הה"צ בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1285
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2342 מאל

הה"צ בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ

שליחה דורך תרמב »

לעצטנס איז געווען אין די נייעס וואס מ'האט געשמועסט צווישן דער עולם אין די מקוואות, זינט דער ירושלימע רב איז אוועק און מ'מוטשעט זיך צו טרעפן א ממשיך וואס זאל איבערנעמען האט דער עולם גע'גאסיפט אז אונטער די קוליסן ארבעט אפרים שטערן אריבערצוברענגען ר' בנימין לאנדא אויף ירושלים ער זאל זיין אן אנגענומענער קאנדידאט פאר די רבנות, אנגענומען אויף אלע קרייזן, אבער ער האט נישט געוואלט, ס'האט געהייסן אז מ'בעט אים שוין פון די צייטן וואס דער ירושלימע רב האט נאך געלעבט אז ער זאל קומען ווערן סגן גאב"ד וואס מיינט אז ער ווערט רב שפעטער נאך די רב און אפשר די ראבד'ס הונדערט און צוואנציג אבער די רביצין זיינער האט נישט געוואלט איבערלאזן בארא פארק, גערעכט איז זי, מיט די חברה דארט עסט מען די שטרוי, ס'איז שוין גרינגער צו ענטפערן אלע נוזשעס דא ווי דארפן אויסגלעטן מערכות דארט צווישן די סיקריקים...

איז פאסיג אביסל ארומצושמועסן איבער דעם איד, דער דיין פון טאהש בארא פארק, הרה"צ בנימין לאנדא שליט"א, ער איז גאר א גרויסע תלמיד חכם און א גרויסע מומחה אין רפואה זאכן, יעדער זוכט אים צו פרעגן זייערע שאלות וואס זיי האבן, ס'איז אינטערסאנט אז א איד ווי ער וואס איז נישט געגאנגען אין קאלעזש זאל קענען זאגן מיינונגען וואס דאקטורים זאלן רעספעקטירן, מ'דארף האבן פאר דעם א ספעציעלער חוש, נישט יעדער וואס קען אסאך לערנען קען דאס אויך, אויף די מנחת אלעזר פארציילט מען אז ער האט געקענט שרייבן פרעסקריפציעס וואס די אפטייקער אין שטאט האבן אנגענומען, און ס'איז באקאנט א מעשה וואס די חזון איש האט געשריבן אמאל א צעטיל ווי מ'זאל שניידן אויף א איד וואס מ'האט געדארפט אפערירן און ער האט עס געקענט פון קענען טריפות, ווי אזוי ער האט געקענט פארגלייכן די קערפער פון א מענטש צו א בהמה ווייס איך נישט, אפשר איז עס געווען רוח הקודש, אדער קען זיין אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן...

ר' בנימין האט א שיינע יחוס זיין טאטע האט געהייסן ר' נפתלי ער איז געווען א דיין אין חוסט פארן קריג, ער איז אן אייניקל פונעם מנחת אשר פון טשענגער און פון נאך חשובע אונגארישע רבנים, ער איז אן איידעם ביי רב טירנויער דער רב פון שומרי שבת ז"ל, זיין רביצין איז א טאהשע אייניקל.

ער האט א שיינע שטוב איינע פון זיין איידעמער איז דער מחנך מומחה ר' יענקל לייטנער, ער האט א איידעם וואס הייסט משה מילער א זון פון זיין שוואגער אייזנשטאטע רב וואס איז אויך א איידעם ביי שומרי שבת, דער אינגערמאן איז א ריזיגע תלמוד חכם אזוי ווייט אז מ'האט אנגעטראגן פאר ר' בנימין אז זיין איידעם קען ווערן א חבר העדה אויב ער איז מסכים צו ווערן סגן גאב"ד, און מיט דעם וואלט ער געווארן דער אינגסטער חבר העדה אין די עדה'ס היסטאריע זייענדיג א קארגע 27 יאר, הגם איך גלייב נישט אז זיי וואלטן עס געטון למעשה, צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט, ווי אויך האט ער א זון א מנהל ערגעץ.

עס איז דא א אינטערסאנטע באריכט אין קובץ המאור פון סיון תשי"ז איבער די בר מצווה פון הבחור בנימין לאנדא, שטייט דארט א ליסטע פון חשובע אידן וואס האבן זיך באטייליגט ביי די בר מצווה, צווישן זיי האט זיך אנגעזען אסאך פראמינאנטע רבנים ווי דער ברך משה און נאך, שרייבן זיי דארט אז דער בר מצווה בחור האט געזאגט דעם פשעטל פאר א דריי פערטל שעה!

דער טאהשע דיין האט געלערנט אין ישיבה ביי ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן ז"ל, אזוי האב איך געלייענט ווען ר' ישראל חיים מנשה איז אוועק און ר' בנימין האט אים מספיד געווען, דער גרויסע מומחה בענייני אינפערטיליטי ר' חיים אהרן אונגער האלט זיך פאר א תלמיד מובהק פון ר' בנימין, ער פלעגט זיין דיין פון חברה הצלה אין בארא פארק וואס ער האט אויפגעגעבן ווייל ער איז זייער איבערגעשטרענגט.

ר' בנימין איז גאר א נאכגעפאלגטע דיין, גאר אסאך אידן זוכן צו הערן זיין חוות דעת איבער רפואה עניינים, און ער האלט נישט ביים אוועקגעבן זיין גאנצע טאג פאר דעם, פאר דעם האט ער געמאכט א צייט נאך מעריב הערט ער אויס די שואלים, און די אנדערע צייטן פרובירט ער צו אויסמיידן דעם עולם, אבער מענטשן ווילן דאך פרעגן לויפט מען אים נאך אויף אלע אופנים, א חבר מיינער האט מיר פארציילט אז ער האט געקלאפט אויף זיין טיר פאר א לענגערע וויילע ביז ער האט זיך באוויזן, אבער דאן האט ער געענפערט אפילו ס'האט אים נישט געשמעקט אז ער פעיגערט אזוי, א צווייטער ידיד פארציילט ווי ער איז געשטאנען מיט ציטערדיגע הענט און פוס צו פרעגן א שאלה מיט א צעטל פון א דאקטאר אין די הענט ר' בנימין האט עס איבערגענומען פון אים און אזוי ארויסשפאצירט פון בית מדרש מיט די צעטל אויפגעהויבן אין די הייעך און זיך אנגערופן הויעך זעהט אויס אז דו האסט א גרויסע פראבלעם... דער חבר מיינער האט זיך געזוכט א לאך צו באגראבן...

איינער האט מיר פארציילט א מעשה איבער א איד וואס האט פרובירט צו כאפן ר' בנימין אבער ער האט אים נישט געקענט כאפן, איז ער געקומען צו של"ס אין טאהשע בית מדרש, און ער האט אפגעקויפט דעם בענטשן פאר פינעף הונדערט דאלער און מכבד געווען דעם דיין, נאכן בענטשן איז ער צוגעגאנגען צום דיין פרעגן זיין שאלה, האט דער דיין געזאגט, אה.... יעצט האסטו מיר געכאפט.....

פאר איין זאך רעאגירט ער שנעל בחפץ לב, דאס איז מוהלות, ער איז גאר א גרויסע וועלט בארימטער מוהל און ער פרייעדט זיך צו מל'נען, במילא ווען מ'רופט פאר דעם ענטפערט ער תיכף ומיד, א חבר מיינער איז א צוגעקומענע אייניקל דארט אין די משפחה, האב אים אים געפרעגט אביסל וועגן זיין זיידע, קודם האט ער מיר געזאגט אז ער איז גאר א צוגעלאזענער, מ'קען אסאך פארברענגען מיט אים געשמאק, האט ער מיר פארציילט אז ער האט מיטגעהאלטן ווי איינער האט געפרעגט זיין זיידע אויב ער האט שוין געטראפן אמאל א נולד מהול, האט ער געענפערט אז ס'מאכט זיך זייער זעלטן אבער ער האט שוין געהאט אזעלעכע ברית'ן, האט ער געפרעגט אז ס'שטייט דאך אז נאר עטליכע גאר גרויסע צדיקים זענען געבוירן גע'מל'ט וויאזוי קען זיין אז ס'מאכט זיך אזוי, האט ער געענפערט לכאורה איז די תירוץ אז נולד מהול רעדט פון געזונטע סיטואציע, נישט פון א קינד וואס ווערט געבוירן פעלערדיג.

איך וועל שרייבן איבער עטליכע שיטות וואס ער האט, זיין אייניקל האט מיר פארציילט אביסל, קודם איז באוויסט אז ביי קאראנא האט ער געהאלטן אז מ'קען האלטן שולן אפען, און טאהשע בית מדרש איז טאקע געווען אפען געהעריג, ס'איז געווען א שטארקע פתחון פה פאר די אלע וואס האבן געוואלט גיין אין שוהל און מ'האט געהאט צו זיי טענות אז ס'איז נישט געזונט און קעגן די הוראות הרבנים, האט מען געקענט ציווייזן אז ר' בנימין וואס איז סיי א חשובע רב און סיי א גרויסע בקי אין ענייני רפואה לאזט אפען זיין בית מדרש, מ'האט דן איבערגעזאגט א ווערטל אז א שומרים מיטגליד איז געקומען צו ר' בנימין לאנדא זאגנדיג אז מ'דארף פארשפארן די בית מדרש ווייל ס'איז פקוח נפש, האט ר' בנימין געזאגט, אז לערנען קען זיין אז דו קענסט בעסער ווי מיר אבער רפואה קען איך בעסער....

בנוגע די עירוב האלט ר' בנימין שטארק דערקעגן און ער טענה'ט אז דער עירוב האט מען געמאכט אן צאמנעמען די רבנים פון די שטאט זיך אדורכצושמועסן, אזוי ווי ר' אשר עקשטיין האט לעצטנס געטון בנוגע א נייע סארט הומאן העיר שייטל וואס האט זיין הכשר (שמירה משעת קצירה...?) האט ער נישט געזוכט קיין היעט און צאמגענומען אלע רבני העיר, און ר' בנימין האלט טאקע אז מ'קען עס נוצן, זיינע טעכטער גייען טאקע מיט שייטלעך, בלענד, וואס ער האלט אז ס'איז מער אויסגעהאלטן ווייל ס'קוקט נישט אויס ווי האר, זעהט אויס אז עבודה זרה ממש האלט ער נישט אז ס'איז, אדער קען גאר זיין אז זיינע טעכטער פרעגן אים נישט... אויף לעיס טאפ איז ער זייער אויסגעשפראכן לאיסור.

בנוגע די וואקסינען האב איך געהערט א מעשה אז איינער איז אים געקומען פרעגן אז ער זאל אים זאגן וואס ער האלט עכט וועגן די וואקסינען, און ער וועט נישט אויסזאגן פאר קיינעם, יענער האט לכאורה געהאלטן אז ס'איז דא א דיעפ סטעיט וואס צאלט אונטער די רבנים זאלן פראמאוטן די וואקסין, האט ער געוואלט וויסן וואס ער האלט עכט, האט ער געענטפערט קענסט נעמען די וואקסין, און קענסט אפילו פארציילן פאר יעדן וואס איך האב דיר געזאגט...

בנוגע די וועלט האלט ער אז מ'מעג אנעמען ווי קופערניקעס וואס האט געטענה'ט אז די וועלט דרייעט זיך ארום די זון און נישט פארקערט, און ס'הייסט נישט קיין פגם אין אמונה, נאכדעם וואס ס'איז שוין אזוי אויפגעוויזן געווארן אלס א פאקט.

עס איז געווען אמאל אן אסיפה אראנזשירט דורך בוני עולם ווי ר' בנימין לאנדא האט מסביר געווען פאר אלע רבנים בטוב טעם ודעת דער גאנצער עניין וואס איז דעמאלטס אויפגעקומען וועגן יוטערעס טרענספלענטס, געוויסע געבן איבער אז אסאך רבנים האבן נאך אלס נישט פונקטלעך געכאפט די גאנצע נושא, אבער מ'האט געטרייעט כאטש...

א אינגערמאן וואס האט געדארפט צוקומען צו א געוויסע טריעטמענט צו קענען האבן קינדער, איז אמאל צוגעגאנגען צו אים פרעגן אויב ער האלט אז אין זיין סיטואציע וועט אים זיין מעגליך צו האבן א שטוב מיט צוועלף קינדער, האט ר' בנימין אים געפרעגט ווער זאגט אז מ'דארף האבן צוועלף? פיר פינעף איז נישט גענוג? דער אינגערמאן וויסנדיג אז דער דיין האט א שטוב מיט צוועלף אדער מער קינדער האט אים געפרעגט, און וויפיל קינדער האט די דיין? ער האט זיך צולאכט....

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר