mevakesh האט געשריבן:איך קען אויך נישט דעם יונגערמאן איך האב נישט געהערט זיינע תורות
אבער איך ווער נישט איבערגענומען פון וואס מען זאגט אז איז א קליין קאפ וכדומה. ווען ער וואלט געהאט סתם א שאצער שוהל און געגעסן קוכן ביי שמחות וואלט קיינער נישט געשטערט זיין קליינע קאפ נאר יעצט אז ער האט געוואגט צו זיין אן אויבער חכם דארף מען באטענען אז ער האט א קליינעם קאפ גימי א ברעיק
גוט געזאגט! און די לייקס רעדן פאר זיך. איך קוק אים אן ווי א חסידישע דזשארדן פיטערסאן, קאנטעווערסיאל ביז גאר, די מעינסטריעם מידיא האט אים פיינט העצט אנטקעגן אים, באשמוצט אים, רודפ'ט אים, ווייל ער טשעלענדזשט זאכן וואס די צוקוקער פון יענע חדר האט נישט ליב צו הערן. ענליך איז מיט הרב מאסקעוויטש'ן (און ליפא שמעלצער, און מאסטער, און נחום ראזנבערג, און יעדער וואס וויל מאכן א דראסטישע טויש) ער רעדט זאכן און האלט זאכן וואס ביי אונז האט מען געוויסט אז מ'זאגט אפילו נישט ארויס, יא ער רעדט אויך שטותים און האט אפשר נישט די העכסטע אייקיו אבער אזוי אפפענדעט צו זיין פון א סתם נאר לאמיר זיך נישט פאפן, יעדער אויף די וועלט איז בייעסד, פון די ראדיקאלע ריקאנסטראקענישסטס ביז טאליבאנע מיט שווארצע געצעלטן איבערן קאפ. די זעלבע היימישע טראמפ געצנדינער וואס שרייען אז זיי זענען אנטקעגן אויטאריטעריניזם און דיקטאטורשיפ זענען קאמיניסטיש ווען איינער שטעלט זיך אויף און זאגט אנדערש ווי וואס די רבנים האבן מקבל געווען פון בעל שם הקדוש גייט זיי די בלוט ארויף אין קאפ און מ'פרובירט נאך יענעם צו סיילענסן מיט יעדע מין שפעט ווארט וואס די דיקשינערי פארמאגט... די זעלבע אנטי גאווערמענט אידן!
א געשניטענע בארד אדער זיך נישט שערן איז ווייט נישט אזוי געפערליך ווי שטעלן ספיקות אויף אידילאגיע. יא גערעכט צו נישט גערעכט, האסט געזאגט אנדערש ווי מסורה בעסער געזאגט ווי די דיקטאטורן און דעמעגאגן האבן אונז פארקויפט איז מסורה, ביזטו אין חרם לעולמו עד.
צוריק צו קענסול קולטור געפערליך די סנאופלעיקס ניין?