רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לב"ס (?BS)
לבעל ספר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לב"ס (?BS)
אריה האט געשריבן:דברים של טעם.
לדוגמה, ווען א גרויסע קאמפאני פון וועגעטארישע וואורשטלעך ווערט אנטדעקט אלס א fraud, א מאכיל נבילות וטריפות לאוכלי צמחים, איז פארשטענדלעך צו ערווארטן פון וועגעטארישע בלאגערס און אייקאנען צו רעדן דערפון און to raise awareness כדי להציל אוכלי הצמחים ממכשול. די זעלבע איז דא. די רבנים האבן א רעכט און פילייכט גאר א פליכט צו די וועלכע פארלאזן זיך אויף זיי צו מעורר זיין דעם רבים אז זיינע ווערטער זענען נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע סטאנדארדן.
נאר די רבנים מעגן זיך לערנען אז ווען זיי רעדן ווען אביסל שענער וואלטן מער מענטשן געהערט, אזוי ווי ס'שטייט שוין אין פסוק דברי חכמים בנחת נשמעים און ווי רש"י איז מסביר הער אויף שרייען אפיקורוס און זיי מסביר די פראבלעם בסבר פנים יפות.
כ'מיין די רבנים רעדן צו די וואס הערן זיי אויס.נקודת-אמת האט געשריבן:אריה האט געשריבן:דברים של טעם.
לדוגמה, ווען א גרויסע קאמפאני פון וועגעטארישע וואורשטלעך ווערט אנטדעקט אלס א fraud, א מאכיל נבילות וטריפות לאוכלי צמחים, איז פארשטענדלעך צו ערווארטן פון וועגעטארישע בלאגערס און אייקאנען צו רעדן דערפון און to raise awareness כדי להציל אוכלי הצמחים ממכשול. די זעלבע איז דא. די רבנים האבן א רעכט און פילייכט גאר א פליכט צו די וועלכע פארלאזן זיך אויף זיי צו מעורר זיין דעם רבים אז זיינע ווערטער זענען נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע סטאנדארדן.
נאר די רבנים מעגן זיך לערנען אז ווען זיי רעדן ווען אביסל שענער וואלטן מער מענטשן געהערט, אזוי ווי ס'שטייט שוין אין פסוק דברי חכמים בנחת נשמעים און ווי רש"י איז מסביר הער אויף שרייען אפיקורוס און זיי מסביר די פראבלעם בסבר פנים יפות.
דיינע דיבורים אינעם ערשטען האלב זענען די תשובה אויף דיינע דיבורים אינעם צווייטען האלב,
אויב די קהל וואלט געפאדערט רבנים וואס גייען זיין זייערע פארטרעטערס אזוי ווי די אוכלי צמחים פאדערן פון זייערע פארטרעטערס,
וואלטן מיר געהאט גאר אן אנדערער מזרח וואנט.
יעדער וויל האבן א בעסערע רייזע אויף דער "אם בגבורות שמונים שנה" און קיינער וויל נישט אויף-שאקלען די האקעלע שיף.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און דאס זענען די פייערדיגע ווערטער פון הרב שמואל דוד לוצאטו: "מעתה הגע בעצמך, איש יהודי תמים מאותם אנשי צרפת (שהלעיג הרמב"ם עליהם באגרתו אל בנו) שהיו אוכלים בשר השור שלוק, מטובל בחומץ ובשומים, והיו חושבים שהאל קרוב לתפלותיהם בקראם בתלמוד וזולתו מחבורי ראשי הישיבות. ואיש אחד פילוסוף המבקש לקנות שלימתו האחרון בידיעת כל מה שביכולת האדם לדעתו, אמור נא למי משניהם תפנה אם תצטרך לעזרה... " (מחקרי היהדות א, 243)
אין היינטיגע שפראך: שטעל זיך פאר א תמימות'דיגער איד פון די חסידים אין וויליאמסבורג (פון וועם די ראציאנאליסטן מאכן חוזק אין זייערע בלאגס) וואס זיי עסן טשולענט מיט קוגל, פצעי און גאלע, און זיי מיינען אז דער באשעפער הערט אויס זייערע געבעטן ווען זיי שטופן זיך צו הערן די רבי'ס תורות, אדער ווען זיי לערנען זוהר אדער אנדערע חסידישע ספרים, און פון דער אנדערער זייט האסטו אן אויפגעקלערטער אויבערחכם וואס פרובירט קונה צו זיין שלימות דורך וויסן אלע סארטן חכמות און פילאזאפיעס וואס א מענטש האט נאר די מעגליכקייט נאכצוגיין, זאג דו מיר, צו וועלכע פון די צוויי וועסטו זיך ווענדן ווען דו וועסט דארפן הילף...
כרם זית האט געשריבן:כאטש איך זע נישט די גרויסע פיקחות פון צ''ד משקרוויטש. ס''ה זאגט ער שיינע חידושים פאר יודן וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין די קופסה, וועלכע האבן נישט די נערווען צו נישטערן אין די ספרים פון די גדולי האומה בעניני דעות. און ממילא אז סקומט א איד און זאגט פאר זיי עפעס ענדערש פון וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ווערן זיי אין גאנצן פארלוירן און טאנצן נאך אים קק''ק, כאטש אז אלע זיינע אזוי גריפנע חידושים איז א פשטות פאר רוב מבקשים ומעיינים בספרי הראשונים (און רוב מענטשן האבן נישט די קליינקעפיגע העזה אויסצופסקנען ווי איינער פון די ראשונים כלפי חבריו, נאר ענדערש מקום יש בראש צו עקסעפטירן צוויי שייטת).
מיט דעם אלעמען מיין איך אז די פסק וואס @arh123 האט אראפגעברענגט בענין משכב דכר מיין איך אז לית מאן דפליג אז איינער וואס א דאקטער באשטעטיגט אז דאס איז ל''ע ול''ע זיין נאטור (ודלא כמש''כ האגרות משה דזה נגד הטבע, דכבר הוכיחו הרופאים דיש אחוז קטן מבנ''א דזה טבעם), במקום ער קען זיך נישט איינהאלטן און ער איז אן אנוס (והקב''ה יודע המחשבות), אז בודאי בכגון דא איז געזאגט געווארן די גמרא פון ילבוש שחורים.

כרם זית האט געשריבן:ילבוש שחורים איז נישט די היתר. די היתר איז די פאקט אז דער מענטש איז אן אונס (כמבואר בתוספות). ילבוש שחורים איז נאר א תנאי ווי אזוי ער זאל זיך נאכגעבן אז עס זאל ח''ו נישט נתחלל שם שמים ווערן.
Arh123 האט געשריבן:כרם זית האט געשריבן:ילבוש שחורים איז נישט די היתר. די היתר איז די פאקט אז דער מענטש איז אן אונס (כמבואר בתוספות). ילבוש שחורים איז נאר א תנאי ווי אזוי ער זאל זיך נאכגעבן אז עס זאל ח''ו נישט נתחלל שם שמים ווערן.
וועליכע תוס' בבקשה?
NoProblem האט געשריבן:ממש איך קען נישט פארשטיין אויף וואס מען דיבעיט דא,
יעדער זעהט דאך קלאר, אז ווער עס קען אים פון דער נאנט, ווייסט אז מען רעדט דא פון א טאטאלע משוגענער, און עס איז פארשטענדליך די מערכה קעגן אים,
און געוויסע קומען נאך זאגן אפען, ״איך ווייס אז איך קען אים נישט אבער נאכאלץ בלא בלא בלא,
אויב די אלע וואס קענען אים זאגן אז עס איז פארשטענדליך,
ווי אזוי קען איינער קומען זאגן מיט א בלאסקייט אז איך קען אים נישט אבער איך האלט וואטעווער?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט