הרה"צ ר' דוד טרענק זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8506 מאל

הרה"צ ר' דוד טרענק זצ"ל

שליחה דורך שמן למאור »

איך האב מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א ארטסקרול גליון פאר קינדער, און געטראפן ווי זיי באשרייבן אביסל איבער איינער ר' דוד טרענק לכבוד זיין דריטע יארצייט. זיי האבן געברענגט אפאר מעשיות פון אים, און עס האט מיר זייער שטארק געכאפט. וועל איך דא ברענגען אפאר פון די סיפורים און אביסל שרייבן איבער זיין דמות, הגם עס איז שווער צו באשרייבן איינער וועמען איך האב בכלל נישט געהערט פון אים ביז אפאר וואכן צוריק. דאך במקום שאין איש וועל איך אים פראבירן אביסל צו באשרייבן, אזוי אז אנדערע אידן זאלן כאטש וויסן אז עס האט געלעבט אזא דערהויבענע איד בתוכינו, און זיך קענען אפלערנען פון זיינע מעשים.

ר' דוד איז געבוירן אין בארא פארק און איז אויפגעצויגן געווארן אין די ליטווישע ישיבות. ער האט געעפנט א ישיבה פאר שוואכע בחורים אין לעיקוואד, אזעלכע וואס קיינער האט נישט געוואלט ארייננעמען האט ער גענומען צו זיך, און מיט א ליבשאפט און אהבה זיי אויפגעבויט און אוועקגעשטעלט אויף די פיס.

דא איז א ווידיא מיט א קורצע ביאגרעפיע פון אים.
https://youtu.be/IK6A3awXR5Q

די דמות זיינער איז געווען א קאכעדיגע און א לעבעדיגע, ער פלעגט זיך קענען היבש ביסל משוגע מאכן מיט א פעסטע ביטול היש (עפעס דערמאנט ער מיר אביסל פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל, וואס פלעגט אלטס זאגן, "מען דארף זיין פריש, געזינט, און משוגע"). איך שטעל דא ארויף א זיסע קליפ וואס איך האב געטראפן אויף יוטוב ווי ער זאגט א תורה אין א פיצא שאפ אין לעיקוואד... אביסל ארויסצוהאבן די דמות זיינער.. צוקער זיס.
נאך א זיסע קליפ ווי ער שפילט סיימאן סעז....
און דא האט איר א אלטע קליפ ווי ער מאכט זיך משוגע ביי א שבע ברכות פון א תלמיד, לקיים את מצות שמחת חתן כלה.

ער האט געהאט א געוואלדיגע אהבת ישראל, און ארויסגעוויזן אסאך ליבשאפט צו יעדע תלמיד זיינע, און אזוי אריינגעברענגט אין זיי א געשמאק און א ליבשאפט צו אידישקייט. בכלל איז ער געווען שטארק אויסגעצייכנט אין די מדה פון אהבת ישראל.

ער איז אוועק בערך דריי יאר צוריק נאכ'ן נישט זיין געזונט א שטיק צייט.

די באקאנטע יואל גאלד וואס גיבט ארויס די שיינע יוטוב קליפס איז געווען זיינס א תלמיד, און האט מיט צוויי וואכן צוריק ארויסגעגעבן א הערליכע קליפ צום דריטן יארצייט, ווי ער רעדט פון ר' דוד, און אינטערוויוט זיין ווייב. א מאסט וואטש.
https://youtu.be/_vala9QGU6E

אין די אויבנדערמאנטע גליון האב איך געליינט די פאלגנדע מעשיות:

א תלמיד וואס האט געלערנט ביי אים מיט אפאר יאר פריער, און איז אריבער לערנען קיין באלטימאר, האט אים אנגערופן מיט א בהלה זאגנדיג אז ער איז באגאנגען א שרעקליכע עוולה אין די ישיבה, און מען וויל אים ארויסווארפן. ר' דוד האט אים געזאגט אז ער זאל זיך שוין אריינזעצן אין ביה"מ און זיך זעצן לערנען און די זאך וועט ווערן מסודר. יענער האט געזאגט, "רבי, דו פארשטייסט נישט, עס איז נישטא וואס צו טון, יעדער ווייסט שוין דערפון." ר' דוד האט בלויז איבערגעזאגט, "טו וואס איך הייס דיר און עס וועט ווערן מסודר".

די בחור האט זיך אריינגעזעצט אין ביה"מ איבער א גמרא און פראבירט צו לערנען, אביסל שפעטער יענע נאכמיטאג זעט דער בחור פליצלונג ווי ר' דוד אליין שפאצירט אריין אין ביה"מ! ר' דוד האט הפנים גענומען זיין קאר און איז געפארן א וועג פון דריי שעה פון לעיקוואד קיין באלטימאר, ארויסצוהעלפן זיין תלמיד. פארשטייט זיך אז נאכ'ן רעדן מיט די הנהלה האבן זיי שוין געלאזט די בחור בלייבן אין ישיבה, מיט אן הבטחה אז ער וועט זיך פארבעסערן. ר' דוד האט געגעבן א האלדז ארום דעם בחור, און איז צוריקגעגאנגען צו זיין קאר... מיסיע אקאמפלישט!

נאך אן ענליכע מעשה:
א ברוקלינער ביזנעסמאן מיטן נאמען לעררי ספייוואק, אן אלטע תלמיד פון ר' דוד, האט אים אמאל אנגערופן מיט א פראבלעם. ר' דוד האט אים געזאגט אז ער וועט אים צוריקרופן. נאך וואס עס איז אריבער א שטיק צייט און ער האט נישט באקומען קיין טעלעפאן רוף, האט ער זיך אנגעהויבן צו וואונדערן, אבער האט נאך געווארט צו זען אפשר דאך וועט ער זיך דערמאנען צו רופן.

אויף איינמאל באקומט ער א באזז פון זיין סעקרעטאר אז איינער מיטן נאמען טרענק איז דא פאר דיר, ער זאגט אז עס איז וויכטיג. "לעררי" האט זיך ר' דוד אנגערופן אריינשפאצירנדיג אין אפיס, איז האב דיר געמוזט גיבן א האג. "ווען א קינד איז אין א צרה קומט די טאטע צו גיין"...

די מעשיות צייגן די געוואלדיגע קאנעקשן וואס ער האט געהאט מיט יעדן תלמיד, אפילו יארן שפעטער.

איינער האט מיר דערציילט אזא מעשה איבער אים.
ער פלעגט אריין קומען אין ישיבה יעדן טאג און באגריסן די סעקרעטארי. ביז מ'האט באמערקט אז ער באגריסט איר אפילו ווען זי איז נישט דארט, ער האט אויף איר אפילו נישט געקוקט...

ר' דוד פלעגט אפט פאסטן, יעדע יום כיפור קטן, בה"ב, פארשידענע יארצייטן און אויך לזכות פון תלמידים וואס האבן זיך געמוטשעט. אבער אלעס אהן קיין טאראראם און פירסום, ער האט זיך אוועקגעזעצט צו נאכטמאל פונקט ווי סיי וועלכע טאג, קיינמאל נישט דערמאנענדיג אז ער האט געפאסט יענעם טאג.

אבער אפילו ער איז געווען אזוי נזהר אין די ענין פון אכילה האט ער געהאט נאך א "חומרא".
איין נאכט האט זיין רביצין אנגעגרייט בעיקד זיטי פאר נאכטמאל און עס בטעות געבאקן אין א פליישיגע אויוון. ער האט גערופן א רב צו פרעגן א שאלה, און איינמאל ער האט געהערט אז עס איז מותר האט ער עס געגעסן מיט אפעטיט, באווארפנדיג זיין ווייב מיט קאמפלימענטן ביי יעדע בייס. ער האט קלאר ארויסגעהאט אז אפגעזען די אייגענע חומרות און זהירות אין די ענין פון אכילה, אבער ווען עס קומט צו די נושא פון מצער זיין א צווייטן און בפרט די אייגענע ווייב, קומט בכלל נישט אריין די אייגענע חומרות, און מען דארף האבן די קאפ אויפן פלאץ צו וויסן וואס איז וויכטיגער.

נאך א מעשה:
אפאר חדשים נאך ר' דוד איז אוועק, איז א אינגערמאן פון לעיקוואד וואס האט געטון אין ריעל עסטיעט, געגאנגען צו א גוי'אישן געגנט אפצוקויפן א הויז וואס האט אים אויסגעזען אינטערסאנט. אריינקומענדיג אינעם הויז זעט ער צו זיין גרויס וואונדער ווי עס הענגט אויפן וואנט א גרויסע שיינע בילד פון ר' דוד.
די גויאישע פרוי, די אייגענטומער פונעם הויז, האט אים געזאגט אז "דאס איז מיין רבי". רבי טרענק איז געווען מיין היראו!

זי האט מסביר געווען אז זי האט געארבייט אלס די פאסטמייסטער אין אדעלפיע ניו דשזערסי - א געגנט נעבן לעיקוואד, די שטאט ווי רבי טרענק האט געדינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה פאר לאנגע יארן. און היות עס איז געווען א קליינע שטעטל איז נישט געווען קיין היים דעליווערי פאר די פאסט, נאר אנשטאט דעם האט יעדער אליין געקומען אויפפיקן די פאסט. הרב טרענק'ס שמייכל, אויפריכטיגקייט, רעספעקט, און מענטשליכקייט האט איר אזוי באאיינדרוקט, אז זי האט אים געזען אלס איר ראביי.

א יאר נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען א בוך איבער די לעבן און שאפן פון ר' דוד מיטן נאמען just love them.
עס איז העכסט רעקאמענדירט.

דא קען מען זען די עד פון ווען די בוך איז ארויסגעקומען, ווי די תלמידים רעדן אביסל פונעם רבין.
די באקאנטע זינגער און קאמפאזירער דזשאוי נאוקאם האט דאן ארויסגעגעבן א ספעציעלע ניגון לכבוד די ערשיינונג פונעם בוך.

זאל מען כאטש וויסן אז אזעלכע אידן האבן זיך געדרייט ביי אונז אונטער די פיס, און עס דרייען זיך נאכאלץ אזעלכע אידן ביי אונז. און מען זאל זיי זען אויסצוניצן און קענען בחייהם.

זאל זיך נאר פארמערן אזעלכע מחנכים און גוטע אידן ביי אונז, וועלן מיר שענער אויסזען.

פארשטייט זיך אז מען האט דא נאר דערמאנט מקצת שבחו כפי שידינו מגעת, און הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם יש כאן, דאך אבער זאל דאס ניצן ווי א עפענונג אריין אין די ליכטיגע דמות וואס דער איד האט אלץ פארקערפערט אין זיך, און זאל זיין השפעה און ליבשאפט זיך ווייטער פארשפרייטן צווישן אידן.

יהא זכרו ברוך, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר