הרב ר' יחזקאל ראפפארט

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

הרב ר' יחזקאל ראפפארט

שליחה דורך לבי ובשרי »

די וואך שבת איז אין בארא פארק געווען א איד הרב ר' יחזקאל ראפפארט פון לאנדאן.

ער איז א זון פון ר' אברהם חיים ראפפארט און אייניקל פון ר' געצל בערגער.

זייענדיג ביי אים אפאר שעה שבת ביינאכט איז מיר אויסגעקומען אביסל צו באקומען א שמעק פון דעם געהויבענעם יונגערמאן.

ר' יחזקאל איז געזעסן ביים טיש, געזאגט הערליכע אייגנארטיגע דברי תורה און געזינגען שירות ותשבחות פון הארץ ארויס מיט געוואלדיגע השתפכות הנפש. דארט אין זאל זענען אנוועזנד געווען ארום הונדערט און צוואנציג אידן, מערסטנס טייל פון זיי בחורי חמד וועלכע האבן א נאנטן שייכות מיט ר' יחזקאל.

ר' יחזקאל האט אין לאנדאן א ישיבה פאר עלטערע בחורים און שבת איז דער בנין א בית המדרש וואו עס דאווענען צווישן פופציג און זיבעציג יונגעלייט.

ר' יחזקאל איז א געוואלדיגער עובד ה', אים גרינג צו מגדיר זיין אלס א מיני רבי צבי מאיר זילבערבערג. רצ"מ איז אבער א פוילישער/ליטווישער חסיד און רבי יחזקאל איז א פשעווארסקער/קאלאשיצער/רבי יודעלע דזשיקוב'ער/סאטמארער חסיד.

ס'קוקט אויס ווי ער גייט שטארק אין די פיסטריט פון זיין טאטן ר' אברהם חיים, ער שיינט צו זיין א נארמאלער רואיגער יונגערמאן, ער פראבירט אין זיינע דרשות ארויסצוברענגען אז היינט פעלט אסאך מחשבה, מ'לעבט מלומדה'דיג, אבער עכט איז אריגינעלע אידישקייט זייער בא'טעמ'ט. אין די זעלבע צייט אבער איז א פלאם פייער מיט אן אויסנאמליכן אש קודש, ווען ער זינגט קה רבון עולם קוקט אויס ווי ער עסט אויף די ווערטער און צעגייט פאר מתיקות.

א חסיד'ל זיינער זאגט מיר אז אין לאנדאן איז ער היינט פון די גרעסטע שלום בית מאכער. דאס אילוסטרירט זיין דמות, אז ער איז נישט דער קאפ אין וואנט עובד ה'. נאר ער שטייט מיט ביידע שלאנקע פיס דא אויף דער ערד אבער ראשו מגיע השמימה.

במשך די פאר טאג וואס ער איז דא אין ניו יארק האט ער שוין אויפגעטרעטן אין אסאך ישיבות און כוללים.

ווער עס ווייסט נאך איבער דעם איד איז מכבוד זיך צו לאזן הערן.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר