ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

שליחה דורך שבת אחים »

לכבוד די יארצייט ט׳ ניסן וויל איך נעמען די מוה צושרייבן א ארטיקל אויף מיין רבי׳ן דער הייליגער “אמרי חיים” מ׳וויזניץ וואס איז לדעתי געוועהן א העכערע מענטש, א “קודש וטהור” פון די לעצטע אמת׳ע רבי׳ס און פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט.

א שטיקל צייט צוריק האט איינער געשריבן דא אז ווען הרה״ג ר׳ עובדי׳ יוסף איז נפטר געווארן האט איינער געזאגט פאר די תולדות אברהם יצחק רבי בשם עפעס א רב אז “אזא גאון ווי ר׳ עובדי׳ איז שוין נישט געוועהן זינט די רמב״ם!” האט אים די תולדות אברהם יצחק רבי געפרעגט “און פון די אמרי חיים האט ער קיינמאל נישט געהערט?”

פארשטייט זיך אז דאס ווערט פארציילט מיט א געלעכטער, א וויץ און לכה״פ וועלן רוב מענטשען מודה זיין אז דאס איז א ריזיגע גוזמא און שטארק איבערגעטריבן. אבער למעשה איז דער תולדות אברהם יצחק רבי ווייט נישט דער איינציגסטער וואס האט געהאלטן אז די אמרי חיים איז געוועהן א גרויסע גאון און א צדיק. און ווען מ׳זאגט עס נאך פון זיי איז עס שוין גארנישט קיין געלעכטער. נאר יעדער טראכט נאכמאל אפשר טאקע איז ער געוועהן א גרויסע מענטש און נישט סתם א איד וואס האט גערייכערט צוגערעטלעך און געזינגען “רומענישער פאלקס לידער” מיט “זיידל רובנער”....

פאר די אלע וואס האבן געקענט די אמרי חיים פון דער נאנט איז עס געוועהן א דבר פשוט אז ער איז געוועהן א גאון. אפשר טאקע נישט אזא גרויסע גאון ווי ר׳ עובדי׳ אבער דאך א הייליגער איד וואס האט גוט געקענט לערנען, א עובד השם, און אלע מעלות וואס א מענטש קען נאר האבן.

די אמרי חיים איז געוועהן א באהאלטענע מענטש. און אנדערש פון זיין עלטערע ברודער דער ווישעווער רב וואס האט ארויסגעוויזן זיין גאונות, בקיאות און אלץ גערעדט תורה, דרוש מיט פלפול. האט די אמרי חיים כאטש ער איז געוועהן א גאון בתורה האט ער עס קיינמאל נישט ארויסגעוויזן ברבים. ער איז געוועהן א געוואלדיגע עניו. ער האט שטרענג אנגעזאגט אז מזאל גארנישט שרייבן וועגן אים אין די וויזניצער גליונות. און נאר שרייבן וועגן זיין גרויסען פאטער דער אהבת ישראל זצ״ל און די פריערדיגע רבי’ס. און מהאי טעמא האט טאקע זיין זוהן דער תורת מרדכי פון וויזניץ- מאנסי קיינמאל נישט גערעדט פון זיין גרויסקייט ברבים. ער האט געזאגט ביי די ערשטע ט׳ ניסן טיש אז דער טאטע האט קיינמאל נישט געוואלט מ׳זאל רעדן פון זיין גרויסקייט, און ווי חז״ל זאגן “ת״ר מכבדו בחייו ומכבדו במותו” און זינט דאן האט ער נאר גערעדט פון די גרויסקייט פון זיין זיידען דער אהבת ישראל זצ״ל אפילו ביי זיין טאטענס יארצייט.

אבער פאר די גאר נאנטע מענטשען וואס האבן גוט געקענט דעם אמרי חיים פון דער נאנט איז עס נישט געלונגען צו באהאלטן. און אויף אסאך פלעצער האט עס ארויסגערינען.
א באוואוסטע מעשה ווערט געברענגט אין ספר “מאור החיים” און אויף אסאך אנדערע פלעצער וואס האבן אים באשריבן.

די אמרי חיים איז געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ וועלוועל מ׳ראחמסטריווקא זצ״ל. איינמאל אלץ יונגערמאן איז ער געוועהן ביי זיין שווער אויף א שבת סעודה. און ס׳האט זיך געמאכט א שמועס אין לערנען צווישן די ראחמסטריווקער רבי און זיינע קינדער. און זיי האבן זיך מפלפל געוועהן און ארומגעטענה׳ט אין א סוגיא פאר א לענגערע צייט, בשעת אלע האבן זיך הויך געטענהט, איז די אמרי חיים געזיצן שטול און גארנישט אריינגערעדט.

נאכן בענטשען רופט זיך ר׳ וועלוועל ראחמאסטריווקער אן צו זיין איידעם, די אמרי חיים “און איר האט גארנישט אריינצורעדן אין די סוגיא?”

האט די אמרי חיים געזאגט די קשיא וואס ער פרעגט רעדט דאך שוין די ר״ן ארום באריכות און ער האט פאר א לענגערע צייט געווארפן בקיאות און מסביר געוועהן די גאנצע סוגיא און פארענטפערט אלע קשיות ארום.

האט זיך דערנאך די ראחמאסטריווקער רבי אנגערופן:

“איך וואונדער מיך אויף דיר, נישט אז דו האסט געדענקט די ר״ן און די אלע אנדערע ראשונים און אחרונים. נאר איך וואונדער זיך אז דו האסט שוין יא געוואוסט די תירוץ וויאזוי האסטו געקענט זיצן אזוי שטול א גאנצע צייט און זיך גארנישט אנגערופן?”

א צווייטע מעשה ווערט פארציילט אז די אמרי חיים איז אמאל געוועהן מיט זיין סערטער ברודער ביי א אסיפות הרבנים און ס׳האט זיך געמאכט א לענגערע שמועס איבער עפעס א שווערע שאלה אין הלכה. דער סערטער איז כיודע געוועהן א גאון אדיר און זיך מפלפל געוועהן א לענגערע צייט מיט די רבנים, ווידער די אמרי חיים איז געזיצן שטול. נאך די אסיפה ווען די אמרי חיים מיטן סערטער האבן גערעדט פריוואט האט אים די אמרי חיים געפרעגט היתכן האסט נישט דערמאנט די און די תשובה און זיך גענומען ווארפן בקיאות.

די אהבת ישראל האט גערופן די אמרי חיים “דער שווארצער גנב” ווייל ער האט געהאט יונגערהייט א שטארקע שווארצע בארד, און גנב מלשון “גניבת דעת”

די גרעסטע חסיד פון די אמרי חיים איז געוועהן אסאך א גרעסערע רבי ווי הרה״צ ר׳ שמואל יענקל קאהן. ער איז געוועהן ר׳ שמואל יענקל׳ס רבי. און א רבי וואס אלע היימישע קרייזן האבן אנגענומען אלץ א “קדוש וטהור” און א “גאון עולם” און דאס איז געוועהן די אמרי חיים׳ס איידעם און נעפיו הרה״ק ר׳ יהודא׳לע האראוויץ מדזיקוב זצ״ל. און אויב מיינט איר אז דער תולדות איז דער גרעסטע חסיד פון די אמרי חיים האט איר א גרויסען טעות. דער גרעסטער חסיד פון די אמרי חיים איז געוועהן ר׳ יהודא׳לע זצ״ל און לדעתי די גרעסטע וויזניצער חסיד זינט הרה״צ ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל מ׳ווילחאוויץ. (ווער עס גלייבט נישט זאל ליינען די ספר “יהודה לקדשו” וואס וויזניץ האט ארויסגעגעבן נישט לאנג צוריק וואס איז געשריבן דורך כמעט אלע נאנטע מענטשען פון ר׳ יהודא׳לע, אלעס וואס זיי האבן געהערט פון ר׳ יהודא׳לע וועגן זיין שווער און זיין רבין דעם אמרי חיים. אריינגערעכענט זיינע גרויסע תלמידים ווי הגה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ״ל. הגה״צ ר׳ מנחם מונדערער מקאסוב זצ״ל. די תולדות אברהם יצחק רבי און אפאר פון נישט קיין וויזניצער מקורות נאר נאנטע אידן צו ר׳ יהודא׳לע)


אפילו נאכדעם וואס ר׳ יהודא׳לע האט זיך געגט פון די אמרי חיים׳ס טאכטער און אפילו נאכן זיך אריבעציען קיין ירושלים און זיך דערווייטערן פון וויזניץ. בשעת אסאך מורדים האבן זיך געדרייט ביי אים, איז ער אייביג געבליבן א פייערדיגע חסיד פון זיין שווער ביז זיין לעצטע טאג פון זיין לעבן.
יעדער ספר, ארטיקל, גליון, וואס האט באשריבן ר׳ יהודא׳לע שרייבט דאס. כאטש ער האט באלאנגט צו די קנאים און ער האט זיך געגט פון זיין טאכטער איז ער געבליבן א גרויסע חסיד פון זיין שווער.
אפילו אויף זיין וויקיפידע בלאט שרייבן זיי דאס:
“למרות דעותיו הקנאיות, ועל אף גירושיו, היה חסידו של חמיו רבי חיים מאיר הגר האגודאי”
ר׳ יהודא׳לע איז געוועהן נישט סתם א חסיד פון די אמרי חיים נאר ער האט אים ממש צוגעגליכן צו פרידערדיגע צדיקים ווי דער בעש״ט און ווי ר׳ לוי יצחק מבארדישוב
און ער האט געלערנט פשט אין יעדע איינציגע ווארט וואס זיין שווער האט געזאגט. אפגערעדט פון זיין תורה. אפילו פון זיינע שיחות חולין!

ר׳ יהודא׳לע איז געוועהן א גאון עצום א עובד השם און א גאר א קלוגער מענטש. ער האט אלעס געקענט אין יהדות. יעדע מעשה פון יעדע חסידישע רבי האט ער געדענקט אויסווענדיג. יעדע תוספות, יעדע פרי מגדים און אפגערעדט חתם סופר. ער האט געשריבן גאנצע חיבורים אויפן חתם סופר מ׳האט נאך אפילו נישט געדריקט קיין צעהן פראצענט דערווייל וואס ער האט געשריבן אין זיין לעבן.

נישט געוועהן קיין גדול וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים. אפילו די הייליגער חזון איש וואס האט אים גאר גוט געקענט -ר׳ יהודא׳לע איז דאך געוועהן פון זיינע נאנטע תלמידים און זיך אסאך געדרייט ביי אים. אמאל איז א איד געקומען זאגן פארן חזו״א אז מ׳טראגט אים אן א בחור וואס דרייט זיך ביי ר׳ יהודא׳לע האט ער געזאגט “יהודא׳לע איז א אדם השלם” (א גאנצער מענטש).
א איד איז אמאל געקומען פרעגן א קאמפליצירטע שאלה פארן חזון איש האט ער געזאגט “רעדט זיך דורך מיט יהודא׳לע. די וועלט זאגט ער איז א צדיק, איך זאג אז ער איז נישט נאר א צדיק נאר א חכם אויך”

ר׳ יהודא׳לע האט קיינמאל נישט געוואלט זיין קיין רבי. געוויסע רייכע אידן וואס האבן געשטאמט פון דזיקובער חסידים בתוכם משפחת הנגיד ר׳ געציל בערגער פון לאנדאן וואס האבן אים געוואלט בויען מוסדות. און געוואלט אז ער זאל ממשיך זיין די דזיקובער הויף. אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון. זיי פלעגן אים אלץ זאגן און וואס איז מיט דזיקוב? ווער וועט ממשיך זיין די דזיקובער חסידות? האט ר׳ יהודא׳לע געזאגט “איר ווילט דזיקוב? די שווער איז דאך א שטיק דזיקוב!?” (די אמרי חיים האט גענומען פון זיין דזיקובער זיידע, נוסח, תנועות און מנהגים און אריינגעמישט אין וויזניץ) א צווייטע מאל האט ער געזאגט “ביים שווער וועט איר טרעפן אלעס, דזיקוב, וויזניץ, קאסוב”. ער האט זיך ממש געוואונדערט ווען מ׳האט אים געזאגט אז ער זאל זיין רבי. דא האט איר אזא גרויסע צדיק ווי דער שווער און איר ווילט איך זאל ווערן א רבי?

ער פלעגט זאגן אלע מענטשען וואס האבן זיך געדרייט ביי אים אין ירושלים אז זיי זאלן פארן צום שווער אויף שבתים און בפרט ימים טובים, ספעציעל פסח האט ער אנגעזאגט אלע וואס האבן זיך געדרייט ביי אים אז זיי זאלן פארן צום שווער אויף יו״ט. איינע פון די בחורים האבן אים אמאל געפרעגט וואס עפעס איז די רבי מקפיד אז יעדער זאל פארן קיין וויזניץ אויפן סדר האט זיך ר׳ יהודא׳לע אנגערופן “מצות תאכל במקום קדוש!”

ווען די בחורים און אינגעלייט וואס האבן זיך געדרייט ביי אים פלעגן אהיימקומען פון בני ברק ווען זיי זענען געפארן אויף שבתים צום אמרי חיים פלעגט ר׳ יהודא׳לע זיי אויספרעגן פאר א לענגערע צייט וויאזוי פונקטליך די שבת איז דורך. ווען די רבי איז אריינגעקומען צום טיש, ווען מהאט גענעדיגט, וואס האט די רבי געזאגט ביי די תורה. און אסאך מאל האט ער דורכגערעדט די תורה פונעם שווער און אריינגעלערענט טיעף פשט אין די תורה פון די שווער. אסאך מאל איז ער אינגאנצן צוקאכט געווארן ווען ער האט געהערט די תורה פונעם שווער. און ער האט געזאגט גאנצע פשטים פארוואס די שווער קאכט זיך לעצטענס אין יענער און יענע ענין און פארוואס ער דערמאנט לעצטענס מעהר די און די מידות וכו׳

הגה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ״ל שרייבט אז ווען די ספה״ק “אמרי חיים” איז ארויסגעקומען לאור עולם האט רבי יהודא׳לע מעיין געוועהן אין דעם פאר וואכן לאנג. און צוגעשריבן גאנצע פירושים, קשיות, און הגהות דערויף.

דער “בית ישראל” מגור זצ״ל וואס האט גאר שטארק געהאלטן פון די אמרי חיים זצ״ל. (ער האט גערופן די אמרי חיים “רבי לעבן” אדער סתם “רבי”) האט געבעטן אז מזאל אים ברענגען די תורת פונעם אמרי חיים יעדער וואך און ער פלעגט ארייבליקן דערינען.

און די מעשה גייט אזוי:

גלייך נאכן אויפשטעלן שיכון וויזניץ האט וויזניץ נאכנישט געהאט ארויסגעגעבן קיין גליונות פון די רבי׳ס תורת. לעבן שיכון וויזניץ האט געוואוינט א גורער חסיד א ת״ח און א שרייבער ער פלעגט קומען יעדע וואך צום טיש און זייער הנאה געהאט פון די אמרי חיים׳ס טישן און ספעציעל פון די ווארימע דברי תורה. ער האט ממש נישט פארשטאנען וויאזוי ס׳קען זיין אז מ׳דרוקט נישט די תורה לאור עולם. איז ער דאן געגעאנגען רעדן מיט אפאר אנדערע וויזניצער חסידים און ער האט זיי פארגעשלאגן אז ער וועט אראפשרייבן די תורה צוזאמען מיט צוויי אנדערע וויזניצער חסידים און זיי וועלן ארויסגעגעבן א קונטרס פונעם רבין׳ס תורה יעדע וואך.

ווען ער איז אמאל אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי דער בית ישראל האט ער פארציילט פארן בית ישראל אז ער האלט מיט די טישן פון די וויזניצער רבי און ער האט באמת זייער הנאה פון זיינע געדאנקן און זיינע תורת און אז ער האט זיך אינטער גענומען צו דריקן די תורה יעדע וואך. האט זיך דער בית ישראל אנגערופן “נו פארוואס שווייגט מען? זאל מען מיר אויך ברענגען די דברי תורה!”
און פון דעמאלטס אן פלעגט דער גורער חסיד שיקן יעדע וואך די תורה פון די אמרי חיים פאר זיין רבין דער בית ישראל.

ווען די ספר “ליקוטי אמרי חיים” (געקליבענע קורצע ווערטלעך און געדאנקען) איז ארויסגעקומען איז די גורער חסיד אריינגעגאנגען צום בית ישראל און אים געוויזן די ספר. האט די בית ישראל מעיין געוועהן דערינען און זיך הויך אנגערופן מיט וואונדער “קאצקער ווערטלעך!?”

(וועגן די קשר צווישן די בית ישראל און די אמרי חיים האף איך צושרייבן איין טאג א באזונדערע ארטיקל בלי נדר אין די אשכול)

אין זיינע תורת וואס זענען מתוק מדבש קען מען זעהן אז ער איז געוועהן א אמתער תלמיד הבעש״ט.

איינע פון די תורת וואס ווייזט אויף זיין כאראקטאר און לדעתי זייער א הערליך ווארט איז:

מ׳זינגט שבת ביי זמירות
וזכינו לקבל שבתות מתוך שמחה וכו׳ ומתוך ״מעוט עונות״
פארוואס בעט מען דעם אייבערשטען מ׳זאל האבן “ווייניג עבירות” מוואלט דאך געקענט בעטן דעם אייבערשטען אז מ׳זאל מקבל שבת זיין ריין אן קיין זינד?

זאגט די הייליגער אמרי חיים:

”אז א איד זאגט דיר אמאל דעם איד איז עבירה צו געבן געלט, דעם איד איז עבירה צוהעלפן- זאלט איר וויסן אז אט די עבירות איז באמת א מצוה!
אלזא בעטן מיר דעם אייבערשטען אז מ׳זאלן מקבל זיין דעם שבת מיט אזעלעכע מינע עבירות וואס זענען באמת מצות״

“די זעלבע זאך זאגט ער ווען א איד זאגט, יענעם איז א מצוה צובאגראבן זאלט איר וויסן אז דאס איז באמת א עבירה!”

ווען ר׳ יהודא׳לע פלעגט פארן צום שווער אויף שבתים און ימים טובים פלעגט ער זיצן אויסגעדרייט צו זיין שווער און נישט אראפגענומען קיין אויג פון אים די גאנצע צייט.
די היינטיגע וויזניצער רבי פון בני ברק מרן ר’ ישראל וואס האלט זיך פאר א תלמיד פון ר׳ יהודא׳לע שרייבט אין ספר “יהודה לקדשו” אז פסח ביים סדר פלעגט רבי יהודא׳לע האלטן די הגדה פארנט פון זיינע אויגן און פון די זייט א גאנצע צייט ארויסגעקוקט אויף זיין שווער. און ווען ער האט געקוקט אויפן שווער פלעגט ער אלץ וויינען מרוב התרגשות!
הרה״ח המפורסם ר׳ מנחם אליעזר מאזעס משב״ק. שרייבט אין זיין ספר “לפני ולפנים” אז פורים ווען ר׳ יהודא׳לע איז געקומען פון ירושלים צום שווער׳ס טיש איז ער געזיצן א גאנצע צייט אויסגעדרייט צום שווער. און אפילו ווען מ׳האט געשפילט דעם “פורים שפיל” און יעדער האט געקוקט אויפן שפיל איז ר׳ יהודא׳לע געזעצן אויסגעדרייט צום שווער און קיין סעקונדע נישט אראפגענומען די אויגן פון זיין שווער און אינגאנצן צייט איז אים גערינען טרערן פון די אויגן...

ר׳ יהודא׳לע האט זיך ממש געשוואוירן אז דער שווער איז געוועהן פון די אמאליגע צדיקים. ער פלעגט אלץ פארציילן די מעשיות פון רבי לוי יצחק מבארדישוב וויאזוי ער פלעגט זיך קאכן אין א מצוה ווי לולב און מצה און חדשים פאר דעם האט ער זיך שוין אנגעגערייט פאר די מצוה. און גאנצע נאכט ביפאר די ערשטע טאג יו״ט האט ער נישט געקענט שלאפן און איז געשטאנען ביי די שאנק גרייט אז ווען די סעקונדע מ׳קען שוין מאכן די ברכה אויפן לולב האט ער געגעבן א שפרונג אויף און געמאכט די ברבה און ווען ער פלעגט ענדיגן די מעשיות פון ר׳ לוי יצחק בארדישובער פלעגט ער אלץ צולייגן “ווען איך וואלט נישט געקענט דעם שווער וואלט איך קיינמאל נישט פארשטאנען די מעשיות”
און אמאל האט ער זיך אנגערופן “די שווער איז טאקע געוועהן דער ר׳ לוי יצחק בארדישובער אין אונזער דור”

וועגן די גרויס דביקות פונעם אמרי חיים אין א מצוה און ווי ער האט זיך געקאכט אין שב״ק פלעגט ר׳ יהודא׳לע אלץ פארציילן פון די געהויבנע שבתים וואס ער האט זוכה געוועהן צו זיין ביים שווער ווען זיי זענען ליידער אנטלויפן ביי די נאציס ימ״ש.

יענע שבתים האט די אמרי חיים נישט געפירט קיין טישן פארשטייט זיך און ער איז געוועהן באהאלטן צוזאמען מיט א חלק פון זיינע קינדער בתוכם ר׳ יהודא׳לע מיט זיין רביצין (די אמרי חיים׳ס טאכטער).

ער פארציילט אז כאטש ס׳איז געוועהן מוראדיגע אנגעצויגענע צייטן. שווארצע וואלקענס. יעדער האט געציטערט מי יחיה ומי ימות. און נאכדערצו די נאציס האבן ספעציעל געלאקערט צו כאפן גרויסע רבנים ווי די אמרי חיים זצ״ל. האט זיך די שווער קיינמאל אין קיין שום מצב נישט פארלוירן, און קיינמאל נישט געווארן אין כעס! ספעציעל שבת האט ער געפירט די גאנצע שבת פונקט ווי ס׳וואלט געוועהן טויזנטער געסט ביים טיש. און א גאנץ שבת איז ער געוועהן ווי א פלאם פייער זיך געקאכט אין שבת.

ער פארציילט אז איינמאל נאכן ענדיגן טיש טיש פרייטיג שפעט ביינאכט. ווי נאר ער מיט די תורת מרדכי האבן זיך באטייליגט האט אים די שווער געבעטן אז ער זאל אים אויפוועקן פארטאגס (ר׳ יהודא׳לע פלעגט אלץ אויפשטיין פרי שבת און לערנען אפאר שעה פארן דאווענען). זיי האבן דעמאלטס געוואוינט אין איין דירה ווען זיי האבן זיך באהאלטן פון די נאציס.

למעשה ווען ער איז אויפגעשטאנען אזוי פינף פארטאגס האט ער געזעהן ווי זיין שווער זיצט נאכאלץ אויפן זעלבען פלאץ אינגאנצן פארקאכט און פארדביקהט און זינגט צו זיך ניגוני שבת מיט א ברען.

דערנאך האט ער געמיינט אז די שווער וועט זיך אביסל צולייגן פארן דאווענען. אבער ער האט געזאגט ברכת התורה און זיך געזעצט לערנען אפאר שעה פארן דאווענען. נאכמיטאג האט ער געמיינט די שווער וועט זיך אביסל אראפלייגן אבער די שווער האט געלערנט פרקי אבות מיט חסידישע ספרים. און במשך די שבתים האט רבי יהודא׳לע באמערקט אז ער איז ממש כמעט נישט געשלאפן גאנץ שבת נאר געלערנט, געזינגען און געדינט דעם אייבערשטען.

און פון ר׳ יהודא׳לע איז א גרויסע ראי׳ ווייל ער האט זייער גוט געקענט דעם שווער. ער איז געוועהן ממש ווי א קינד דארטן. ער האט געקענט די פעטער פון אלץ קליין קינד. ר׳ יהודא׳לע איז געוועהן זייער א ברייטע מענטש ער האט אפגעלאכט פון רביסטיווע בעצם. ער האט געקענט אוועקמאכן גדולים וואס יעדער האט אנגענומען. גדולים וואס האבן געלעבט הונדערטער יאהרן פריער ווי זיין שווער. ער פלעגט כסדר אוועקמאכן געוויסע מעשיות פון צדיקים. און אסאך מאל נאך איינער האט אים פארציילט געוויסע מעשיות פון רביס פלעגט ער זאגן “באבע מעשיות” ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם אויב מ׳האט גערעדט אויף וויזניץ. אויף זיינע שוואגערס. אבער נישט אויף זיין שווער אדער זיין זיידע.

ווען די אמרי חיים איז נסתלק געווארן איז רבי יהודא׳לע געוועהן אויס מענטש ממש! אין ספר “יהודה לקדשו” ברענגן זיי אראפ א בריוו וואס די נענטסטע מענטש צו ר׳ יהודא׳לע הגה״צ ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל האט דאן געשריבן פאר הנגיד המפואר ר׳ חיים משה פעלדמאן.

“ר׳ יהודה’לע זעהט נישט אויס גוט, ער האט שוין א וואך צייט נישט גערעדט מיט קיינעם קיין איין ווארט!”


אין די קומענדיגע ארטיקלן וויל איך שרייבן וועגן אנדערע גרויסע תלמידים פון די אמרי חיים ווי למשל הגה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן וואס האט נישט געשטאמט פון קיין וויזניצער משפחה און איז געוועהן א גאון עצום און געהאלטן אז די אמרי חיים איז געוועהן פון די אמאליגע צדיקים און פון די לעצטע אמתע תלמידי הבעש״ט. ווי אויך וואלט איך געוואלט שרייבן וואס די מורדים האבן געהאלטן וועגן די הייליגע אמרי חיים. וויפל איך ווייס און וויפל איך האב געהערט האבן זיי אלע געהאלטן אז ער איז געוועהן א קדוש!

בלייבט שווער די ווערסיע אז ער האט סתם געזינגען פאלקס לידער?

זינט ווען איז נגינה אפגעפרעגט ביי חסידות?

איר האט אמאל געהערט פון הרה״ק ר׳ אהרן הגדול מקארלין און הרה״ק ר׳ אייזיקל קאלובער? דער ערשטער רבי על אדמת אונגארן וואס האט פארשפרייט די תורת הבעש״ט?

נגינה איז א מעלה! נישט קיין חסרון! די תורת מרדכי האט געזאגט “איך וואלט אוועקגעבן האלב פון מיין תורה צוקענען זינגען ווי דער טאטע”
און אויף די הייליגע ניגונים וואס די אמרי חיים האט מחבר געוועהן ווי דער באוואוסטער וויזניצער ניגונים ווי “אודה” און “מזמור לדוד” קען מען זעהן די אינערליכע קנייטשן פון די הייליגער אמרי חיים וואס האט אפגעשפיגעלט אלטע ווארימע רומענישע תנועות וואס ארימע אידן אויף די קארפאטן בערג האבן געזינגען פאר דורת און זיך אנגעווארימט און מחזק געוועהן מיט א הייליגע וויזניצער ניגון! וואס האבן זיי געהאט דאן? קיין סמארטפאון׳ס האבן זיי נישט געהאט. א נייע ניגון פון ר׳ ניסן יוסט דאס האט זיי מחזק געוועהן און געהאלפן איבערלעבן אין ארימקייט און אין די שווערע מצבים.

המשך יבא בעז״ה
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 106 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר