מורינו הרב האט געשריבן:איך מיין אז עס איז שוין צייט צו עפענען אזא אשכול.
פאראן וואס זאגן אז דער הפלאה האט אפגעלאזט חסידות אין די לעצטע יארן.
ווער נאך? - מיר ווארטן אויף די חברי הפארום.
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'דא מייניך א גאנצע אשכול איבער הרב פאל והלינקים ילינקקו.
we will האט געשריבן:Who is בערעניו?
אויס מענטש האט געשריבן:עס קען זיין אז זאכן זענען עפעס אמת אבער עס אנצונעמען במילואו איז שטותים און פשוט שקר
יידל האט געשריבן:אויס מענטש, הציץ ונפגע איז די נייע, נאחז בסבך איז די אלטע.
דאס אז עס איז א שוידער צו ליינען מיינט נאך נישט אז עס פאלש, אזוי אויך אויב איז עס געשריבן מיט גיפט. אמת קען אמאל זיין עקלדיג און גיפטיג. נאר וואס דען? מען דארף זיין שטארק קריטיקעל ווען מ'ליינט אזא בוך און איבערקוקן צוויי מאל בעפאר מ'קומט צו מסקניות.
אויס מענטש האט געשריבן:גיי ארויף אויף איינע פון דוד אסף'ס בלאגס וועסטו זעהן ווי מען פרעגט אים שטארק אפ זיינע פאקטן און מען ווייזט אים אויף כדברי הנ"ל
און ער דרייט דארט מיט די צונג
איך האב אדורך געטון די פר' פון בערניו פון אלטע בוכער און צייטונגען
נאך פאר איינער האט בכלל געשריבן דערפון
און איך זעה ווי ער האט גענומען א ליניע פון אנפאנג אן, צו מאכן דערפון א געבראטנס און ער פארהוילט זיך פון אסאך פאקטן
אויס מענטש האט געשריבן:בנוגע זיין בוך בעצם איז א שוידער וואס ער שרייבט דארט, זיינע השגות אויף די פריערדיגע גדולי תלמידי הבעשה"ט איז אזוי ווי ער רעדט פון די היינטיגע כל העולם כולו ניקעס
שמעקעדיג האט געשריבן:יידל, נישט יעדער איז אין די מדריגה פון "תוכו אכל וקליפתו זרק", ליבערשט זאל מען נישט לייענען און נישט וויסן.
וואס טראכסטו? ס'איז א נקודה?
משה געציל האט געשריבן:אויף די אינסייקלפידיא פון חב״ד האבן זיי א בלאט איבער ר׳ חיים וואלפער מגדולי חסידי המגיד וואס האט שפעטער פארלאזט חסידות און געווארן א שארפע מתנגד. פארשטייט זיך אז זיי באשמירן שוין אויף אים אפאר לשה״ר אז ער איז געווארן א שיכור וכדומה.
הדד בן בדד האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:אויף די אינסייקלפידיא פון חב״ד האבן זיי א בלאט איבער ר׳ חיים וואלפער מגדולי חסידי המגיד וואס האט שפעטער פארלאזט חסידות און געווארן א שארפע מתנגד. פארשטייט זיך אז זיי באשמירן שוין אויף אים אפאר לשה״ר אז ער איז געווארן א שיכור וכדומה.
פארוואס רופסטו דאס אן באשמירן, דו ווייסט פאר א פאקט אז עס איז נישט אמת?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט