דורך אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 12:48 pm
זיין משפחה איז א באקאנטע משפחה. ער גייט מיט א מהלך אז וואס ער פארשטייט איז אמת, און אז נישט גלייבט ער נישט דערין, דא אין דער קליפ זעהט מען אז עפעס האט אנגעהויבען צו פארשטיין לדעתו מקובלים'ס שפראך כאטש ער האט עס קיינמאל נישט פארשטאנען, ווייל ער האט געהאט א בליץ, און דער בליץ איז געוועהן אז א-ל שדי קומט פין לשון ברוסטען, און מיט דעם בליץ איז ער פרה ורבה און ער איז שוין עטוואס מסכים צו די מקובלים אז עס איז דא צוויי סארט השפעות א סארט טאטע השפעה אדער מאמע השפעה, און ווי עס שטייט א-ל שדי, איז עס מאמע סארט השפעות. עכ"ד.
גאונות? מעה. אביסעל דרייעכץ.
אינמיטען דער קליפ זאגט ער אז חסד גבורה תפארת פארשטייט ער, אבער נצח הוד יסוד פארשטייט ער בכלל נישט וועלכע סארט מדות דאס איז, און ווער עס קען אים ביטע אריינשיקן איז מכובד.
אביסל האב איך הנאה פין זיין זיכערקייט, אבער מצד שני דערמאנט ער מיר פןן עמי הארצים וואס צומאל ווען זיי זאגן דיר אז זיי האבן אנגעפרעגט תוס' וכדומה, ווען דער אמת איז אז עס פעלט אים שטארק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!