ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:55 pm

איך בין א קליינע חסיד פון הרב דאמב אבער ס'קומט איהם די טיטל "ר'."
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2280
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:55 am

מורינו הרב האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:סא תכלית, ווער איז א גרעסערע עילוי און בעל כשרון, ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' אהרן פון מאנרא?


איך דארף וויכטיג וויסן...

ס'איז נישט קיין נפק"מ צי דו דארפסט וויכטיג וויסן אדער נישט.
די שאלה דארף צו זיין: ווער נוצט זיינע כשרונות בעסער...? לאמיר זעען וויפיל טויזנטער מענטשן שטופן זיך הערן ר' יצחק לעבאוויטש'ס שלוש סעודות תורה?
און וויפיל טויזנטער חסידים קומען אויף א יו"ט צו ר' יצחק לעבאוויטש קיין וואודרידזש...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13142
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8359 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:57 am

מורינו הרב האט געשריבן:פשי, ר' יצחק לעבאוויטש דרייט זיך דא אין שטיבל? - היינט קען מען שוין גארנישט וויסן...

ער אליינס דרייט זיך נישט דא. אבער ער האט א קרוב וואס דרייט זיך יא דא... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13142
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8359 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 7:02 am

ריכטיג האט געשריבן:איך בין א קליינע חסיד פון הרב דאמב אבער ס'קומט איהם די טיטל "ר'."

פארוואס? ער איז נישט געווען קיין רב און נישט קיין רעבע, און לויט'ן תקנות השטיבעל דארף מען נישט. ווידער זיין ריזיגע תלמיד חכם'שאפט איז ווייט פון באשטעטיגט. זיין ספר ההעתקות ווייזט א גאר קליינער פארשטאנד אין וואס מיינט לערנען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 9:42 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:סא תכלית, ווער איז א גרעסערע עילוי און בעל כשרון, ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' אהרן פון מאנרא?


איך דארף וויכטיג וויסן...

ס'איז נישט קיין נפק"מ צי דו דארפסט וויכטיג וויסן אדער נישט.
די שאלה דארף צו זיין: ווער נוצט זיינע כשרונות בעסער...? לאמיר זעען וויפיל טויזנטער מענטשן שטופן זיך הערן ר' יצחק לעבאוויטש'ס שלוש סעודות תורה?
און וויפיל טויזנטער חסידים קומען אויף א יו"ט צו ר' יצחק לעבאוויטש קיין וואודרידזש...?


או כלך לדרך זו

ווער האט מער שונאים? ווער איז פארהאסט ביי האלב פון די קהילה וואס אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלט ער געווען זייער מנהיג?

מיין פאינט איז אז ס'איז נישט שייך מדמה צו זיין די צוויי; זיי קומען פון גאר אן אנדערע בעקגראונד. ובכלל, ווער עס קען זיי ביידע פון די נאנט ווייסט אז די צוויי האבן גארנישט אין קאמאן, סא וואס איז בכלל די פארגלייך?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2640 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 10:51 am

דער וואס מעסט א ת''ח לויט וויפיל מענטשען פראווען שביעי של פסח ביי זיין טיש, האט נישט וואס צו זוכען ביים וואודרידזשע רב.
איך האב טאקע אמאל געהערט פון איהמ'ן 'אמאל האט מען גערעדט פון טיילונג, היינט פרעדיגט מען אז מ'ברויך זיך האלטען צוזאמען. ווען האבען זיך די חיובים געטוישט? ווען סאטמאר איז קליין דארף מען זיין קליין, און ווען זי איז גרויס דארף מען זיין גרויס?!'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך קאסטנער » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:00 am

אה מיי!

היייסט עס אז סדא א חויב פין זיך האלטן אין איין טיילען?
פין זיין ווייב האט ער זיך שוין געטיילט?
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:29 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:איך בין א קליינע חסיד פון הרב דאמב אבער ס'קומט איהם די טיטל "ר'."

פארוואס? ער איז נישט געווען קיין רב און נישט קיין רעבע, און לויט'ן תקנות השטיבעל דארף מען נישט. ווידער זיין ריזיגע תלמיד חכם'שאפט איז ווייט פון באשטעטיגט. זיין ספר ההעתקות ווייזט א גאר קליינער פארשטאנד אין וואס מיינט לערנען.

ער איז גראדע געווען א רב אינדערהיים אלץ בחור.

וויאזוי ווילסטו באשטעטיגן זיין תורה? מיר איז גענוג צו הערן פון זיינע חברים פון ישיבה, און אייגנטליך פון זיינע טעיפס שיעורים אויף חומש רש"י ספר ויקרא זעהט מען א געוואלדיגע בקיאות אין סדר קדשים.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2280
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך זייגער » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:41 pm

ריכטיג האט געשריבן:איך בין א קליינע חסיד פון הרב דאמב אבער ס'קומט איהם די טיטל "ר'."


טרעף דיר בעסערע מענטשן צו זיין א קליינע חסיד פון.
אוהב ישראל
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 6:11 pm

שמעתי מר' יצחק

צאנזער רב האט געהייסן בחורים לייגן תפילין חוה"מ ווייל בחורים דארפן זיך פירן עפ"י שו"ע און נישט עוסק זיין אין חסידות. היינט מאכט מען פון דעם אליינס א חסידות, אז אין צאנז לייגן בחורים יא תפילין חוה"מ.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2640 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 6:42 pm

ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:איך בין א קליינע חסיד פון הרב דאמב אבער ס'קומט איהם די טיטל "ר'."

פארוואס? ער איז נישט געווען קיין רב און נישט קיין רעבע, און לויט'ן תקנות השטיבעל דארף מען נישט. ווידער זיין ריזיגע תלמיד חכם'שאפט איז ווייט פון באשטעטיגט. זיין ספר ההעתקות ווייזט א גאר קליינער פארשטאנד אין וואס מיינט לערנען.

ער איז גראדע געווען א רב אינדערהיים אלץ בחור.

וויאזוי ווילסטו באשטעטיגן זיין תורה? מיר איז גענוג צו הערן פון זיינע חברים פון ישיבה, און אייגנטליך פון זיינע טעיפס שיעורים אויף חומש רש"י ספר ויקרא זעהט מען א געוואלדיגע בקיאות אין סדר קדשים.

באנונז אינדערהעים האט מען נישט געהאלטן פון א רב וואס איז א בחור. וויאזוי וועט ער פסק'נען שאלות נשים...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13142
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8359 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:47 am

מ'זאגט נאך פונ'ם בריסקער ראש ישיבה הרי"ד סאלאוויציק זצ"ל אז ער פלעגט הייסען חתנים וואס דארפען דרשנ'ען ביי זייער תנאים צו חתונה אז ס'לוינט זיך צו רעדען אויף סוגיות אין קדשים "ווייל דער משנה אליינס איז שוין א חידוש". מ'קען יעדעם אפנאר'ן מיט אביסל קענשאפט אין קדשים, אזוי ווי מיט דער אויסדרוק "געווען א רב אינדערהיים". אויף ק"ש אין אישי האב איך אמאל באקומען א מחאה וועגען איינער א רעבע אבער באקאנט אלס נישט אזא גרויסע תלמיד חכם "ער האט געפיהרט שווערע דיני תורות אינדערהיים". וואס מיינט עס? עי' ערך ר' ברוך בער בביאור המלים בענגליש I'll try וד"ל.

בענין הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א, מ'דארף נאך אסאך אויסשמועס'ן וועגען איהם. א נער זעט נאר איין חלק פונ'ם מענטש און פססקנ'ט אלס אפ עפ"י דעם. אבער למעשה בהעמק הענין זאגט ער אסאך קלארע זאכען, און אסאך פון אונז וואס באמערקען אז עפעס טויג נישט אבער מ'האט נישט די ווערטער דאס אויסצודרוקען און ממילא מיינט מען אז ס'איז א טעות. ווען הרב יצחק שליט"א דרוקט עס אויס אין ווערטער, גיבט עס א וועג איינצושלינגען און מ'פיהלט אז מ'איז ערגעץ אנגעקומען.

איך האב נאר מעורר צו זיין אויף איהם ובפרט אויפ'ן קונטרס אנן בדידן ואינהו בדידהו, אז למעשה דרייט זיך דארט א גרויסע שקר. ער מאכט כאילו אינדערהיים איז נישט געווען אזא מציאות ווי א פארטיי.ער מאכט כאילו ס'איז אן אמעריקאנער זאך, און וויבאלד די אונגארישע אידען האבען געהאלטען אז מ'דארף איבערפלאנצען אונגאר'ן אין אמעריקא און נשיט ווערען אמעריקאניזירט, ממילא טויג נישט די אלע זאכען, כולל דער עניין פון פארטיי פון כאסידעס, און גרויסארטיגע אסיפות, וואס ער רופט אן אמעריקאנער בלאף.
דערווייל איז ער טועה מטעם צוויי זאכען. אין דער אלטערהיים האט געהערשט די זעלבע שטותים ווי דאהי. איך האב איהם אמאל געפרעגט "אז דיין ראיה איז דער חתם סופר אין תשובה ק"צ ט'צו וועמען האט ער געצילט זיין ווערטער? נישט די חסידים פון אמאל? איז וואס מאכט מען כאילו ס'איז א היינטיגע זאך?" ער האט מיר גע'ענטפערט "ווער ווייסט וועמען ער מיינט? אפשר מיינט ער חב"ד צו וואס". למעשה איז דאס גאנץ ווייט פון מסתבר אז א תשובה פונ'ם חתם סופר אין פרעשבורג צום ישמח משה אין איהעל זאל זיין געצילט צו חסידים אין דער ווייטער רוסלאנד. אויך לגבי דער סיטיפילד אסיפה. איך האב עס אנגעקוקט ווי דער חזעריי פון חסידים. 'לאמיר איבערנעמען גאסען, קערען וועלטען, זיך אריינשטופען אין דער נייעס און ווייזען וויפיל פלייש אונז האבען מיר'. דאס פאסט פאר אן איידעלע ליטוואק? אן אמעריקאנער איד מיט זיין שטילקייט און רואיגקייט? דאס פאסט נאר פאר איינער וואס איז אויפגעהאדעוועט מיט א פעסטע 'סדר הבאסעס', איינער וואס מ'האט אויסגעלערענט אז אנפילען פארענטשע'ס איז עבודת ה' (צו עבודת הרעבע), ווי קען מען דער מחלה ארויפלייגען אויף אמעריקאנער אידען כאילו דאס קומט פון מענטשען וואס עסן פיצה אנשטאט'ס שלישקע'ס?

איך פארשטיי אלע זיין טענות און ער רעדט גאנץ ריכטיג, אבער ס'איז פונקט אזוי גילטיג אויף בעלז פון אמאל ווי אויף סקווער פון היינט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:22 pm

וואס זאגט טאקע ר' ברוך בער? איך האב נישט וד''ל געווען.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:37 pm

ווען ר' ברוך בער איז צוריק געקומען פון זיין מסע קודש קיין אמעריקא, האט איהם אן אמעריקאנער בחור געפרעגט צו דער ראש ישיבה האט געלערנט עפעס ענגליש אין אמעריקא. ר' ברוך בער האט געזאגט יא, צוויי ווערטער: I'll try.
"און וואס מיינט עס ווייסט דער ראש ישיבה?"
"יא, ס'מיינט גארנישט מיט נישט".
ומכאן יקיש צו אסאך אזעלכע אויסדרקוען אויף אונזער דזשארגאן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 2:04 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: בענין דיין ריוויו אויף הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א. דו האסט א פוינט מיט דעם פאקט אז "אינדערהעים" אין יוראפ איז געווען פונקט די זעלבע פאליטיק און חסידות פארטיי'אישקייט. נאך אפשר מער ווי היינט. אבער מצד השני. ר' יצחק לעבאוויטש איז א געוואלדיגער בקי בכל מקצועות התורה. און ער האלט זיך פאר אן היסטאריקער ממדריגה ראשונה אויך. איך האב פון איהם כמה פעמים געהערט אז אין אייראפע איז בכלל נישט בעסער געווען בענייני חסיד'ישע פאליטיק און מחלוקת. נאר לשיטתו קענמען ווערן אמעריקאניזירט. און פון דעם איז ער חושש. לפי שיטתו מיינט עס ווערן מאדערן. און נאכלאזן פון די חת"ס ותלמידיו'ס מסורה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13142
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8359 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2015 8:28 pm

יא יא. ביסט אוודאי גערעכט. אבער ער וויל פארט נישט גלויבען אז דער אמאליגע בעלז האט געסרח'ט פונקט ווי היינט.
און זיין פחד פון 'אמעריקאניזירט' האט גארנישט מיט סיטיפילד. דאס איז געווען ריין כאסידעס מיט קיין שום שייכות נישט מיט אמעריקא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך זייגער » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:53 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא יא. ביסט אוודאי גערעכט. אבער ער וויל פארט נישט גלויבען אז דער אמאליגע בעלז האט געסרח'ט פונקט ווי היינט.
און זיין פחד פון 'אמעריקאניזירט' האט גארנישט מיט סיטיפילד. דאס איז געווען ריין כאסידעס מיט קיין שום שייכות נישט מיט אמעריקא.


איך פארשטיי נישט דער תגובה.
Please elaborate
אוהב ישראל
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:45 am

@ליטוואק
ר' יצחק איז כסדר מסביר אז דאס צוזאמשטעלן די פארטייען מיט די מוסדות (אינסטיטוציעס כלשונו..) דאס איז די גרעסטע בראך.

דער חסיד אינדערהיים אין בעלז, וואס איז געווען גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר זיין רבי'ן און זיין פארטיי, האט נישט געהאט קיין שום שעבודים צו זיין מקום אויסער דעם וואס ער האט געהאלטן אז זיין רבי איז צדיק הדור און דער גאנצע בריאה דארף אים דינען.
משא"כ, דער חסיד היינט וואס זיין קשר מיט זיין "חסידות" איז געבויט אויף דעם אז ער שיקט זיינע קינדער אין די מוסדות, און ער ניצט די סערוויסעס (גמ"ח, בוטשער, חברה קדישא) פון די קהילה.. און מ'רעדט זיך (און די קינדער) איין אז דאס איז חסידות און התקשרות און עבודת ה'...
ויש עוד להאריך בגודל השבר, והשעה מאוחר..
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:59 am

@זייגער איך ווייס נישט פונקט וואס דו האסט נישט פארשטאנען. אז איהר האט געליינט דער קונטרס אנן בדידן ואינהו בדידהו (אגב, פארוואב שרייבט מען אזעלכע קונטרסים אין אידיש? ס'איז דען געצילט פאר עמהארצים? איז וומסב"ג א שטאט פון אמהארצים וואס א מ'שרייבט נישט אויף דזשארגאן פארשטייט מען נישט? תורה און מוסר וואלט מען געמעגט שרייבען און דרוקען אויף לשה"ק, לאז אידיש פאר צייטונגען און שמועס'ן), האט איהר געזען דער טענה אויף סיטיפילד איז אז דער מהלך פון מאכען א טאראראם און א פאמפ אויף צו לעזען א פראבלעם איז אן אמעריקאנער, דענומען פונ'ם אמעריקאנער סיסטע"ם. יעצט אסאך גדולים און קרייזען האבען נישט געזוכט איבערצופלאנצען די אמאליגע יוראפישע גאנג אין אמעריקא, ס'איז אלס חיצוניות און די אמעריקאנער קולטור איז נישט נידריגער ווי די יוראפישע, ממילא האט מען זיך באנוצט מיט אמעריקאנער זאכען צו בויען אידישקייט. ממילא ס'איז נישט קיין פראבלעם צו מאכען אסיפות אזעלכע. אבער לגבי אונגארישע אידען, וואס זייערע רבנים האבען געוואלט איינפלאצען דער אונגארישע געזעלשאפט אין אמעריקא, 'ללא שינוי כל שהוא', ממילא פאסט זיי נישט צו מאכען גרויסארטיגע אסיפות. אלו תמצית דבריו.
למעשה אבער, איז דאס פארקערט. דער ענין פון מאכען א גרויסע טראסק, פון פארמאכען גאסן און ארויסלייגען פלאקארטען אומעטאום, פון צוזאמען ברענגען דער גרעסטע צאל מענטשען וואס ס'איז מעגליך, איז גענצליך נישט ליטוויש\אמעריקאניש. דאס קומט פון די חסידישע קרייזען, וואס כל הגדול מחבירו במדה ובמנין, עדיף מחבירו. מ'זוכט אנצושטאפען פארענטשע'ס, מ'זוכט צו מאכען א פרסום פון יעדער זאך. די מושגים פון צניעות בהנהגה זענען גענצליך אויסגעמעקט געווארען. פון דארט קומט דער רעיון פון אסיפות און פאמפ, נישט פונ'ם אמעריקאנער גאס. הרב יצחק וויל איבערדרייען היסטאריע כאילו אין דער היים האט מען נישט גערעדט פון די שווארצע גאסן וואס פארן קיין בעלז אדער גער אדער ליובאוויטש אדער סיי וועלכע אנדערע פראוועריי פון א רעבע.

און הרב @קפה נמס ברוך הבא, אבער דיין פוינט איז נאר א חלק פונ'ם כלל, און אויך נישט אין גאנצ'ן אמת. דער מענטש וואס איז געפארען קיין בעלז אינדערהיים האט גארנישט געהאט מיט'ן רב פאר זיין עבודת ה'. ער האט אפשר געגלויבט אז דאווענען מיט'ן צדיק איז מסוגל אויף עפעס, אבער דער צדיק האט איהם גארנישט צוגעגעבען צו זיין עבודת ה', און ס'האט איהם נישט מדריך געווען אין זיין נסיונות. אז ער האט געגלויבט אין האקו"ס פאקו"ס און ער האט געקענט פרעגען ביים רב צו ער זאל מאכען א שידוגך צו וואס, קען ער פונקט טוהן היינט מיט זיין רבי, וואס נאכ'ן פסק פונ'ם ב"ד\קאורט\כל העולם כולו איז ער דער צדיק הדור והשאר בדאים. אוודאי איז דארט נישט געווען קיין מוסדות אזוי ווי היינט, נישט יאן אלגעמיינער אידענטום און נישט ביי חסידות, אבער דער געזעלשאפט וואס חסידות האט געגעבען איז אייביג געווען א וויכטיגע זאך. דער שטיבעל, די יארצייט סעודות, דער פארברענגען אינאיינעם, דער פאראכץ וכו' האט אלס צוגעגעבען צו דער מענטש,ס גוטע געפיהל, ווייט פון א חלק פון עבודת ה'.
אויכ'ט הרב יצחק זוכט ניטש צוריקצושטעלען חסידות אויפ'ן אריגינעלעם אופן כדוגמת די ערשטע דורות, אז א איד וואס זוכט מדרגות און השגות זאל האבען הדרכה פון א צדיק. ער גלייבט שטארק אין נשתכחה ("זיי זאגען ס'איז נישט נשתכחה, אדרבה ווייז אויף, לאמיר זען וואס איז געבליבען!" געהערט מפ"ק פונ'ם וואודרידזשע רב שליט"א) און דער תועלת פון חסידות איז נאר א פאר ווערטלעך און א גאנג אין הנהגה, נישט אין עבודת ה'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:33 am

רבי יצחק טענהט אז רבי ישעילע קערעסטירער פלעגט געבן צו עסן פאר הוגעריגע יודן, קומען די אלע היינטיגע און ווילן נאכטוהן, נעמען זיי אנגעפרעסענע זייטע יודן און מגעט זיי נאך עסן..... נישט דאס פלעגט דער צדיק טוהן
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1729 מאל

Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג מאי 12, 2015 1:54 pm

תחת אחד השיחים בזמן האחרון נאחז פתאום הרב בשרעפי קודש לכמה דקות ואח''כ פתח במתק אמרי פיו ואמר, ''ר' ישיעה'לע איז געווארן פון א עקסטערמינעטר א קעכער',
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1787
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2289 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג מאי 12, 2015 3:01 pm

כ'האב געהערט אז די פארגאנגענע שבת האט ער געהאט הינדערטע מענטשן ביי זיין פרק שיעור אין וויליאמסבורג. מ'זאגט אז ס'איז ממש געווען געשטאפט דארט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2640 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מאי 12, 2015 4:29 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:תחת אחד השיחים בזמן האחרון נאחז פתאום הרב בשרעפי קודש לכמה דקות ואח''כ פתח במתק אמרי פיו ואמר, ''ר' ישיעה'לע איז געווארן פון א עקסטערמינעטר א קעכער',

גראדעמעכעלע: דו פארשטייסט פשט אין די ווערטער...? וועון איז ר' ישעי'לע קערעסטירער געווען אן עקסטערמינעיטער...? לפענ"ד איז פשט אזוי. אז הרה"צ ר' ישעי'לע פון קערעסטיר האט זיך ספעציאליזירט אין אוועקלייגן גוים, רשעים, שונאי ישראל וועלכע האבן געמאכט צרות פאר אידן. כידוע דער מאמר פון בעל דברי חיים מצאנז זי"ע אז ..."אין אונגארן איז דא א צדיק וועלכער קען אוועקלייגן הונדערט המן'ס א טאג"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13142
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8359 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 12, 2015 4:49 pm

ר' בערעלינו פארשטייסט טאקע נישט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג מאי 12, 2015 5:01 pm

בערל, ר' שעי'לע איז געבוירן תרי"ב, אין ווען די ד"ח איז נפטר געווארן איז ער געווען אינגאנצן 20 יאר אלט. האלטסט נאכאלץ אז ער זאל עס האבן געזאגט?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2640 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט