דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבור

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3067
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8392 מאל

דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבור

שליחה דורך שמן למאור »

ס'איז פאר יעדעם איינעם באקאנט די נאמען שמשון הגיבור. יונג און אלט ווייסן צו זאגן פון דעם שופט וואס האט געפירט כלל ישראל פאר צוואנציג יאר. אבער נישט אלע ווייסן פון אלע אינטערסאנטע איינצלהייטן וואס האבן ארומגענומען דעם מאדנעם פערזענליכקייט, דערפאר וויל איך זיך נעמען די מיה און באשרייבן די היסטאריע און לעבן פון אונזער שופט ומנהיג של ישראל, 'שמשון הגיבור'.

אסאך פון די זאכן וואס איך גיי שרייבן וועלן הייבן ברעמען ביי געוויסע, און מיט רעכט. דערפאר וועל איך פראבירן אנצייכענען מראה מקומות פאר אלעס וואס איך שרייב. אלעס ווערט נאכגעשריבן פון פסוקי נ"ך און פון דרשות חז"ל. כמובן, איז אויך צוגעלייגט אביסל אייגענע שמאלץ, און אויף דעם איז טאקע נישט אנגעצייכנט קיין מראה מקומות, עס איז על פי רוב נאר מינדערוויכטיגע פרטים וואס טוישן נישט די עצם מעשה. איך וועל שרייבן אפן וויאזוי עס שטייט, אן קיין סענסערשיפ הנהוג בקרב מחנינו.
____
קאפיטל א'
מיט איבער דריי טויזנט יאר צירוק איז געבוירן געווארן א אינגעלע בעיבי פאר א איד מיטן נאמען מנוח. די נאמען פון מנוח'ס ווייב איז אומבאקאנט, עס ווערט נישט דערמאנט אין די פסוקים.. זעט אויס אז אין יענע צייטן האבן פרויען נאכנישט געטראגן אזא חשיבות. זי ווערט סך הכל אנגעריפן 'אשת מנוח'

בשעת 'אשת מנוח' איז געווען טראגעדיג, האט א מלאך זיך באוויזן צו איר און צו איר מאן, און זיי אנגעזאגט אז היות זייער זון וועט נאך אויסוואקסן א גרויסע העלפער פאר די אידן, זאל ער פון געבורט זיין א נזיר, מען זאל אים נישט געבן קיין גרעיפ דזשוס ביי קידוש, און מען זאל אים נישט מאכן קיין חאלאקע כנהוג בכל תפיצות ישראל, נאר ער זאל בלייבן מיט לאנגע האר און זיין א נזיר לה'.
דאס קינד איז געבוירן און מען האט אים א נאמען געגעבן 'שמשון' (שופטים פרק י"ג)

אינטערסאנט וועלכע חדר האט אנגענומען אזא אינגל אין די מוסדות... א אינגל מיט לאנגע האר...

אונזער שמשון איז אינטערגעוואקסן גאר א שטארקע בחורל, ממש א שמשון הגיבור, און די באשעפער האט אים געבענשט, מיט וואס- וועסטו פרעגן? מיט דעם אז זיין אבר איז טאקע געווען א געווענליכע סייז, אבער עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... :? :shock: (סוטה י.)

לויט ווי עס זעט אויס, איז שמשון נישט געווען פון די בעסטע בחורים אין ישיבה, און ער האט זיך אנגעהויבן צו דרייען ווי מען טאר נישט. איין טאג האט ער געכאפט א שפאציר צו די גויאישע חלק פון שטאט, יא! דארטן אין תמנת ווי די ראש ישיבה האט ספעציעל אנגעווארנט אז מען טאר נישט אהינגיין! שמשון האט זיך ליידער נישט געהיטן די אויגן, ער איז נישט געגאנגען מיט די אויגן אויף דר'ערד ווי עס פאסט זיך פאר א חסידישע בחור, און... זיינע אויגן זענען געפאלן אויף א שיינע גויאישע מיידל פון די פלשתים.

שמשון איז אהיים געקומען און פארציילט פאר זיינע עלטערן אז נישט מער און נישט ווייניגער, ער וויל חתונה האבן מיט אט דעם גויאישן מיידל. זיינע עלטערן האבן אים פראבירט אפצורעדן דערפון, "צודען איז נישטא קיין גוטע מיידלעך ביי אונז אידן אז דו דארפסט גיין זיכן א מיידל ביי די פלשתים"? אבער שמשון האט זיך איינגע'עקשן'ט אז דוקא די מיידל געפעלט אים. און זיינע עלטערן האבן שנעל איינגעזען אז ס'נישטא קיין ברירה, אזוי וועט זיין, מאך שלום מיטן מצב.

שמשון איז געגאנגען מיט זיינע אלטערן קיין תמנת צו די שידוך שליסן. אויפן וועג -ווען זיינע עלטערן זענען נישט געווען מיט אים, איז אים אנטקעגן געקומען א פארציקנדע לייב! שמשון האט נישט געטראכט קיין צוויי און מיט די אייגענע הענט האט ער צושפאלטן די לייב אין צוויי כאילו ס'וואלט גארנישט געווען!

זיי זענען ווייטער געגאנגען מיט דעם גויאישן שידוך, ס'איז געפאלן פאר ביידע צדדים און מען האט זיך געגרייט צו די חתונה. שמשון איז צוריקגעגאנגען כאפן א בליק אויף דעם צוהאלבטן לייב, און ער האט באמערקט ווי א בינען שטאק האט געמאכט זייער היים אין די גוף פונעם טויטן לייב. שמשון האט געגעבן א נעם א האנטפול פון האניג און זיך גענומען צו עסן. (פרעג מיך נישט פארוואס די בינען האבן אים נישט געשטאכן) ער האט אויך געברענגט פאר זיינע עלטערן צו עסן פון דעם האניג, אבער ער האט זיי נישט פארציילט פון וואו עס קומט...

אונצווישן איז אינטערגעקומען די גרויסע חתונה, (אינטערסאנט אז עס ווערט נישט דערמאנט אינערגעץ וועגן די גיור פרוצודור וואס איז פארגעקומען פאר זיין כלה...) ויהיה כי טוב לב שמשון ביים שמחה, האט ער זיך געגעבן א ריף אן צו דרייסיג חברה פון די פלשתים וואס זענען אזוי געשטאנען דארטן, "חברה, לאמיר מאכן א דיל! איך וועל ענק פרעגן א חידה, אויב וועט עטץ מיר ברענגען די תשובה ביז די סוף פון די שבעת ימי משתה, וועל איך ענק געבן דרייסיג ליילעכער מיט דרייסיג קליידער, אויב אבער וועלן ענק נישט קענען ברענגען די תשובה, וועלן ענק מיר מוזן געבן דרייסיג ליילעכער מיט דרייסיג קליידער"!

די חברה האבן מסכים געווען צום דיל און שמשון האט פארגעלייגן זיין חידה. ער האט זיי פארגעלייגן ווי פאלגנד, "פון דעם אויפעסער איז ארויס א עסן, און פון דער שטארקער איז ארויס א זיסע זאך"
די חברה האבן זיך געריבן דעם שטערן און נישט געקענט מפענח זיין וואס די ווערטער דארפן צו באדייטן. זיי האבן שוין מורא געהאט אז זיי וועלן מוזן צאלן די דרייסיג ליילעכער און קליידונג, זענען זיי געגאנגען צו די נייע ווייב פון שמשון און איר געסטראשעט, אדער דערווישסטו ארויס דעם תשובה פון דיין מאן, אז נישט וועלן מיר פארברענען דיך מיט דיין גאנצע משפחה!

זי האט אנגעהויבן צו פגר'ן שמשון אז ער זאל איר אויסזאגן די תשובה פאר די חידה. קודם האט ער נישט געוואלט הערן דערפון, "איך האב אפילו נישט אויסגעזאגט פאר מיינע אייגענע עלטערן"! האט ער גע'טענה'ט. אבער נאך לענגערע מוטשערייען ווי זי האט געשריגן אז דאס אז ער האלט עס בסוד פון איר איז א סימן אז ער האט איר נישט ליב, האט ער זיך ענדליך געבראכן און אויסגעזאגט דעם סוד. זי איז גלייך געגאנגען און עס פארציילט פאר די 30 חברה...

ס'איז געקומען די זיבעטע טאג און די חברה זענען געקומען צו שמשון מיט שמייכלען אויף זייער געזיכטער. זיי האבן אזוי געפרעגט פון שמשון ציניש.. נו, וואס איז דען זיסער פון האניג און וואס איז דען שטערקער פון א לייב! ווי צו זאגן.. אונז האבן דער תירוץ אויף דיין חידה!

שמשון האט זיך זייער אויפגערעגט, ער האט פארשטאנען אז די חברה האבן געסטראשעט זיין ווייב ארויסצודערווישן דעם תירוץ. איז ער גאגאנגען קיין אשקלון- א שטאט ווי עס האבן געוואוינט פלשתים. ער האט אריינגעקלאפט ביי דרייסיג אומשילדיגע מענטשן אינדערהיים, ווי נאר זיי האבן געעפנט די טיר האט זיי שמשון גלייך גע'הרג'עט אויפן ארט אן טראכטן קיין צוויי! ער האט אראפגענומען די קליידער פון זיינע נארוואס ערמארדעטע וויקטעמס און באראבעוועט זייער ליילעכער פון זייער בעטן. דערנאך איז ער געגאנגען מיט די דרייסיג ליילעכער און קליידער און עס געברענגט צו די דרייסיג חברה פון די חידה, און מיט דעם אפגעצאלט זיין חלק פון די דיל. (שופטים פרק י"ד)

דאס איז די ערשטע באוויסטע מאסן מארד וואס שמשון האט אדורכגעפירט אין זיין לעבן, אבער ס'איז ווייט נישט געווען דאס לעצטע.

קאפיטל ב'
פארשטייט זיך אז נאך אזא מעשה איז די שלום בית נישט געווען דאס בעסטע ביי די 'הגיבור' קאפל, און זיי האבן זיך אפגעטיילט. זי איז צוריקגעגאנגען וואוינען ביי איר טאטעס שטוב, און איר טאטע האט איר חתונה געמאכט מיט א צווייטן.
*
געווען איז עס די נעקסטע זומער, און שמשון האט זיך פארגליסט צוריקצוגיין צו זיין ווייב, האט ער גענומען א ציג פאר א מתנה און זיך ארויסגעזאלט צו זיין שווער'ס הויז. זיין שווער האט אים געזאגט, אם סארי, אבער היות דו האסט זיך נישט אויסגעקומען מיט מיין טאכטער איז זי שוין חתונה געהאט מיט א צווייטן.. אבער דא האסטו איר אינגערע שוועסטער וואס איז אסאך בעסער און געשמאקער ווי דיין געוועזענע ווייב, נעם איר אנשטאט דיין ווייב.

שמשון'ס גרימצארן האט געפלאמט ווי א פייער אפפער. און ער האט זיך באלט ארויסגעלאזט מיט א גרויסע נקמה אקציע אויף 'די פלשתים' (נישט קלאר וואס 'די פלשתים' זענען דא געווען שילדיג אויף די מעשים פון איין מענטש- שמשון'ס שווער) ער האט געפאנגען דריי הונדרעט פוקסן (!) זיי צאמגעבינדן ביי די וויידלען אין פארן פון צוויי, אריינגעשטעקן דארטן א ברענדיגע פאקל און זיי געשיקט פארברענען די פעלדער פון די פלשתים. :o :shock: :roll:

די פלשתים זענען געווארן געפערליך בארעגט, און זיי האבן זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט דאס אלעס געטון. ווען זיי זענען געוואר געווארן אז שמשון האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט, און זיי זענען דערגאנגען אז זיינע מאטיוון זענען געקומען דורך דעם וואס זיין שווער האט חתונה געמאכט זיין ווייב צו א צווייטן, זענען די פלשתים געגאנגען און באפאלן די הויז פון שמשון'ס שווער און פארברענט זיין ווייב מיט זיין שווער צום טויט.

שמשון איז דערפון געוואר געווארן און ער איז געווארן גאר בייז (הגם ער האט זיך טאקע גערעגט אויף זיי, העק די גאנצע סיבה פארן שיקן די ברענעדיגע פוקסן צו די פלשתים איז נאר געווען צילוב זיי... אבער זעט אויס אז אזא זאך האט ער שוין נישט געקענט אראפשלינגען... אדער אפשר איז עס געווען סתם א גוטע תירוץ צו גיין הרג'ענען מענטשן)
שמשון האט זיך א לאז געטון צו די פלשתים און זיך גענומען האקן קעפ רעכטס און לינקס, וויפול עס זענען אומגעקומען שטייט נישט, אבער מען קען זיך פארשטעלן אז עס האט גענומען א שיינע צאל אז ער זאל זיך בארואיגן זיין רתיחת גואל הדם.

שמשון איז אנטלאפן אין זיך באהאלטן אין א הייל פון א פעלזן שטיין. די פלשתים האבן זיך געוואלט נוקם זיין אין אים און זענען געקומען צו די אידן און פארלאנגט אז זיי זאלן ארויסגעבן שמשון צו זיי. עס האבן זיך צאמגענומען דרייסיג טויזנט נפשות (פאר קאנטעקסט: מער ווי די באטייליגטע פון ביידע כ"א כסלו יערליכע פיירונגען) און געגאנגען אפירקראצן דעם שמשון. ווען זיי האבן אים געטראפן האבן זיי אים שטרענג פארגעהאלטן. "דו ווייסט דאך אז די פלשתים געוועלטיגן אויף אונז, פארוואס רייצטו זיי אויף כסדר? פארוואס רעכנסטו זיך נישט מיט הארבן איסור פון התגרות באמות? עס קען נאך חלילה נתקיים ווערן דעם הרי אני מתיר את בשרכם חלילה"...?!

שמשון האט געענטפערט גלייכגולטיג, "איך טו צו זיי בלויז דאס וואס זיי האבן געטון פאר מיר"! (אינטערסאנט.. ווייל חוץ פון זיין שווער וואס האט צוגענומען זיין ווייב, און די פאר פלשתים וואס האבן פארברענט זיין ווייב און שווער, ווייס איך נישט וואס אלע אומשילדיגע פלשתים וואס ער האט ערמארדערט- און פארברענט זייער תבואה, האבן געהאט צו טון מיט די גאנצע עסק)

עכ"פ זיי האבן קלאר געמאכט פאר שמשון אז זיי מוזן אים איבערגעבן צו די פלשתים. שמשון האט זיך געבעטן אז זיי זאלן אים צוזאגן אז זיי וועלן אים גארנישט טון, נאר איבערגעבן צו די פלשתים און זיי האבן טאקע צוגעזאגט. מען האט געבינדן שמשון'ס הענט מיט נייע שטריק און אים איבערגעגעבן צו די פלשתים. שמשון האט געגעבן א רייס אויף די שטריק ווי עס וואלט געווען גארנישט, ער האט געגעבן א כאפ א ביין פון א טויטע אייזל וואס ער האט דארטן פונקט געטראפן אויף דר'ערד, און מיט דעם זיך גענומען האקן קעפ רעכטס און לינקס. טויזנט פלשתים האט ער דארטן ערמארדעט מיט איין ביין פון א חמור. נאכן ענדיגן זיין קילינג ספרי איז שמשון געווען גאר אויסגעמוטשעט און דארשטיג ער האט געפילט ווי זיינע כוחות לאזן זיך אים אויס, האט ער א תפילה געטון צו גאט, און באלד איז געשען א נס און עס איז באשאפן געווארן אויפן ארט וואסער פאר שמשון זיך צו דערכאפן דאס הארץ... (שופטים פרק ט"ו)
*
ויהי היום, שמשון האט זיך פארגליסט אביסל זעקס מיט א סמ"ך, איז ער געגאנגען קיין עזה צו נהנה זיין אביסל אין די פאב און זיכן אביסל זנות. און אז מען זיכט טרעפט מען -זאגט די וועלט. ער האט דארטן געטראפן א גוטן זונה, און מברר געווען די ניצוצות הקדושות וואס איז געווען באהאלטן אין איר... (וואס זיכט די שופט ורבן של ישראל אין א פאב פרעגסטו? כהאב די זעלבע שאלה...) למעשה איז שוין שמשון געבליבן נעכטיגן אין די בית זונות. די פלשתים זענען געוואר געווארן אז זייער בלוט שונא געפינט זיך אין שטאט, האבן זיי זיך געגרייט אים צו פאנגען. למעשה איז שמשון אויפגעשטאנען ביי חצות הלילה, און געגאנגען צום שער העיר. ער האט אויסגעריסן די גאנצע ריזיגע טויער פון שטאט און דאס געטראגן אויף זיינע אקסלען. דאס האט אפגעשראקן די פלשתים זעענדיג ווי שטארק שמשון איז. (כ'האב נישט קיין השגה פארוואס זיי האבן דאס נאכנישט אויסגעפיגערט)
קאפיטל ג'
שמשון האט זיך פארליבט אין נאך א גויאישע מיידל מיטן נאמען דלילה, און האט חתונה געהאט מיט איר. די פלשתים זענען שוין געווען פעד אפ מיט דעם צרה לייט שמשון, און האבן אים שוין געוואלט פארטיגן איין מאל פאר אלעמאל. זיי האבן צוגערעדט זיין ווייב אז זי זאל ארויסדערווישן פון איר מאן די סוד פון וואו עס קומט זיין מעכטיגע גבורה, און זיי וועלן איר באלוינען מיט גאר אסאך געלט.

דלילה האט א פרעג געטון איר מאן, ער זאל איר פארציילן פון וואו ער איז אזוי שטארק, און וויאזוי עס איז שייך אים בייצוקומען. שמשון האט פארשטייט זיך פארדעכטיגט אז זי איז געשיקט געווארן דורך די פלשתים צו דערגיין די סוד, ער האט זיך שוין געהאט אפגעבריט מיט זיין ערשטע ווייב וואס האט אים פאראטן מיטן חידה. שמשון האט אויסגעטראכט עפעס א שטות, און איר געזאגט, "אויב וועט מען מיר בינדן מיט זיבן נאסע שטריק דאן וועל איך זיין כאחד האדם, יעדער וועט מיר קענען פאנגען". יענע נאכט ווען שמשון איז שוין געשלאפן האבן די פלשתים אריינגעקומען אין זיין שטוב און אים געבינדן מיט זיבן נאסע שטריק. דלילה האט זיך גענומען שרייען, שמשון! די פלשתים האבן דיר געפאנגען! גלייך האט זיך שמשון אויפגעכאפט און אויפגעריסן די שטריק. די פלשתים זענען זיך פארשטייט זיך צעלאפן מרוב פחד. זיין ווייב האט זיך גענומען צו באשילדיגן שמשון אז ער מאכט חוזק פון איר, ער האט איר נישט אויסגעזאגט די ריכטיגע מהלך וויאזוי אים צו פאנגען. (כ'ווייס נישט פארוואס שמשון האט איר נישט דערלאנגט צוויי פראסקעס און פארשיקט לעולם ועד. ער האט דאך קלאר געזען אז זי ווידערשפעניגט אין אים און וויל אים איבערגעבן צו די פלשתים)

שמשון האט איר געזאגט אקעי, כוועל דיר זאגן די ריכטיגע מהלך מיר צו פאנגען... אויב זאל מען מיר בינדן מיט 'נייע' שטריק וועל איך ווערן כאחד האדם, מען וועט מיר קענען פאנגען. (זעט אויס אז קיינער האט נישט געדענקט אז נייע שטריק האט נישט געהאלפן דארטן ביים הרג'ענען די טויזנט פלשתים...)

יענע נאכט נאך וואס שמשון האט שוין געשלאפן איז דלילה געגאנגען און געבינדן איר מאן מיט נייע שטריק. זי האט זיך גענומען צו שרייען, די פלשתים זענען דא!! גלייך האט זיך שמשון אויפגעריסן פון די שטריק. זיין ווייב איז ווידער געבליבן חוזק. זי האט זיך ווידער גענומען צו מוטשענען שמשון אז ער זאל איר אויסזאגן די 'אמת'. שמשון האט איר געזאגט, אויב זאל מען אריינפעדעמען מיין האר אין א אייזענע קעמל און עס באפעסטיגן, וועל איך ווערן שוואך כאחד האדם. (משוגה זאל ער זיין איר אויסצוזאגן דעם אמת...) יענע נאכט איז דלילה ווידער געווען ביזי. זי האט געפעדעמט זיין האר אינעם קעמל פונקט ווי שמשון האט געזאגט. זי האט זיך גענומען צו שרייען, "די פלשתים זענען דא" שמשון האט זיך געגעבן א רייס ארויס פון די האר געמוידזשעכטץ מיט זיין געווענליכע גבורה...

דלילה האט זיך גענומען צו מוטשענען שמשון אז ער זאל איר זאגן די ריכטיגע וועג וויאזוי אים בייצוקומען. זי האט אים באשילדיגט אז ער האט איר נישט באמת ליב, און בשעת זיי האבן געהאלטן אינמיטן תשמיש, האט זי זיך געגעבן א גליטש ארויס פון אינטער אים. (סוטה דף ט:) שמשון האט נישט אויסגעהאלטן די צער, און האט מחליט געווען איר צו זאגן דעם אמת... :shock: :? :roll:
ער האט איר מגלה געווען אז זיין כוח קומט פון זיין האר צוליב וואס ער איז א נזיר פון געבורט, און אויב וועט מען אים דאס אפשניידן וועט ער פארלירן זיין גאנצע כוח. (כ'ווייס נישט וואס גבורה האט מיט נזירות אדער האר איינגעשטויסן.. אבער אזוי גייט די מעשה...)

דלילה האט געזען אז יעצט האט ער איר אויסגעזאגט דעם אמת, זי האט געלאזט ריפן די פלשתים און זיי געזאגט אז ענדליך קען זי שוין בייקומען שמשון. די פלשתים האבן איר געגלייבט און אנגעגרייט די געלט וואס זיי האבן איר צוגעזאגט. (פארוואס זיי האבן פונקט געגלייבט דאס מאל נאכן ווערן אויסגע'נער'ט דריי מאל..? ווייס איך נישט... דו ווילסט הערן א שיינע מעשה אדער דו ווילסט פרעגן קשיות?)

למעשה האט זיך שמשון געלייגט שלאפן אן קיין פראבלעם אדער חשדות... :shock: און ווען ער איז שוין טיף געשלאפן זענען די פלשתים אריינגעקומען, מען האט אים אפגעשניטן די האר.. און.. זי האט זיך גענומען צו שרייען.. "שמשון, די פלשתים זענען דא"! ער האט זיך שנעל אויפגעכאפט און פראבירט צו שטעלן א ווידערשטאנד, אבער ער האט שנעל איינגעזען אז עס איז צרות, זיין ווייב האט אים פארראטן און ער האט שוין מער נישט זיין האר (שאקינג ביז גאר...)

די פלשתים האבן אים אויסגעשטאכן זיינע אויגן און אים אריינגעפירט אין תפיסה. די נייעס אז די גיבור שמשון איז געפאנגן געווארן האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אין די נייעס. אלע פלשתים האבן געברענגט זייער ווייבער צו די תפיסה כדי אז שמשון זאל מזנה זיין מיט זייער ווייבער און אזוי ארום נתעבר צו ווערן פון אים. :roll: :? (סוטה דף י.)

די פירערס פון די פלשתים האבן אנגעגרייט א ריזיגע סעודה, און געשאכטן קרבנות פאר זייער אפגאט וואס האט זיי געגעבן זייער פיינט שמשון אין די הענט. זיי האבן מחליט געווען אריינצוברענגען שמשון צו משמח זיין דעם עולם ביים פארטי. שמשון האט טאקע בלית ברירה געטאנצען און פרייליך געמאכט דעם עולם. שמשון האט געבעטן פון דער וואס האט אים געהיטן אז היות ער איז שוין זייער אויסגעמוטשעט זאל ער אים לאזן זיך אנלאנען אויף די צוויי זיילן אינמיטן פון די זאל וואס האבן אינטערגעהאלטן דעם גאנצן בנין. די זאל איז געווען געפאקט מיט פלשתים און אויפן דאך האבן זיך דאן געפונען אזא דריי טויזנט נפשות- נישט מיר נישט דיר. שמשון האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געבעטן די באשעפער אז ער זאל אים נאך איין לעצטע מאל צוריקגעבן זיינע כוחות...
שמשון האט געגעבן א ריק די עמודים, די גאנצע זאל איז אויפאמאל צאמגעפאלן און יעדער איינער איז געשטארבן. עס זענען דאן גע'הרג'ט געווארן מער מענטשן וויפול עס זענען ערמארדעט געווארן ביי די סעפטעמבער 11 אטאקעס...

גאנץ כלל ישראל האט באגלייט למנוחת עולם זייער הייליגע פירער, שופט, און העלד 'שמשון הגיבור', און אים באגראבן נעבן זיין טאטע מנוח ע"ה. (שופטים פרק ט"ז)
(בדרך אגב, עס איז היינט נישט באקאנט וואו עס געפינט זיך די קבר פון שמשון הגיבור... ולא ידע איש את קברתו עד היום הזה...)
*
וואס שמשון האט אלץ מחדש געווען אין תורה במשך זיינע 20 יאר אלץ מנהיג פון די אידן, די דרשות וואס ער האט געהאלטן, די דיני תורות וואס ער האט געפירט, און אזוי אויך אלע אנדערע פרטים איבער וואס ער האט פאקטיש אויפגעטון אינעם רוחניות'דיגן געביט פאר כלל ישראל, איז נישט באקאנט.

זצוקללה"ה זי"ע ועכ"י אמן.
ת.נ.צ.ב.ה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 104 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר