ווער זענט איר משפחת באב"ד?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
אינטיליגענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

ווער זענט איר משפחת באב"ד?

שליחה דורך אינטיליגענטער »

איך ווינדער מיר שוין לאנג ווער זענט איר משפחת באב"ד?
איך האב אסאך קשיות איבער זיי

קודם אביסל וואס איך ווייס:
א משפחה וואס קיינער קען נישט עכט אנדייטן ווי זיי באלאנגען נישט סאטמאר נישט וויזניץ עפעס אמאל געהאט מיט בעלזא פארט פארנעמען זיי גאר א גרויסע טייל אין אונזער טאגטעגליכע לעבן
זיי זענען באקאנט אלץ ריזיגע עשירים וואס זענען מקפיד אויצוזען ווי א באנדע שלעפערס בטלניש און מאדנע רוב פון זיי האבן נישט קיין גראדע און גאנצע ציינער
אבער דאך קעניגען זיי אויף די כשרות וועלט מיט א אייזענע פויסט גאר אסאך רעסטוראנטס טעיקאוטס גראסערייען סופערמארקעטס עסנווארג זענען אונטער זייער השגחה

זייער קעניגרייך געוועלטיגט אויך אויף די בתי דינים:
ווער עס האט נאר אמאל געהאט א דין תורה האט זיך באקענט אביסל מיט זייער כח
די משפחה באב"ד היינט (ווי אלע אלע רעבישע און רבנישע משפחות) זענען צופליקט צווישן זיך יעדער מיט זיין אייגענע מלוכה דאך אבער זענען אלע זענען פעסט אין ביזנעס און זיי זענען באקאנט פאר גרויסע עשירים בראשם זייער ברודער ר' חיים יושע באב"ד א באקאנטער פיגור וועלכע איך האב נאכנישט געקענט אויספיגערען כאטש איך שטיי אסאך מאל לעבן אים אין מונקאטש 12 אזייגער מיטאג ביי שחרית

עס איז מיר א מדרש פליאה ווער זענט איר משפחת באב"ד?

ווי אזוי האט איין פאמיליע פון אפאר ברודערס באוויזן איבער צו נעמען קאנטראל אויף די השגחות אינדרוסטיע און היבש קאנטראל אויף די בתי דינים?

ווי אזוי האט זיך דאס אנגעהויבן?

קודם האב איך געליינט וואס וויקיפעדיע דערציילט איבער זייער פאטער:
רבי אלכסנדר אשר באב"ד (ה'תר"ע, 1910 - ז׳ טבת, ה'תשמ"ו, 1985) איז געווען א חסידישער אמעריקאנער רב פון גאליציע. איידער דעם חורבן איז ער געווען אַ רב אין אונגארן און נאך זיין אימיגרירן אין די פאַראייניקטע שטאַטן, האט עד געדינט אלס ראש ישיבה אין ישיבת רבנו שלמה קלוגער און אב בית דין פון "קהל מנחת חינוך טרטיקוב" אין ניו יורק.

ביאגראפיע
רבי באב״ד איז געבוירן געווארן אין טארטאקאוו, גאליציע (היינט פוילן), צום רב פון דער שטאָט, רבי יצחק באַב"ד, אן אייניקל צו די רבנים פון משפחת באַבַ"ד. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט מיט זיין פאטער און זיין פעטער, רבי דוד מנחם מאַניש באַב"ד פון טארנאָפּאל, מחבר פון ספר "חבצלת השרון". אין יאר 1931, האט ער באקומען סמיכה דורך זיין פעטער און פון רבי אברהם יעקב הורוויץ, אב"ד פראבוזשנע, אין מחבר ספר שו"ת "צור יעקב".

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים, רב אין שטאט וואלאווע-נירבאטור. נאָך זיין חתונה האט ער געדינט ווי שטאט׳ס רב אין וואלאווע. זיין פרוי איז געווארן געהרגעט אין דעם חורבן.

נאָך דעם חורבן, האט ער נאך אמאל חתונה געהאט צו פּערל פייגא, א טאכטער פון רבי יחיאל גרינצווייג, רב אין שטאט דולהאז אין טשעכאסלאוואקיי.

נאָך דעם חורבן האט ער געדינט ווי דער הויפּט פון דעם טריבונאַל אין בודאַפּעסט און איז געווען אַ מיטגליד אין דער ספּעציעל רעגולירן עגונות אין אונגארן. שפּעטער האט ער אימיגרירט אין די פאַרייניקטע שטאַטן און האט זיך באזעצט אין ניו יארק. ער האט געדינט ווי ראש ישיבה פון דער שלמה קלוגער ישיבה און אלס רב אין רישא-קארטשין. ער איז געווארן באַרימט מערסטנס אלץ צו זיין אב"ד טארטיקוב.

ער איז געווען אַקטיוו אין דעם ציבור פעלד, פֿאַר די פּליטים פון די חורבן, און איז געווען אַ מיטגליד אין דער וועד הצלה, אין דער הסתדרות רבנים פון אמעריקע, און אינעם וועד פון אגודת ישראל.
ביז אהער דערציילט וויקיפעדיע

זיינע קינדער (וויפיל איך ווייס):
הרב יחיאל באבד רופט זיך טארטיקובער רב און האט דעם הכשר און בית דין מנחת חינוך טארטיקוב
הרב חיים יושע באבד רופט זיך אויף טארטיקובער רב און פארמאגט די כולל און בית דין און ער אליינס איז א מולטי ביליאנער און רעדט שטארק אז מען זאל גיין זיידענע בעקישעס און טיילט פאר בעלזא גרויסע הלוואות וועלכע ער נעמט צוריק מיט א עמוד אין בית המדרש הגדול אין ירושלים, ער דאוונט יעדן טאג אין מונקאטש זיין פנים מאכט די וואונדער נאכמער ווי קען אזא בטלנישע בחור מאכן אזויפיל געלט?
הרב נפתלי מאיר באבד געמאכט שבת אליינס נאך א געפעכט מיט די ברודער ער רופט זיך טארנעפאלער רב און האט זיך זיין אייגענע הכשר און בית דין
הרב מרדכי באבד פון די הויפט דיינים אין מכון להוראה און מאנסי א פנים ווי א תם אבער די וואס זעען געזיצט ביי זיינע דיני תורה זאגן אז ער שטויסט ווי א מועד
זייער איידעם הרב אברהם האלברשטאם רופט זיך אויך טארטיקוב
האט ער נאך קינדער?

מיר האבן אפאר עלטערע פארביטערטע אידן דערציילט גרויסע מעשיות אויף זייער טאטע דער אלטער טארטיקאווער געוויסע זאגן אז ער איז געווען דער גרינדער פון די צופארענע בית דין סיסטעם דאהי מיט די דין תורה געלטער און קאראפשן
איז עס אמת?

איר קענט ממשיך זיין וואס פעלט

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר