצודריקן נאר רש"י אבער נישט גמרא און תוספות און די אנדערע מפרשים. שפעטער האבן זיי מחליט געוועהן צו זיין די ערשטע אינגאנצען צו איבערזעצן די גמרות די ערשטע מאל זייט הוצאת ווילנא. די ערשטע פאר מסכתות איז לויט ווי איך געדענק געוועהן מכות, בבא קמא, און פסחים, אין די סוף תש"נ יארן.
ערגעץ דאמאלטס האבן זיי אויך געקלערט זיך צו נעמען צו אנדערע ספרים. כ'בין נישט זיכער פארוואס זיי האבן מחליט געוועהן דווקא שו"ע הרב. אבער מיט דעם האבן זיי געמאכט א שוואכע ארבייט פיל מיט גרייזן.
פון דארטען זענען זיי געפארן ווייטער פון איין מסכתא צו די אנדערע, און נאכדעם מיט נאך און נאך ספרים און פרויעקטען - טייל זענען געלונגען (אזוי ווי מתיבתא) און טייל נישט (אזוי ווי משנה ברורה המבואר). אויב געדענק איך גוט האט מתיבתא זיך אנגעפאנגען ביי מס' פסחים פון מחזור י"ב פון דף היומי.
אצינד האט זיך עוז והדר גענומען צו א נייע פרויעקט וואס איז קובץ מפרשים החדש. אנשטאט איין ראשון נאך די אנדערע ווי אין די טראדיציאנעלע קובצים, האבן זיי געמאכט די גמרא אינדערמיט. און אלע מפרשים ארום דעם. און טאקע אין אט דעם פרויעקט איז דער געוועזענער רב פון ממלכת התורה געווארן אויפגענומען אלץ כ"ק אדמו"ר מממלכת התורה שליט"א.