בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

Re: בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:09 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריקער: צוערשט אינ'ם ענין פון ענטעבע. א יעדער נארמאלער ערליכער איד איז דאך געווען פול מיט זארג פאר'ן וואוילזיין פון די אידן. ווייל די רשעים די מערדערס ימח שמם האבן דאך נישט נאר אפגעהאלטן מדינת ישראל בירגערס. נאר זיי האבן קלאר געהאלטן אונטער ארעסט אלע אידן. אפילו מיט אייראפע'אישע פאספארטס. און די גויים האבן זיי באפרייט...!

און פארשטייצעך אז ווען די אידן זענען בחסדי ה' באפרייט געווארן האטציך א יעדער איד געפרייט. אונז עמיר יעצט נישט גיין מעסטן די צידקות פון די סאלדאטן וועלכע זענען געווען די שליחים צו באפרייען די אידן. כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז ר' סענדער ז"ל האט אויף אט די נקודה אויכעט געהאקט און געשימפט. ווייל די סאלדאטן וועלכע זענען געפארן צו די ווייטע מדינה אוגאנדא האבן פלאנירט און פראקטיצירט וואס צו טון, אום שבת. האט ער געשריבן אז זיי זענען געמיינע מחללי שבת. דא איז ער נישט נאר געווען א דעמאגאג. נאר 100% ראנג. ווייל עפ"י הלכה (מדינא דגמרא ושו"ע) מעג מען און מ'דארף עס טון...! אבער ער האט עטליכע מאל אין יענע אויסגאבע פונ'ם איד עטליכע מאל דערמאנט און באוויינט אלעס ארום די באפרייאונג פון די אידן...!

לגבי שימפן און חוזק מאכן פון ליובאויטש. קען איך דיר זאגן אז ער האט כמעט א יעדע וואך דאס געטון. און אויף אנדערע חסידות'ן אויך...וויפיל מאל האט ער געהאקט אויף בעלזא און אויף וויזניץ. ווען זיי האבן מכבד געווען איינעם פון די פאליטישן'ס, אפילו די רעליגיעזע, וועלכע זענען געקומען באזוכן אין די ת"ת... אז מ'געט אפ כבוד פאר די רשעים...או.קעי. צו דעם איז ער בארעכטיגט. אבער נישט חוזק מאכן און אפשפעטן...! וואס ער האט כמעט אייביג געטון...!
איך האב שוין אפאר מאל געבעטן ווייז ווי זיי מאכן חוזק און שימפן, איך געדענק נישט אזא זאך ביז די מ׳ יארן ווען דער אלגעמיינער און דער מחנה חרדי האבן עס אי ויך אויב נישט מער געטון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1026
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:37 pm

@היסטאריקער
לויט ווי איך הער פון זיינע אייניקלעך איז ער נישט געווארן געפייערט. ער איז אליינס געגאנגען כאטש וואס סאטמאר רב האט אים געבעטן יא צו בלייבן.

ער האט שפעטער חרטה געהאט פארן גיין, און ער איז צוריקגעקומען און ווידעראמאל געווען רעדאקטאר אין די תש"מ יארן פאר עטליכע יאר.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron