נהורא נפישא האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:אויב פרובירסטו צו זיין אבדזשעקטיוו דאן ביסטו אן אונס
דאס ווייס איך אויך, די שאלה איז נאר וויאזוי איך קען וואוסן צו איך בין דער אונס צו מיינע בעלי פלוגתא זענען די אונסים (אדער מזידים...)
מוז נישט זיין אז מ'קען וויסן. און דאס איז נוגע אייביג ביי יעדע מיינונג. איך ווייס נישט פארוואס דאס איז געווארן א שמועס דוקא דא.
וואלווי האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:וואס מיינט סמיכה? און ווי שטייט אז מ'דארף האבן סמיכה? אין וועלכן חלק אין שולחן ערוך ווערט אויסגעשמועסט הל' סמיכה? און ווען נוצט מען יא סמיכה און ווען נישט? און אויב א איד לערנט און ער ווייסט וואס ער האט צו טון מעג ער נישט נוצן זיינע ידיעת התורה לידע את המעשה אשר יעשון.
כרפס, כ'האב מורא דו רעדטסט פאר פייער און פאר וואסער.
כרפס האט געשריבן:ס'דא א יוד וואס הייסט - ירושלימער רב - ער זאל זיין געזונט און שטארק, ער איז דער רב מטעם החרדים אין ארץ הקודש בירושלים, און דאס הייסט א אוטאריטעט. ער האט סמיכה און ער איז אפציעל אויפגענומען געווארן.
אבער, צו נעמען א פסק פון איינעם וואס '''מ'האט'''' געקרוינט אלץ שר התורה מרן, איז לעכערליך דורכאויס. און כאטש וועסט זייער שטארק חוזק מאכן פון מיינע שורות, וועט עס נישט ריקן די אמת.
ס'איז א טפשות ארויפצוצווינגען א נאמען אויף איינעם, כאטש ער איז א ריזן ידען און מתמיד, אלץ פוסק הדור און שר התורה, אויסער אז מ'האט עהם דערפאר אויפגענומען און ער איז מוסמך מטעם חברים בבית דין צו מורי צדק אין די וועלט.
איך שרייב עס פאר נאך א סיבה, ווייל כ'בין אסאך אין לעיקוואוד, און דערנעבן - אין טאמס ריווער - האט מען געוואלט בויען א מקוה טהרה, דאס איז געווען א תוצאה פון וואס מ'האט זיך געוואלט פארנעמען א דבר טוב, נאך וואס ס'פארגעקומען שווערע אינצידענטן דארט.
און ווען מ'איז שוין געווען ווארעם פאר די זאך, קומט צוגיין אפאר ליטוואקעס, און זאגן; רעב חייעם האט געזאויגט.. אז ניט ריידן ביים דאווענען איז כאושעווער ווי א מיקווע מאכן...
און ס'בטל געווארן די פלאן פון א מקוה.
איז ער דער טאפ פוסק אז ער האט די לעצטע ווארט ביים כלל? און טאמער זאגט ער נישט פארמאכן ישיבות גייט מען גיין מיט'ן קאפ אין וואנט אריין?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער גר"א איז נישט געווען דער ערשטער אזא חידוש, דער רמב"ם האט דען יא איינעם משמש געווען? ער האט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם צו איגנארירן פריערדיגע אפילו די גמרא אליינס.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער גר״א איז טאקע אייגענארטיג אין דעם, אבער די אנדערע זענען דאך נישט אזוי. זיי האבען זיך פארטיפט אין דער מהלך הגר״א און תלמידי תלמידיו, און איינער האט משמש געווען דער אנדערע. דער איינפלוס פון דער חזון איש אויף דער ספר נחל איתן איז למשל גאנץ קענטיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער רמב״ם האט געהאט רביים, ווי זיין טאטע און דער ר״י מיגאש. אבער דאס איז ריכטיג אז ער מאכט זיך נישט צוטון צופיל מיט דער גמרא, אין מורה נבוכים וכדו׳. לדעתי איז דאס די סבה פארוואס די ספרים זיינער דארפן זיין גאר א קליינע אטאריטעט אין השקפת התורה והיהדות, פאר אן אויפריכטיגע אידישע דענקער. דער וואס זוכט די אריגינעלע אידישע טראכטסגאנג, געבויט אויף די ספרים פון די וואס האבען עס אפגעלערנט און איבערגעגעבען, מעג פארשטיין אז מורה נבוכים איז בכלל נישט פון דער טראכטסגאנג, וכספרים חיצונים ייחשב
אמת וצדק האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער גר"א איז נישט געווען דער ערשטער אזא חידוש, דער רמב"ם האט דען יא איינעם משמש געווען? ער האט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם צו איגנארירן פריערדיגע אפילו די גמרא אליינס.
איך האב נישט געזאגט אז דער גר״א איז געווען די ערשטע אין היסטאריע צו זיין אייגענארדיג.
אישתישבי האט געשריבן:צו באמערקען, דער שמועס איז א וויכטיגע, אבער אנדערש פין שימוש וואס דער פותח האשכול האט גערעדט.
און לגבי דער שמועס אליין, דער ראגאטשאווער האט זיך געקריגט מיט וועמען ער האט געוואלט כאטש ער איז געווען א חסיד, נאר ביי דער ליטווישער חדר האט מען זיך גענומען דער סמכות אפילו טאמער מען איז נישט געוועהן דער ראגאטשאווער.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט