הרה”צ ר’ אשר פריינד זצ”ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הרה”צ ר’ אשר פריינד זצ”ל

הודעהדורך מתבודד » מיטוואך אקטאבער 05, 2022 7:35 pm

היינט, י’’א תשרי פאלט אויס די יארצייט פון דעם לעגענדארן ”ר’ אשר” פריינד, מיקירי קרתא אין ירושלים פאר ארום 30 יאר צוריק.
ר’ אשר איז געווען א אומאפציעלע רבי וואס פלעגט אריינבאקן אין זיינע מענטשן די מידת האמת אויף זיך און אויף די וועלט, ארויסצורייסן די פאלשקייט פון זיך געפעלן פאר די וועלט און טון כמו מצוות וואס זענען געשמאק פארן מענטש אבער האבן גארנישט מיטן רצון ה’, ווי אויך פלעגט ער פארלאנגן פון זיינע מענטשן א פערזענליכע און ארגינעלע ריינע קשר מיט'ן רבוש”ע, התבודדות איז געווען פון זיינע שטארקע יסודות, און ער פלעגט שטענדיג מסביר זיין פאר זיינע מענטשן אז יעדע זאך וואס געשעט צום מענטש איז א גראדע ’מעסעזש’ פונעם באשעפער צו אים.

ר’ אשר האט מייסד געווען א ארגעניזאציע, יד עזרה, צו שפייזן ארימע ירושלימ’ע פאמיליעס.

עטליכע מעשיות וואס כ’האב געהערט אויף אים, הגם קיינמאל קאנפירמד אבער עכ’’פ אויף הגר”ח קניבסקי פארציילט מען עס נישט...

געווען א חתן א מקורב ביי ר’ אשר וואס האט אים דערציילט פון זיינע פראווערייען וואס ער פלאנט צו טון ביום חופתו, דאווענען וותיקון ביים כותל, אויסזאגן תהלים ביי קבר רחל דאן מנחה ביים מערת המכפלה.... ר’ אשר האט דעם חתן גערופן ביום החופה פארטאגס און זיך אריינגעזעצט מיט אים אין קאר זאגנדיג אז ער האט פאר אים די ריכטיגע עבודה צו טון אין אזא גרויסן טאג, צוזאמען זענען זיי געפארן צו זיין ארגעניזאציע און אים אראפגעזעצט ביי א גרויסן בארג קארטאפל ער זאל אפשיילן פאר אידן צו עסן...

נאך דערציילט מען אז ער איז אמאל געזעצן ביי א מסיבה אויבן אן נעבן א אנגעזעענע רב, ווען אינמיטן זאגט ער יענעם שטילערהייט טו זיך אויס די הויזן, יענער קוקט אים אן ווי אראפגעפאלן פון די לבנה.. און ר’ אשר פאנגט אן אריינפארן אין אים, ווער מיינסטו די ביסט, מיינסט איינער קוקט דיר בכלל אן? נאך אפאר יאר ליגסטו אין קבר און קיינער געדענקט נישט פון דיך, קוק וואס דיין פארשטינקענע כבוד לאזט דיר נישט טון, אלעס ווייל די מיינסט ביסט א יש... אזוי פארט ער אים אריין אין זיבעטן ריפ, ביז דער יעניגער האט זיך געבראכן און אנגעפאנגן אויפמאכן די פאסיק רופט זיך ר’ אשר אן צו אים, קוק וואסערע שוואכע מענטש די ביסט, וועגן עפעס אן אפגעריסענער אשר פריינד מאכט דיך א מינוט שפירן אומבאקוועם גייסטו אויסטון דיין הויזן ברבים?!... (מער אילוסטראציע ווי מעשה...)

אמאל איז תלמיד געקומען פון בני ברק אים פרעגן עפעס א פשט אין א שווערן שטיקל זוהר, האט ר’ אשר אים אנגעפאנגן אויסרעכענען זיינע מחשבות זרות וואס ער האט אלס געהאט אויפן וועג, קודם זיי יענס מסדר נאכדעם וועט מען רעדן פונעם זוהר...

א תלמיד האט פארציילט אז ער איז געווען אמאל מיט ר’ אשר אין מירון, ר’ אשר האט דעמאלס געהאט מיט זיך א רענצל מיט זשולערי ווערט פון דרייסיג טויזנט לירות וואס ער פלעגט אזוי טון בארגן 30000 לי’ און קויפן מיט דעם תכשיטים אין כל מיני אראבישע דערפלעך ווי ס’האט געקאסט ביליגער און דאן עס פארקויפן דורכ’ן יאר אין ירושלים און פון דעם געצויגן זיין חיונה, האט ער דארט און מירון געבעטן דעם תלמיד היות ער וויל גיין זיך מתבודד זיין אין די הרי מירון זאל יענער אפהיטן די רענצל פאר אים. די תלמיד האט געמאכט דעם חשבון אז די רבי איז זיך מתבודד דארף איך אויך, היות ער דארף אבער היטן דעם רענצל איז ער זיך געבליבן מתבודד זיין על אתר, איז געווען א גנב וואס האט געווארט דער זאל זיך פארטיפן אין זיין התבודדות און דאן געמאכט פליטה מיט’ן רענצל...
ר’ אשר איז צוריקגעקומען און ס’נתגלה געווארן אז פון זיין (געבארגטע) פארמעגן איז גארנישט דא.. נאכן זוכן אהין אהער, און איינזען אז ס’איז א לאסט קעיס האט ר’ אשר ווי כאילו פארגעסן פון די גאנצע מעשה, נישט גערעדט קיין ווארט צו דעם תלמיד און עס קיינמאל נישט דערמאנט אפילו ברמיזה!

כמה גדולי ירושלים כהיום האלטן זיך פאר זיינע תלמידים אדער סעמי-תלמידים, ביניהם אדמו”ר מפאריסוב, אדמו”ר מספינקא- דונלו, רי”מ ערלאנגער ועוד..

יעדן ר”ה קומט פאר א גרויסן קיבוץ פון זיינע תלמידים אין מירון, אבער איך ווייס נישט פון א אפציעלע ממשיך דרכו אדער ביהמ”ד על שמו, ס’איז מער זיין לעגעסי וואס גייט ווייטער אן...

יהא זכרו ברוך וזכותו תגן עלינו.
אע"פ שחטאתי, אמונת לבי באלהותך לא השתבשה. וזה הוא אשר תחפוץ ותרצה מן האדם! (ראב”ע. תהלים, נ”א, ח)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 402
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:50 pm
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך מתבודד » מיטוואך אקטאבער 05, 2022 7:40 pm

אלע קאנטעווערסיעס וואס האבן זיך געדרייט ארום ר’ אשר לאז איך פאר אנדערע צו באשרייבן...
אע"פ שחטאתי, אמונת לבי באלהותך לא השתבשה. וזה הוא אשר תחפוץ ותרצה מן האדם! (ראב”ע. תהלים, נ”א, ח)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 402
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:50 pm
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 05, 2022 9:12 pm

דאס איז אלץ שיינע מעשיות.

עפעס האט ער געהאט א שטארקע עבודה אין שכינתא בגלותא.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 12:17 am

ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2515
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2132 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 1:19 am

מתבודד האט געשריבן:ווי אויך פלעגט ער פארלאנגען פון זיינע מענטשן א פערזענליכע און ארגינעלע ריינע קשר מיט'ן רבוש”ע, התבודדות איז געווען פון זיינע שטארקע יסודות.

יעצט פארשטיי איך פשט אין דיין ניק....
ייש"כ פאר דיין באשרייבונג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15886
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 19357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19845 מאל

הודעהדורך מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 2:48 am

שיינע מעשיות אבער עטליכע זענען מעשיות ווי ער האט פארשעמט אנדערע למען די אדזשענדע פון ארויסרייסן פאלשקייט.
דערמאנט מיר פון א גמרא: נוח לו לאדם שיפיל עצמו לכבשן האש ואל ילבין פני חברו
מרדכי מרדכי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:12 am
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 3:48 am

דער זעהט אויס ווי האבן געווען מיין רעבע'ס רעבע..

איז ער א פרי געווען פון די מוסר באוועגונג? נישט די סאלאבאדקע, די אנדערע ווי אזוי הייסן זיי נאר?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3842
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3410 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 8:44 am

טאמבל סאס האט געשריבן:נישט די סאלאבאדקע, די אנדערע ווי אזוי הייסן זיי נאר?

ר' ישראל סאלאנטער?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15886
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 19357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19845 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 5:55 pm

אדער די נאוואהרדאקער. וועלכע האבן אויך געארבעט שטארק אויפ'ן ביטול היש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12415 מאל

הודעהדורך נחום הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:27 am

מכתב צ"ג מספר אמרי אשר

הכלל הוא שאין אדם מישראל מתייאש מן הרחמים לעולם אף כי ירבה להפציר, אין הקב"ה מואס בה, אדרבה גונזה בבית אוצרו להשתעשע לפניו ולהשפיע על ידה שפע רב לעם קודש, כי התפילה צורך העולם הוא, כמו ששנו חכמים על ג' דברים העולם עומד ואחד מהם עמוד העבודה שהיא התפילה, אשר כל יסודה היא ההכנעה שבלב לגזירות הבורא ברוך הוא , וזו היא מדרגת ישראל , שהיא למעלה ממדרגת המלאכים שאין להם צער ויסורין, ולא שייך אצלם תפילה זכה , זו הבאה על ידי זיכוך של אדם הישראלי מתוך יסורי נפשו וצרת הכלל גלות השכינה הקדושה ממקומה זה שנות אלפיים, ואילו היתה נתונה הרשות לאדם לראות עד היכן הדבר מגיע לא היה פוסק כל היום מלהתפלל לפני אלוקי מרום. לכן אל ימנע עצמו מלדבר תמיד דיבורים של תפילה, וישועת השם כהרף עין לא תאחר לבוא, ויזכה לראות נפלאות השי"ת, לספר זאת לכל הארץ מתוך שמחה אמן כן יהי רצון.
נחום הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 12:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך נחום הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:29 am

כתבה שפורסמה בעיתון הצופה לאחר מותו, ונכתב ע"י שאול שיף 30 יום לאחר הסתלקותו

עברו כבר יותר מ 30 יום מאז הסתלק עמוד החסד של הדור, ר' אושר (כך כינוהו כולם. האות אלף עם שורוק) פריינד זי"ע, ובאופק לא נראה מישהו שיוכל למלא את החלל העצום שנוצר עם פטירתו.

קשה פשוט לתאר כמה המוני מסכנים נשענו עליו. החל מעניים מרודים וכלה בחולי-נפש שעסק בשיקומם. והיו החסידים הרבים, אלה שלא זזו בלי הדרכתו או הסכמתו.

שמעתי עליו סיפורים רבים "יד ראשונה" והנה שניים-שלושה מהם:

בין המסתובבים בחצרו היה גם יהודי אחד שהירבה לשלוח ידו לכיסים ולארנקים. גנב. ר' אושר דווח על מעשיו של האיש אך הוא לא נתן לסלק אותו ואיפשר לו להמשיך ולשוטט בין הבאים. ויהי היום באו לר' אושר כמה ממקורביו ובפיהם קובלנה: יש גבול לכל דבר. האיש אינו שם שום מחסום לידיו. גם ביום כיפור, ביום הקדוש, עתה, הוא נכנס לחדרים וגנב. ר' אושר ניגש אל האיש והעניק לו סטירה מצלצלת ומשך אותו לאחד מפינות הבית וכך אמר לו: "תשמע! מהיום והלאה אם יש לך בעייה ואתה רוצה לדבר אתי, אזי ישנה רק דרך אחת. אתה פונה אלי ואומר: "ר' אושר גנב רציתי לשאול אותך, רציתי להתייעץ אתך. אם לא תגיד ר' אושר גנב לא אענה לך ולא אדבר אתך." עברו כמה ימים והגנב נאלץ מסיבה כלשהי לשוחח עם ר' אושר. הוא נעמד מולו, החוויר, הסמיק ולא הצליח להוציא מפיו את המלים: ר' אושר גנב. הוא פנה לר' אושר ללא ההקדמה הזאת ור' אושר התעלם ממנו. ואז תחת לחץ הנסיבות אזר אומץ וכינה את ר' אושר כפי שהונחה על-ידו ומיד ר' אושר הקשיב לו בסבלנות רבה. הגנב לא הצליח פעם נוספת להוציא מפיו את המלים: ר' אושר גנב ונוצר נתק בינו לבין ר' אושר. התרגיל הזה גרם לכך, שהאיש החל קולט עד כמה מאוסים מעשיו וחדל לגנוב. רק בשביל האינפורמציה האיש הזה השתקם לחלוטין והוא היום בעל משפחה חסידית לתפארת וכל מעשיו ישרים.

והיה זוג המתגורר בבריטניה שסיכסוך פרץ בין הבעל והאישה. הבעל הרים קולו על אשתו לעתים קרובות עד שלא עמדה עוד בכך וביקשה להיפרד ממנו. כדי להציל את חיי המשפחה, סוכם בין הבעל והאשה לטוס לישראל ולספר לר' אושר את תולדות מערכת היחסים ביניהם. ר' אושר היה רגיש מאוד בכל מה שקשור לפירוק משפחות והוא איפשר לזוג לשטוח טענותיו ללא הגבלה של זמן. בסופה של שיחת השניים, אמר ר' אושר לבעל שהוא אוסר עליו באיסור חמור מכאן ולהבא להרים קול על האשה יהיה מה שיהיה. הבעל התחייב שאכן כך ינהג והזוג חזר לביתו בלונדון באהבה, אחווה, שלום ורעות. עברו כמה חודשים והבעל שכח את התחייבותו לר' אושר והחל צועק על אשתו כמימים ימימה. בעוד הוא צועק מצלצל הטלפון. הבעל הרים את השפופרת ומה מאוד נדהם לשמוע מעברו השני של הקו את קולו של ר' אושר. ר' אושר אמר לו רק שבע מלים: "הרי הבטחת לי שלא תצעק על אשתך". האיש ההמום התנצל ונשבע כי מכאן ולהבא ישמור על הבטחתו בהקפדה רבה.

והיה רווק שהיה מתייצב חדשים לבקרים בפני ר' אושר ומבקש ברכה למציאת זיווג מתאים. ר' אושר היה מברך אותו והרווק היה ממשיך בדרכו. ויהי היום ולרווק נמאס מהברכות והחליט לעשות מעשה. בעודו עומד ומבקש מר' אושר ברכה ור' אושר מברך לכד האיש את צווארו של ר' אושר בשתי ידיו והחל חונק אותו. "האם אתה מבטיח לי שאתחתן" שאל, ור' אושר השיב בחיוב. תגיד לי אבל מתי? "השנה" השיב ר' אושר. כך גם היה והאיש נישא באותה שנה. האיש הזה המוכר לי, משמש היום כ"בבא", כביכול מכוחו של ר' אושר ואנשים באים אליו לשמוע לעצותיו ותחזיותיו.

באחד הערבים התיישב חסיד מחסידיו של ר' אושר ממול לחדרו, ממתין להתקבל אצלו בעוד הדלת פתוחה וניתן היה להאזין לנעשה בו. ר' אושר טיפל בזוג שחייהם המשותפים עלו על שרטון והאשה עזבה את הבית. ר' אושר בקולו הרך ובתחנונים, ביקש ממנה לשוב הביתה לבעלה והיא איתנה בסירובה. וכך במשך שעות, והחסיד הממתין בחוץ מתקשה להבין הכיצד ר' אושר מקדיש שעות לזוג הזה, ועליו, החסיד, להמתין בחוץ עד בלי די. בעודה מתמידה בסירובה שאל אותה ר' אושר: כלום אכלת היום ארוחת ערב? משהשיבה בשלילה, ניגש ר' אושר למטבח והכין לאשה ארוחת ערב מכל מה שהיה בבית. בסוף הארוחה חזר ושאל אותה: האם תסכימי בכל זאת להיענות לבקשתי, והאשה שקלטה מיהו האיש היושב מולה השיבה: "כן". כשהזוג עזב את החדר, נכנס החסיד והחל "שוטף" את ר' אושר על השעות הרבות שהקדיש לזוג הזה כאשר רבים ממתינים בחוץ. ר' אושר הסביר לאיש כי מי שאינו מסוגל לעמוד בתנאי הבית יכול לחפש כתובות אחרות. "כשהשכינה הקדושה בצער על זוג העומד בפני פירוק ר"ל, יש להקדיש לו את כל הזמן הדרוש גם אם בחוץ עומדים עשרות אנשים וממתינים לי."
נחום הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 12:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך נחום הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:32 am

א ספר תולדות און עובדות פון ר' אשר (כ'האב עס געקויפט בשעתו, כ'געדענק נישט צופיל פונעם אינהאלט נאר אז ס'איז געווען אינטרסאנט צו ליינען
בייגעלייגטע פיילס
0000999.JPG
נחום הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 12:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:26 pm

נחום הסופר: און אז כ'וועל נישט גלייבן די מעשה פון ר' אשר מיט'ן גנב ביניך נאכנישט קיין אפיקורס. און אויב יא. איז פארפעליינו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12415 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט