מועמד אגודת ישראל לכנסת - יצחק גולדקנופף

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1590 מאל

מועמד אגודת ישראל לכנסת - יצחק גולדקנופף

שליחה דורך מתבודד »

יצחק גולדקנוף, 71, איז באשטימט געווארן דורך האדמו”ר מגור אלס די נציג הראשי פון אגודת ישראל אינעם כנסת אויפ’ן פלאץ פון יענקל ליצמן.
גולדקנוף איז א שוואכע פאליטיקאנט און די מידיא מאכט א לעבן אויף זיינע אומפראפעסניאלע און אומבאלומפערטע סטעיטמענט’ס, בעת וואס אינערהאלב די אגודה איז מען פארנומען אפווישן נאך זיינע טעותים.

איינס אזא דוגמא איז געווען ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי א כינוס פון חסידי מרכז וויזניץ צו מעורר זיין מ’זאל ארויסגיין שטימען, האט ער אנגעפאנגן זיין דרשה ”נכנסתי לר’ מענדעלע...” די עולם האט אריינגעשריגן און מוחה געווען און דארט האט זיך די כינוס געענדיגט...
נאך פארהאנדלונגען אויף די גרויסע חוצפה האט די רבי מודיע געווען אז ער איז ’מוחל’ און מ’מעג/דארף ווייטער שטיצן אגודה.

א אנדערע סטעיטמענט וואס האט געמאכט די העדליינס איז געווען ווען ער האט פראקלאמירט אז צו לערנען תורה איז שווערער ווי פארן סאלדאט צו ארויסגיין אויפן פראנט.

נאך טענה’עט גולדקנוף אז די סיבה פארוואס די סקרים געבן נידריגע נומערן פאר חרדים איז פשוט צוליב דעם וואס חרדים הייבן נישט אויף די טעלעפאן אויס מורא אז ס’איז די מקבצי מס הכנסה... פארשטייט זיך אז די תקשורת האט זיך באלעקט די פינגער מיט די שטארקע דברי חכמה.

זיי זענען עס מסכם אזוי:אם תשאלו את גולדקנופף עצמו, היו"ר החדש של יהדות התורה ושר השיכון המיועד, הוא מן הסתם יגדיר את עצמו בארבע מילים שמקפלות בתוכן הכל: חייל של האדמו"ר מגור!

האף איך נאר אז גור’ער רבי האט א גוטע יחידת חילוץ.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר