בלאט 5 פון 5

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:22 am
דורך נקודת-אמת
.

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 3:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
בנוגע דעם קאצקער. פראפעסאר העשל לייקנט די גאנצע מעשה מיט די לייכטער, ער טענה'ט אז אפילו ווען דער קאצקער זאל ווען טאקע ווערן א כופר הכל, וואלט ער נאך געמעגט האבן אזויפיל שכל. ער טענה'ט אז די סגירה איז פשוט געקומען פון ייאוש, ער האט כמה פעמים געלאזט פאלן אזעלכע ווערטער. אין די תקופה פאר'ן סגירה האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט בערך אזוי, כ'האב געמיינט אז איך וועל קענען מאכן פון ענק לייט, למעשה זעה איך אז ענק האלטן נישט ביי גארנישט. אין אנפאנג פון די ימי הסגירה, ווען ס'נאך געווען מיט וועמען צו רעדן, האט מען איהם אמאל געבעטן ארויסצוקומען פראווען דעם סדר. ווען ס'געקומען צום מרור, און דער עולם האט זיך געשטופט כאפן שיריים, האט ער זיך צובייזערט און אויסגעשריגן "מרור פרעסערס", און דער עולם איז זיך צולאפן. נאך ברענגט ער, אז ווען דער קאצקער איז צום ערשטן מאל געקומען צום רבין פון לובלין, האט איהם די רבי געזאגט אז זיין דרך פירט צו מרה שחורה... איך מיין אז די בילד קומט ארויס גאנץ קלאר.

בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.

בנוגע דעם ליעווער. קען זיין אז היינט איז אביסל אנדערש ווייל ס'מער אן אפענע וועלט, אבער ביי די רוז'ינע חברה איז ער אלץ געווען פארהייליגט. דער ריבניצער איז אמאל געווען ביי א ברית, און איינער דארט האט גערעדט מיט א זלזול אויפן ליעווער. האט זיך דער ריבניצער אנגערופן בתוך דבריו, "ביי אונז איז ער נאך אזוי גרויס ווי ביי ענק שיניעווע רב".

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 1:49 pm
דורך berlbalaguleh
ריבה"ק זי"ע: איך וועל נישט קאמענטירן אויף דיין גאנצע תגובה. אבער איין זאך קען איך דיר גאראנטירן אז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע דער עכטער. האט נישט געליינט קיין ספרים חיצונים. אפילו נישט קיין צייטונגען. אויסער דעם המודיע. אפילו נישט אין בית הכסא. וואו ער איז אפגעזיצן שעות ארוכות משום גוף נקי. הכנה לתפילה...!

און דאס וואס דער ריבניצער רבי האט נישט געוואלט הערן א נעגאטיווע מיינונג איבער דעם ליעווער. ווייל ער איז געווען א נאנטער חבר אדער תלמיד פון דעם שטעפאנעשטער. און ער איז געווען פון די רוזשינער גזע...!

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 7:07 am
דורך טאמבל סאס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.

כאב מורא דו האסט צופיל אויטאנאמיע געוואטשט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יידל האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...

ס'איז אינטערעסאנט צוצושטעלן די שיטה פונעם ספר חזון עזרא איבער די ספרים החיצוניים, וז"ל: "ויכתבו בארבעים היום ספרים תשעים וארבעה. ויהי ככלות ארבעים היום וידבר אלי עליון לאמר את ארבעה ועשרים הספרים אשר כתבת בראשונה תגלה וקראו בהם כטובים כאשר לא טובים. ושבעים האחרונים שמורים יהיו אתך למסור אותם לחכמי עמך. כי בהם מקור הבינה ומעין החכמה ונהר הדעת ואעש כן." און ווי אברהם כהנא שרייבט אין די הערות: "מגיד בשבחם של הספרים החיצונים, כי לחכמים יש בהם מקור הבינה ומעין החכמה יותר מספרי התנ"ך...

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 1:45 am
דורך אנשטענדיגע ייוד
לפי די טיטעל פון דעם אשכול איז אינטערסאנט אפשר מוסיף צו זיין די גרויסער מלבי"ם וועלכע האט אין זיינע יונגע יארן מקבל געווען פון הרה''ק ר' הערש מזידוטשוב זי''ע אבער איז נישט באקאנט געווען שפעטער אלץ איינער וואס האט שייכות מיטן דרך החסידות.
און וואס איז טאקע פשט, מגייט צו א חסידישן רבי לערנען קבלה און סבלייבט ביי דעם , אנדעם וואס מזאל אויך איינזאפן חסידות?! אביסעל שווער צו פארשטיין.
איך רעד נאר אויבן אויף.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:04 pm
דורך לבי ובשרי
בנוגע די שנים סגורות פונעם קאצקער:

אינעם לבלר אויסגאבע איז געווען אמאל א שמועס מיט הרב אברהם פרישמאן, דער מחבר פונעם ספר ממעונות האריות, וואו ער באציט זיך שטארק איבער דער גאנצער טעמע פון די אזוי באקאנטע צוואנציג איינגעשפארטע יארן פונעם קאצקער.

ער ברענגט דארט פון א גוי'אישן פארשער אין צייטן פונעם קאצקער וועלכער האט באשריבן דאס אידישן לעבן אין קאצק, און הרב פרישמאן שרייבט אז דער פארשער האט געהאט פארשידענע דאקומענטן, און אז פון די דאקומענטן זעט מען אז די לעגענדע אויף הרה"ק מקאצק אז ער איז געווען פארשפארט אין זיין צימער די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן, איז נישט ריכטיג, ווייל מען זעט פון די דאקומענטן אז ער איז געווען אקטיוו ביז זיין לעצטן טאג. "די דאקומענטן העלפן אסאך צו מבטל זיין אגענדעס וואס די משכילים האבן פאבריצירט אויף די צדיקים", שרייבט ער.

און הרב פרישמאן, וואס אגב איתמחי גברא וקמיעא אלס קראנטער שרייבער, שרייבט דארט, אז ווען מען קוקט נישט אין די פארשידענע מעשה ביכלעך, זעט מען נישט קיין שום רמז אז דער קאצקער איז געווען פארשפארט אין זיינע לעצטע יארן. אין ספרי חסידות וואס זענען נתחבר געווארן דורך זיינע תלמידים, און אזוי אויך אין די כתבי החסידים וואס ברענגען דברי תורה וואס זיי האבן געהערט מפ"ק, זעט מען אז ער האט געפירט זיין הייליג הויף ווי אלעמאל ביז צו זיין הסתלקות ממש.

און ער ענדיגט צו ווי אזוי ער פארשטייט דעם אנגענומענעם לעגענדע, אז עס זענען געווען טויזנטער חסידים וועלכע פלעגן קומען איינקויפן תורה און עבודת ה' ביים קאצקער, און די ווערטער און הנהגה פונעם קאצקער האט אריינגעדרינגען אין אידישע הערצער. אבער עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען געקומען צוליב דעם "מצב", און הרה"ק מקאצק, וואס איז געשטאנען מיילן ווייט פון חיצוניות און געציטערט דערפון, האט געהייסן זיינע משמשים אז מען זאל זיי נישט אריינלאזן ביז זיי וועלן צואווארטן א לענגערע תקופה כדי אויפצואווייזן אז זיי האלטן טאקע ביים קונה זיין תורה באמת מרצונם. ממילא, פאר די יעניגע מענטשן איז ער באמת געווען פארשפארט.

דערנאך פירט ער אויס אז עס איז מסתבר אז ווער זענען געווען די וואס האבן געשריבן די סיפורי מעשיות, די וואס עס האט פון זיי געפעלט יעצט א רבי. און ווען זיי האבן געשריבן לויט זייער בליק, פאר זיי איז באמת די טיר געווען פארשלאסן...

עד כאן תוכן דבריו און איך נעם נישט קיין אחריות.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:33 pm
דורך כרפס
ר' צדוק הכהן

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ר' מאטעלע טשערנאבלער.