כ"ק מרן מרדכי ישכר בער לייפער זצ"ל - אדמו"ר מפיטסבורג

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

כ"ק מרן מרדכי ישכר בער לייפער זצ"ל - אדמו"ר מפיטסבורג

שליחה דורך יודישע שרייבער »

מיט עטליכע שעה צוריק איז נסתלק געווארן א ערליכע יוד, וואס האט געפירט זיין עדה קדושה פאר דרייסיג יאר מיט גרויס געטריישאפט און האט איבערגעלאזט א השפעה אויף די חסיד'ישע עולם הנגינה, וועל מיר שרייבן אפאר שורות לכבודו און יעדער קען צולייגן משלו...

מרן רבי מרדכי ישכר בער לייפער איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער מרן רבי אברהם אבא זצ"ל (בעל אמונת אברהם, אדמו"ר השני לבית פיטסבורג) און צו זיין מוטער הרבנית רחל (בת מרן רבי איתמר'ל מנאדבורנא) ביום ט"ז טבת ה'תשט"ז אין אמעריקא, ווי ער האט געלעבט די ערשטע תקופה פון זיין לעבן.

אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת גרודנא און שפעטער אין ישיבת טשעבין אין ירושלים ווי ער האט זיך משלים געווען בתורה ויראה.

בהגיעו לפרק האיש מקדש האט ער חתונה געהאט מיט זוגתו הרבנית אביבה מרים בת הרה"ג רבי יצחק אייזיק ליעבס (יו"ר אגודת הרבנים בניו יארק ומחבר ספר בית אבי).

מיט די פטירה פון זיין פאטער ביום י' טבת תש"נ האבן אים די חסידים אויפגענומען אלץ ממלא מקום אביו אלס דער דריטער רבי לבית פיטסבורג, די רבי האט געפירט די חסידות מיט א איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט און די חסידים און ארומיגע וואס האבן מיטגעהאלטן זיין עבודה פון דער נאנט האבן זיך געפילט זייער נאנט מיט אים און געזען אין אים א אב רחמן וואס האלט מיט יעדעם איינעם'ס פערזענליכע מצב און זארגט זיך פאר זייערע געברויכן, ווי אויך איז ער געווען א ריכטיגע דוגמא פאר די חסידים וועלכע האבן געזען פאר זיך א ערליכע יוד וואס זיצט און לערנט, דינט דעם באשעפער מיט א התרוממות הנפש און דאס איז וואס ער האט געפאדערט פון זיי.

אויך האט די רבי פארברייטערט די חסידות מיטן גרינדן און פארגרעסערן קרית פיטסבורג אין אשדוד, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה (ווי ער האט געהאט א נאנטע קשר מיט אלע תלמידים) ועוד.

די רבי זצ"ל איז אויך גאר באקאנט פאר זיינע ווארעמע תפילות ווי דער רבי פלעגט צוגיין צום עמוד שופך שיח זיין לפני קונו כבן לפני אביו, און אויך מיט די גאר ווארימע טישן ווי די רבי האט געפראוועט זייער שיין און דער עולם האט ווארעם מיטגעהאלטן און צווישן די אלע ניגונים און זמירות האט מען געזינגען פון די רבי'ס רייכע קאמפאזיציעס.

רוב פון די רבי'ס ניגונים איז געבליבן אין הויף, און מען קען עס נאר אין פיטסבורג, אבער צענדליגע ניגונים איז ארויס אויך אין די וועלט און ווערט געזינגען בכל תפוצות ישראל, א שטייגער ווי קה רבון עלם פון זמירות ליל שבת קודש און נאך.

עס איז אינטרעסאנט צו אנצייכענען אז געוויסע פון די ניגונים האבן א היסטאריע אינטער זיך, ווי למשל איינער פון די ניגונים האט די רבי פארפאסט אויף א שבת פאר/נאך וואס איינער פון זיינע קינדער איז אוועק בחייו יונגערהייט.

אויך איז דער רבי געווען א שיינע זאגער און געזאגט הערליכע תורה מדי שבת בשבתו, א חלק פון די תורות זענען געדריקט געווארן אינעם ספר פתגמי אורייתא, כמדומה אז די ערשטע באנד איז ארויס לאור עולם בערך בשנת תשס"ד לפ"ק אין זייט דעמאלטס איז ארויס נאך עטליכע בענדער, אויך האט מען שוין ארויס געגעבן בענדער מסודר לפי הענינים, אנגעהויבן מיט צוויי רייכע בענדער אויף עניני שבת קודש.

די רבי האט יארן לאנג זיך געפלאגט מיט עניני בריאותו, אריין און ארויס פון שפיטאל צוליבן האבן שוועריקייטן מיטן אטעמען און אנדערע מיחושים וכו' אבער איז אנגעגאנגן מיט די עבודת הקודש מיט די גאנצע שטארקייט כפי יכולתו און האט נאך זוכה געווען צו פירן אנטערן חופה זיין יונגסטע קינד מיט בלויז געציילטע יאר צוריק.

די לעצטע תקופה איז די רבי'ס מצב הבריאות געגאנגן מטה מטה נאכן ווערן אנגעשטעקט מיט דער קאראנע ווירוס און ער איז אריינגעפירט געווארן אין די לאניאדו שפיטאל אין נתניה, נאך עטליכע חדשים זיך ראנגלען פאר זיין לעבן איז דער רבי אוועק אינעם יונגען עלטער פון בערך 65 און איבער 30 יאר על כס האדמורו"ת, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש לדאבון לב חסידיו מקיריו אוהדיו וכל בית ישראל.

די רבי האט איבערגעלאזט א דור ישרים יבורך, בנין וחתנין רבנים, וביניהם: בנו הרב משולם אליעזר זאב (חתן אדמו"ר רבי ניסן מקרעטשניף ירושלים); בנו הרב יעקב (חתן הרב ישראל אליעזר אדלער האדמו"ר מדז'יקוב-ויז'ניץ); בנו הרב יוסף (חתן הרב ישראל ארנסטער, בן הרב מנחם ארנסטער); חתנו הרב יעקב האגער (בן הרב ישראל אליעזר האגער רב קהילת סערט ויז'ניץ - ירושלים); חתנו הרב אליעזר זוסיא שטערן (בן אב"ד סקולען ב"ב ונכד של האדמו"ר מסקולען זצ"ל); חתנו הרב מנחם מנדל דוד פעלדמאן (בן הרב אהרן אליהו פעלדמאן); חתנו הרב אלעזר ארנסטער (נכד הרב וועלוול ארנסטער, רב דבית מדרש מאור חיים אין ירושלים עיה"ק)

יהא זכרו ברוך ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר