קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ווי באקאנט איז אין די חרדישע וועלט און בפרט אין די חסידישע וועלט דא אינגאנצען א אנדערע צוגאנג צו די מגיפה פון די גאנצע דרויסנדיגע וועלט. אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז דא חילוקי דעות ווי ווייט מ'דארף זיך היטן און וואס מ'דארף טוהן (צב"ש לאקדאונ'ס, פארשפארן געשעפטן, מאסקעס, וכו' וכו') איז אבער כו"ע מודי אז עפעס דארף מען טוהן. זיכער נישט מאכן גרויסע אסיפות אינדארס, זיכער אז מ'דארף זיך זייפן די האנט, זיכער אז ס'איז נישט גוט צו געבן די האנט כסדר, און זיכער נישט זיך צאמקומען געשטיפט נאכאמאל און נאכאמאל כאילו ס'עקזיסטירט נישט קיין מגיפה.
דאס איז איבעראל אזוי, מהודו ועד כוש, פון נוא זילאנד ביז טעקסאס, חוץ אין די חסידישע וועלט ווי ס'איז כאילו ס'איז בכלל נישט דא קיין מגיפה און עולם כמנהגו נוהג. מ'דארף גארנישט טוהן.
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:איך בעט אז מ'זאל האלטען די אשכול צו די נושא.
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:קאסובער רבי פון ב"פ איז ביי די ערשטע כוואליע געווען פון די שכל'דיגע. אבער איך מיין אז ביי די יעצטיגע כוואליע איז ער פינקט ווי אלע. טוהט גארנישט.
צפור בודד האט געשריבן:באבוב 45?
קלויזנבורג אמעריקא?
איך שטעל א פראגע צייכן ווייל ס'איז מפי השמיעה
צפור בודד האט געשריבן:באבוב 45?
קלויזנבורג אמעריקא?
איך שטעל א פראגע צייכן ווייל ס'איז מפי השמיעה
לעיקוואד האט געשריבן:קריינא דאיגרתא האט געשריבן:קאסובער רבי פון ב"פ איז ביי די ערשטע כוואליע געווען פון די שכל'דיגע. אבער איך מיין אז ביי די יעצטיגע כוואליע איז ער פינקט ווי אלע. טוהט גארנישט.
ס'איז נישט קלאר אז א קליינע רבי ווי דער קאסובער קען טוהן עפעס אליינס אין דער יעצטיגער מצב. ממילא אז רובא דרובא עולם פייפט זיך אן האט ער נישט קיין ברירה. אזוי עכ"פ האבן מיר געזאגט עטליכע אנדערע אין דער מצב וואס האבן בערך די זעלבע מהלך.
און די היפאקריטיע פון זיך באשיצן אבער לאזן די חסידים אויף הפקר?מנחם ציון האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך
מנחם ציון האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך
דו כאפסט נישט וויאזוי דער רבי קוקט עס אן, דער רבי פארשטייט בכלל נישט וואס א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש האט צו זוכן ביי איהם, ער קוקט אן די חסידים וואס שטופן זיך ארום איהם ווי א באנדע נאראנים וואס דארפן צוקומען צו איהם זיי צו האלטן אויפ'ן דרך הישר אז זיי זאלן נישט ווערן קיין גענגסטערס און דראג-עדדיקטס. מענטשן כאפן באמת נישט וויאזוי רבנים קוקן אן די זאך, איך האב אמאל געפרעגט א געוויסע רב אפאר פון מיינע קשיות, פארשטייט זיך אז אין אנפאנג האט ער מיר פרובירט דוחה זיין בקש, ווען ס'נישט געגאנגען האט ער זיך צולאכט, פארשטייסט דאך יא אן עסק, זאגט ער מיר, דו כאפסט נישט אליינס אז דאס איז אלעס סתם צו האלטן דעם עולם אין די קאטשעניו? ער האט באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי אזא קלוגע מענטש ווי איך קען בכלל גלייבן אין די זאכן. ווען איך בין שפעטער צוריקגעקומען מיט נאך קשיות איז ער שוין געווארן בייז אויף מיר, ער האט געמיינט אז איך טראלל סתם ארום מיט איהם... אזוי פשוט איז עס ביי איהם אז ס'איז אלעס שטותים.
מילא אז זיינע חסידים פילן אז זייער זיך קלאמערן ארום איהם איז זיי וויכטיגער פון סאושעל דיסטענסינג זאל זיין אזוי, די קלוגע מענטשן קומען דאך ממילא נישט, ער איז דאך יא א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש, פארוואס דארף ער ליידן וועגן זייער פערדישקייט?
חסידישער_ספקן האט געשריבן:רביה"ק, די זעהסט דאס ווי א באוואוסטזיין החלטה ביי די אלע רבי'ס? אדער דאס איז זייער געפיל און ווילן זיך נישט זעהן דערמיט קלאר.
קיינער האט אויף דעים נישט גענטפערטא חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ביים ערשטן זענן אלע געווען פארשפארט, אפילו ל"ג בעומר, ניין?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
תפארת האט געשריבן: (גיי ווייס פארוואס... ווייל אין בעלזא איז דא 8 טויטע פון קאראנא און אין גער איז דא דער זעלבע אפי' זיי האבן טאפעלט חסידים... אבער יא אבער ניין)
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט