משה זאב פעטש-געבער האט געשריבן:איך וויל נישט טאקע מחווה דעה זיין און מכניס זיין מיין קאפ צווישן די שני ההרים הגדולים. איך האב נאר געשריבן די שני צדדים, וירא הקהל וישפוט. אדרבה, אפשר וועט איינער קומען פון דא מאכען סדר דארטן און משכין זיין שלום צווישן יידן, ועושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן.
ובפרט בנידון דידן, קען מען צוטיילן די מחלוקת אויף צוויי פערספעקטיוון.הנוהגין לגעור אפיקורוס באלו החולקים עליהם, מנהג שטות הוא (שו"ע חלק ה').
וואס איך האב פרובירט צו זאגן איז אז דאס וואס ר' פעטש געבער נ"י כאפט זיך ארויף אויף די חב"ד מהלך פון נמנע הנמנעות זיי צו באשולדיגונגען אין כפירה, איז נאריש ווייל עס איז א חלק פון די פילאסאפישע דיסקוסיעס פון די היסטאריע און קיין איין צד איז נישט מחדש קיין גרויסע אפיקורסישע תורות. (כ'האב צוגעלייגט צוויי דוגמאות וויאזוי די ארגומענט האט זיך צוטיילט ביי מיר, בחירה און די שאלה פונעם שטיין)berlbalaguleh האט געשריבן:אריה: כ'האב נישט געגעבן קיין לייק. ווייל כ'האב נישט פארשטאנען. ס'הייסט . וואס דאסטאיעווסקי האט געזאגט האביך יא פארשטאנען...!
ארי נוהם האט געשריבן:און צו אלע יפי נפש, וואס פארשטייען נישט פארוואס מ'רייסט אונטער דעם מטורף ווען "סך הכל" זאגט ער נאך א דעה אין עניני אמונה צי הלכה, איז דער פשוט'ער ענטפער אז ווילאנג ער שרייבט נישט קלאר אז ער איז א רעפארמער צי א קראי, דאן פארקויפט ער זיך אלס היימישער פוסק בעניני דעות והלכה, און אויב זיינע פסקים זענען נישט אויסגעהאלטן לויטן היימישן דרך הפסק און לויט ארטאדאקסיע איז דאס כפירה (און טפשות), דאן דארף מען דאס דערציילן ברבים.
אריה האט געשריבן:וואס איך האב פרובירט צו זאגן איז אז דאס וואס ר' פעטש געבער נ"י כאפט זיך ארויף אויף די חב"ד מהלך פון נמנע הנמנעות זיי צו באשולדיגונגען אין כפירה, איז נאריש ווייל עס איז א חלק פון די פילאסאפישע דיסקוסיעס פון די היסטאריע און קיין איין צד איז נישט מחדש קיין גרויסע אפיקורסישע תורות. (כ'האב צוגעלייגט צוויי דוגמאות וויאזוי די ארגומענט האט זיך צוטיילט ביי מיר, בחירה און די שאלה פונעם שטיין)berlbalaguleh האט געשריבן:אריה: כ'האב נישט געגעבן קיין לייק. ווייל כ'האב נישט פארשטאנען. ס'הייסט . וואס דאסטאיעווסקי האט געזאגט האביך יא פארשטאנען...!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בערל, דו צילסט אין אן אומריכטיגע ריכטונג. דער פעטש-געבער איז גאר באקאנט אלס א פעטש געבער, אבער נישט ווי די מלמדים אין חדר, נאר אין א צווייטע אופן. און פאר דערפאר באשטייט זיין לעבן פון בארעדן דער אריז"ל און דער רשב"א און ווער נישט. ווען ער וואלט ווייניגער פעטש געגעבן, וואלט ער זיך נישט געטראפן אין זיין מצב, און ער וואלט נישט געמוזט אנטדעקן זיין אלע וויכטיגער יסודות. ער איז נישט קיין סאטמארער, און מסתמא ניטאמאל אן אונגארישער אפשטאמיגע.
דער קלות הדעת וואס ווערט דא אויסגעשמועסט, ווען באמת רעדט זיך דא פון די יסודות פון צמצום און סוד העיבור, די יסודות פון צדיק ורע לו און געטליכקייט, און אלס מיט א וויש אפ און א פערזענליכע שטאך. אבער ער ווייסט וואס דער רמב"ם 'וואלט' געזאגט!! וואס דער רמב"ם האט געזאגט, האט ער נישט קיין אהנונג, אחוץ אפאר ציטוטים שלא במקומם, אבער וואס ער 'וואלט' געזאגט, ווייסט ער שוין גוט.
לייבל שטילער האט געשריבן:הרב פעטש געבער: אויב ביזטו אזא שטארקע רמב"ם'יסט, ווייסטו דען נישט אז די רמב"ם פסק'נט אז מטאר נישט טיילן קיין פעטש.....
ארי נוהם האט געשריבן:עס איז נישטא קיין מענטש וואס קען אזוי צוגרונד לייגן א מענטש, ווי דער באטרעפנדער זעלבסט.
ווען דער פעטש געבער מיינט אז ער טיילט פעטש פאר אנדערע, ווען אין די זעלבע צייט פראסקעט ער זיך זעלבסט אין געזיכט, און דערציילט פאר יעדן פונקטליכערהייט וואספארא חכם ער איז, וואספארא 'מענטש' ער איז, וואספארא שפראך ער באנוצט, און וואספארא טענות ער פארמאגט אין זאפאס, דאן האבן מיר א קלארן ביישפיל פון די ווערטער פון חז"ל (אין וועמען ער גלייבט נישט) "סייג לחכמה שתיקה", און ווי מ'פלעגט פארטייטשן אז מיטן זיין שטיל קען זיך כאטש דאכטן אז דער שטילער איז קלוג.
אויב מיסטער מאסקאוויטש איז א פריינד מיטן פעטש געבער (כ'וועל אננעמען אז ער איז נאר זיינס א פריינד, און מאסקאוויטש זעלבסט רעדט מער איידל), דאן וועל איך פארשטיין בעסער דעם מאמר העולם: "זאג מיר ווער דיינע פריינד זענען, און איך וועל דיר זאגן ווער דו ביסט". אויב מאסקאוויטש און פעטש געבער וועלן פארשטיין איין מאמר פון "שלום בער" אזוי קלאר ווי די פקחות'ן פונעם אי"ש בליעל, וועלן זיי מעגליך וויסן פארוואס פון זייער פיסקל רינט אייטער אנשטאט פערל רייד.
---
און צו אלע יפי נפש, וואס פארשטייען נישט פארוואס מ'רייסט אונטער דעם מטורף ווען "סך הכל" זאגט ער נאך א דעה אין עניני אמונה צי הלכה, איז דער פשוט'ער ענטפער אז ווילאנג ער שרייבט נישט קלאר אז ער איז א רעפארמער צי א קראי, דאן פארקויפט ער זיך אלס היימישער פוסק בעניני דעות והלכה, און אויב זיינע פסקים זענען נישט אויסגעהאלטן לויטן היימישן דרך הפסק און לויט ארטאדאקסיע איז דאס כפירה (און טפשות), דאן דארף מען דאס דערציילן ברבים.
און אויב בנוסף לזה, האט דער שמוציג פיסק אויך זוכה געווען אז בנוסף צו זיין לינקע אגענדע איז ער אויך א פוסטער עם הארץ און דל גאה ביינאנזאם, דאן דארף מען דאס באזונדער שטארק ארונטעררייסן און מודיע זיין ברבים, כדי מ'זאל וויסן אז ער איז ניטאמאל קיין סאלאמאן שעכטער צי אברהם גייגער, וואס כאטש לערנען האבן זיי געקענט, נאר ער איז א לערע שטרוי זאק מיט א גרויס מויל.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט