חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג פעברואר 10, 2013 1:01 am

יאיר האט געשריבן:וועגן רמח"ל שטימט נישט צוליב די היסטאריע פון ביידע פיגורן. דער מגיד איז ערשט נתפרסם געווארן נאכ'ן פטירת בעל שם טוב, ווען דער רמח"ל איז שוין לאנג נישט געווען בין החיים. דער הפלאה איז געווען דער רבי פון חתם סופר , נישט רבי נתן אדלער, און ער איז מעיד אויף אים אז ער האט זיך געפירט פאר זיך בחסידות (עפעס אזוי, כ'געדענק נישט דאס לשון) און געדאוונט נוסח ספרד אבער ער האט דאס נישט פארשפרייט. ער איז גאנץ קלאר געווען חסיד'יש גענויגט, כאטש די היינטיגע ליטווישע פרובירן עס צו פארלייקענען.


דער חתם סופר איז מעיד אין א תשובה אין אורח חיים אויף זיינע ביידע רבי'ס, רבי נתן אדלער און רבי פנחס הלוי איש הורוביץ אז זיי האבן געדאווענט נוסח ספרד, און זיך מתנהג געווען בחסידות אבער זיי האבן נישט ממשיך געווען עדה. אין די תשובה איז גאנץ קלאר אז דער חתם סופר מיינט נישט בלויז נוסח ספרד, נאר צייגט אן זיין שיטה אז חסידות איז נישט קיין עסק פאר די מאסן, עס איז א יחידישע דערהויבנקייט למי שנדבה לבו והרימו רוחו, און פאר המון עם דארף מען בלויז פיטערן עיקרי הלכה.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

הודעהדורך chaims » זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

אי משום הא איז בכלל נישט קיין ראיה ווייל ר נתן אדלער איז לכל הדיעות נישט געווען א חסיד אויפן דרך הבעל שם
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:02 pm

א. משה דער זוהן פון דער בעל התניא האט זיך גע'שמד'ט לנוצרות רח"ל, טייל זאגען סוף ימיו איז ער געווארען א בעל תשובה גמור

ב. בער'ניו זוהן פון דער רוזינ'ער וואס האט אויך חתונה געהאט מיט שיינדל די טאכטער פון רבי מרדכי מטשערנאביל, דאס איז א פרשה בפני עצמה.

ג. קלונימוס קלמן א זוהן פון דער 'באר מים חיים' וואס האט חתונה געהאט מיט יוכבד דער טאכטער פון דער אוהב ישראל מאפטא איז געווארען א אפיקורס גמור, צוליב דעם האט ער זיך שפעטער גע'גט פון איהר.

ד. יחזקאל א זוהן פון רבי אריה לייב מקוזמיר, און א תלמיד פון דער חוזה מלובלין, ער האט זיך געטויפט די גלויבן רח"ל, און אין סנאניסלאוו געוועהן באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע משומדים.

ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה.

ו. נחום מרדכי טווערסקי (שפיקוב, ראוע-רוסקא) איידעם פון רבי יששכר דוב רוקח רב מעיר בעלזא, איז שוין באקאנט געווארען זיין לאנגע תוכן'פולע בריוו ואס ער האט געשריבן צו א צייטונג שרייבער, וואס דארט שרייבט ער זיין שנאה צו חסידות.

ז. זוהן פון רבי אייזיקל קאלוב'ער, מ'זאגט אז ער האט תשובה געטוהן סוף ימיו, אפשר פריער אויך, ווענדט זיך וועלכע גירסא איהר ליינט.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט...
(קרעדיט: געוואלדיג)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2586
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:37 pm

דאס איז א לענגערע פרשה פאר זיך, דאס אז רבי מענדל מקוצק האט זיך געהאט אריין געשפארט אין זיין ציממער פאר לערך צוואנציג יאר.

אבער דער פרשה האט נאך א צווייגל:
בערך בשנת ת"ר האט ר' מענדל געזאלט זאגן אז אויב משיח קומט נישט ביז סוף יאר וועט ער און זיינע חסידים 'ימירו את דעתם'.
לויט א גירסא האט ער געזאגט בשעת רעוא דרעוין אז דער אותו האיש איז משיח, היות ער האט זוכה געוועהן 'לראות פני השכינה', און ער איז גרעסער ווי משה רבינו. דער פרשה האט אנגעמאכט אזא טומל אז צוויי אנגעלו מיסיונערין זענען געשיקט געווארען קיין קאצק, זיי האבן גערעדט סיי מיט די רבי'צין און סיין מיט זיין דאקטער, אבער צום רבי'ן האט מען זיי נישט צוגעלאזט, זיי האבען באשטעטיגט אז דער רבי האט זיך נישט געטויפט זיין גלויבן, ר"ל מהאי דעתא, אבער זעהט אויס אז אזא סארט שמועה איז ארויס אויף דער גאס. אבער דער דאקטער האט יא באשטעטיגט אז דער רבי איז אריין אין דיפרעסיע.
ואין כאן מקומו להאריך יותר בזה.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט...
(קרעדיט: געוואלדיג)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2586
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:43 pm

אויפן קאצקער זענען דא גירסאות לרוב אזוי אז קיין איינס פון זיי קען מען נישט גלייבען, נישט פון די חסידים און נישט פון די מתנגדים. דאס איז לכאורה זיכער אז דער ערנסטקייט מיט וואס ער האט גענומען דאס לעבן און חובת האדם בעולמו האט זיך אזוי פארשטארקט אז עס איז געקומען צו א שלב וואס ביי פשוטע מענטשען רופט מען דעפרעסיע און איז מיואש געווארען פון קענען אויספירען וואס ער האט געוואלט מיט דער עולם. מער פון דעם איז אלץ ספעקולאציעס און נישט מבוססדיגע שמועות.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5468 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:54 pm

שטודיר שטארק איזביצע אין זיינע כתבים ומאמרים, וועסטו פארשטיין ס'בכלל נישט אזוי פשוט, קוצק האט שטארק צופאלען, הגם זיינע תלמידים וחסידים האבען נישט גערעדט, אבער דאס איז זיכער געוועהן א באוועגונג וואס קען זיך נישט האלטן.
ולא עוד דאס איז בכלל נישט געוועהן קיין חסידות, נאר ס'האט זיך גערופען בשם זה 'חסידים'.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט...
(קרעדיט: געוואלדיג)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2586
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:03 am

דולה ומשקה האט געשריבן:דאס איז א לענגערע פרשה פאר זיך, דאס אז רבי מענדל מקוצק האט זיך געהאט אריין געשפארט אין זיין ציממער פאר לערך צוואנציג יאר.

אבער דער פרשה האט נאך א צווייגל:
בערך בשנת ת"ר האט ר' מענדל געזאלט זאגן אז אויב משיח קומט נישט ביז סוף יאר וועט ער און זיינע חסידים 'ימירו את דעתם'.
לויט א גירסא האט ער געזאגט בשעת רעוא דרעוין אז דער אותו האיש איז משיח, היות ער האט זוכה געוועהן 'לראות פני השכינה', און ער איז גרעסער ווי משה רבינו. דער פרשה האט אנגעמאכט אזא טומל אז צוויי אנגעלו מיסיונערין זענען געשיקט געווארען קיין קאצק, זיי האבן גערעדט סיי מיט די רבי'צין און סיין מיט זיין דאקטער, אבער צום רבי'ן האט מען זיי נישט צוגעלאזט, זיי האבען באשטעטיגט אז דער רבי האט זיך נישט געטויפט זיין גלויבן, ר"ל מהאי דעתא, אבער זעהט אויס אז אזא סארט שמועה איז ארויס אויף דער גאס. אבער דער דאקטער האט יא באשטעטיגט אז דער רבי איז אריין אין דיפרעסיע.
ואין כאן מקומו להאריך יותר בזה.


ווי. שטייט דער מעשה?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

הודעהדורך שומרים » זונטאג מערץ 03, 2013 8:45 am

דולה ומשקה האט געשריבן:
ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה.

ו. נחום מרדכי טווערסקי (שפיקוב, ראוע-רוסקא) איידעם פון רבי יששכר דוב רוקח רב מעיר בעלזא, איז שוין באקאנט געווארען זיין לאנגע תוכן'פולע בריוו ואס ער האט געשריבן צו א צייטונג שרייבער, וואס דארט שרייבט ער זיין שנאה צו חסידות.

ז. זוהן פון רבי אייזיקל קאלוב'ער, מ'זאגט אז ער האט תשובה געטוהן סוף ימיו, אפשר פריער אויך, ווענדט זיך וועלכע גירסא איהר ליינט.


בנוגע ר' יעקב יוקל דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען ממש פאר א קורצע תקופה.

ר' נחום מרדכי טווערסקי שרייבט קעגן חסידות בכלל אדער קעגן בעלזא?

ר' אייזיקל קאליבערס זון האב איך אייביג געוויסט אז ער איז נעלם געווארן ווען מ'האט זיך געגליטשט מיט א שליטן, וואס ווייסטו?
שומרים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 29, 2013 7:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג מערץ 03, 2013 11:25 am

בנוגע ר' אייזיקל'ס זוהן, געדענק איך הערען א לאנגע מעשה, אז חסידים פין פאטער האבען מתפלל געוועהן אז ער זאל תשובה טוהן, און דער טאטע איז אים געקומען אין חלום אין געגעבען מכות רצח, און געגעבען א סימן אז עס איז נישט קיין חלום דורך איברלאזען א צייכן אויף זיין גוף פין די מכות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

הודעהדורך ר' שמחה » מיטוואך אפריל 24, 2013 11:53 pm

ר' אייזיקל'ס זוהן, איז נישט ר' משה חיים וועלכער איז געווען א איידעם פונעם עטרת צבי פון זידיטשויב און האט זיך גע'גט.
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:47 am

יאיר האט געשריבן:ווייאלעישאן פון זיינע אייגענע פונדאמענטאליסטישע שיטות למען הצורך, בעת ביים סאטמאר רב איז דאס געווען א טאג טעגליכע זאך.


ביטע עלאבארירן, נאר אויב דו קענסט פארשטייט זיך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4013 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך ישבב הסופר » פרייטאג אפריל 26, 2013 3:31 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:א. משה דער זוהן פון דער בעל התניא האט זיך גע'שמד'ט לנוצרות רח"ל, טייל זאגען סוף ימיו איז ער געווארען א בעל תשובה גמור

ב. בער'ניו זוהן פון דער רוזינ'ער וואס האט אויך חתונה געהאט מיט שיינדל די טאכטער פון רבי מרדכי מטשערנאביל, דאס איז א פרשה בפני עצמה.

ג. קלונימוס קלמן א זוהן פון דער 'באר מים חיים' וואס האט חתונה געהאט מיט יוכבד דער טאכטער פון דער אוהב ישראל מאפטא איז געווארען א אפיקורס גמור, צוליב דעם האט ער זיך שפעטער גע'גט פון איהר.

ד. יחזקאל א זוהן פון רבי אריה לייב מקוזמיר, און א תלמיד פון דער חוזה מלובלין, ער האט זיך געטויפט די גלויבן רח"ל, און אין סנאניסלאוו געוועהן באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע משומדים.

ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה.

ו. נחום מרדכי טווערסקי (שפיקוב, ראוע-רוסקא) איידעם פון רבי יששכר דוב רוקח רב מעיר בעלזא, איז שוין באקאנט געווארען זיין לאנגע תוכן'פולע בריוו ואס ער האט געשריבן צו א צייטונג שרייבער, וואס דארט שרייבט ער זיין שנאה צו חסידות.


ז. זוהן פון רבי אייזיקל קאלוב'ער, מ'זאגט אז ער האט תשובה געטוהן סוף ימיו, אפשר פריער אויך, ווענדט זיך וועלכע גירסא איהר ליינט.

כמה תיקונים על הרשימה המרשימה:

א - משה עבר מדעתו נעבאך ואין להשוותו להשאר. גם אסף מודה במקצת בזה. הוא השתגע וההתנצרות היה רק "סימפטאם".

ו - שמו היה ר' יצחק נחום טברסקי, בן רבי מרדכי משפיקוב.
מה שכתבת עליו הוא קצת מוגזם, הוא לא כותב נגד החסידות כולה. הוא מתלונן על הרבה דברים, ניכר מתוך דבריו שהוא בחור מאורס הסובל מ'פרפרים בבטן' על רקע חתונתו הממשמשת ובאה עם ב"ג שלא ראה מעולם [ושמע שאינה יפה מדאי...]. ניכר שאחותיו המשכילות נטעו בו חשק עז וסקרנות לעולם הגדול והיפה [עולם שאנו כבר יודעים שהוא סתם חלום באספמיה, מ'קען מיינען... וכל הנוער דאז, שחוו חיים קשים ואפלים במעמקי אוקראינה, דמיינו וחלמו על החיים היפים מלאי טיולים בגינות היפות בעיר הבירה ווינה, "האופלעס רומנטיק" בלע"ז]. הוא מתלונן על הקיצוניות של משפחת חותנו, [מכנה את חותנו מהרי"ד 'האינקוויזיטור הגדול'], וכן על אורח חייו המשעממים והמדכאים בשפיקוב, כשהוא יושב וחולם על עולם מלא צבעים ופרחים, ואחד ניגש אליו ורוצה לדון איתו על קושיא צנומה בסוגיית נ"ט בר נ"ט... ועל אביו המופנם והציני. למעשה הוא הלך לבעלזא, ואיכשהו הוא מצא את מקומו שם, וקיבל רבנות וניהל חיי רבנות רגילים.
השאר אחריו ברכה: מכתב נאה ומשעשע, שכתב אל משכיל אחד חבר של אחותו, שנכתב מתוך תסכול ימי הבחרות ונפתוליהם...
מכריז רב ינאי "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד". (שבת לא:)
ישבב הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:53 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:00 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אויפן קאצקער זענען דא גירסאות לרוב אזוי אז קיין איינס פון זיי קען מען נישט גלייבען, נישט פון די חסידים און נישט פון די מתנגדים. דאס איז לכאורה זיכער אז דער ערנסטקייט מיט וואס ער האט גענומען דאס לעבן און חובת האדם בעולמו האט זיך אזוי פארשטארקט אז עס איז געקומען צו א שלב וואס ביי פשוטע מענטשען רופט מען דעפרעסיע און איז מיואש געווארען פון קענען אויספירען וואס ער האט געוואלט מיט דער עולם. מער פון דעם איז אלץ ספעקולאציעס און נישט מבוססדיגע שמועות.


און דאס וויאזוי דער אבני נזר רעדט פונעם קאצקער זי"ע איז נישט הונדערט מאל מער ראי' ווי אלע בויך קרעמפפן פון דוד אסף?
דער אבני נזר איז געווען גאר גרויס, והעניק חמה בקומתו.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:03 pm

וואס מיינסטו ער רעדט גרויס פונעם קאצקער? ווער נישט? די עיקר שאלה איז דאך נאר וואס פונקטליך האט פאסירט אין די ימי הסגירה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4013 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך ישבב הסופר » פרייטאג אפריל 26, 2013 6:05 pm

יש לזכור שהאבני נזר, ששמו הלך כעילוי בתור ילד, ודברו לו נכבדות עם בת הד"ח מצאנז [היא שנישאה אח"כ לרמ"ד מהורנוסטייפל], נשא לאשה את בת רמ"מ מקאצק, בשעת ימי הסגירה! ולכן זה מקשה קצת על החוששים מפני שמועות אלו.
גם הרב ירוחם ליינער מראדזין, ידוע שאמר על ספרו של העשל, שהוא גדל בבית שדברו מאוד נגד הרה"ק מקאצק, אבל סיפורים אלו מעולם לא שמע ולא פילל.
השמועה שכתב דולה ומשקה על האמונה בישו והשאר, הוא רק אחד מכמה וכמה שמועות רחוקות והזויים שיצאו עליו, החל מהמימרא של "לית דין ולית דיין" וכיבוי נרות שבת שהביא א"י העשל, ובקטן כלה - אימרתו של הגר"ח מבריסק שהקוצקר חזר בו מתורת החסידות...
בוא נגיד כך, אפי' אם נמצא עיתון של ימים ההם בו מובא אחד מהגירסאות המחמירות על סגירתו של הקוצקר, אין זה אומר כלום. כל מי שיש לו קצת חוש ביקורת, מבין שכשיש סיפור כזה, השאולזונים שבאותו הדור מתחילים להנפיק שמועות כאלו לרוב. גם בימים ההם לא הוזמו השמועות כמו היום, ולכן זה לא אומר כלום [אמנם גם היום עם כל ההוכחות השמועות מחזיקות מעמד.].

===

פעם הועלה באחד הפורומים, קטע מעיתון משכילי ישן נושן, לא מימי הקוצקר אלא אחריו, שכתבו שם כי בראשוני ימי הסגירה בקוצק, הגיעו כמה משכילים כדי לתהות על קנקנו של הקוצקר, ולראות שמא בחפשו אחר האמת הצרופה נהפך לבו לאהוב את כיוצא בהם. וכתבו שם שביניהם הגיע המדקדק איציק סטנוב בעל סידור ויעתר יצחק, ושאל את הקוצקר שאלה: בתהלים כתוב "רַבִּ֥ים מַכְאוֹבִ֗ים לָרָ֫שָׁ֥ע וְהַבּוֹטֵ֥חַ בַּידוָ֑ד חֶ֝֗סֶד יְסוֹבְבֶֽנּוּ:" והקשה איציק סטנוב מדוע יש אתנחתא אחר המילים והבוטח בה', שמשמע כאי' המילים 'והבוטח בה' שייך לרישא של הפסוק. לכאו' צריך להיות תחת המילה "לרשע", כלומר "רבים מכאובים לרשע, והבוטח בה' חסד יסובבנו". וכתבו שם שהקוצקר ענה לו, שאכן זה שייך לרישא של הפסוק, דהיינו, שהרשע יש לו הרבה מכאובים, אבל כשהוא רואה שיש איש בוטח בה' זה כואב לו יותר מהכל... ולכן "רבים מכאובים לרשע, ואחד מהם הוא "הבוטח בה'"... המשכילים ראו שהקוצקר לא שינה טעמו, ורמז להם בזה שהוא מכיר את זממם ושעל אפם ועל חמתם הוא לא השתנה.
א שיינע מעשה'לה, אבל זה פשוט לא עומד במבחן המציאות. איציק סטנוב נולד בתצ"ב ומת בתקס"ד. [ולהבדיל] הקוצקר נולד בתקמ"ז ונפטר בתרי"ט. הקוצקר היה בן 17 כשאיציק סטנובר מת. הסגירה החלה בתשרי שנת ת"ר, 35 שנה אחרי שאיציק סטנוב מת. אולי הסיפור היה, אבל לא עם איציק סטנוב.
[אגב, שאלה זו ששמו בפי יצחק סטנוב היתה שאלה נפוצה ששאלו המשכילים את החסידים, כדי להתלוצץ מהם על שאינם יודעים כללי הדקדוק. כי הרגיל בכללי טעמי אמ"ת (א'יוב מ'שלי ת'הלים) יודע, שהטעם שעל גבי המילה "לרשע", הנקרא "עולה ויורד", הוא המפסיק הגדול בפסוק, והאתנח הוא כזקף קטון לעומתו, ואכמ"ל בזה].

===

עוד נקודה: בשונה למשל מר' דב מליאובה שירד לגמרי משלחן הדיון אחרי שנטה מהדרך, ורק חסידים שוטים ניסו לתרץ שהכל ענין נשגב [גם זה משמע שהיה רק לפנים מפני שונאיהם, עובדה שאחיו האדמורים התעלמו ממנו אח"כ לגמרי, אע"פ שגר בעיר אחיו מהרא"י מסדיגורה]. הוקצקר המשיך להיות נערץ על כל פולין, בחייו ולאחר מיתה, ושמעו הולך עד היום בכל המדינות. וגם אלו שפרשו ממנו, כתלמידו רבי מרדכי יוסף ליינר מאיזביצה, דבר נגדו על שדרכו מחמיר מדאי ושאין זה שוה לכל נפש, ועוד. אבל ח"ו לא אמרו כהנה וכהנה, וכמו שהבאנו לעיל מרבי ירוחם ליינר. מקור השמועות המגעילות על הקוצקר הם או מהציבור המשכילי, או מחסידיהם של תלמידי תלמידי החוזה שהסתכלו על כל חדר קוצק בעוינות.
מכריז רב ינאי "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד". (שבת לא:)
ישבב הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:53 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אפריל 28, 2013 1:43 am

הרב ישבב, נפלא מכול הבחינות, לך בכוח זה והושעת את ישראל (אלו שרוצים לשמוע את האמת גם אם זה לא בא מפי איזה 'דר' שצריך פרנסה).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5440
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2451 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 28, 2013 9:31 am

ווער האט זיך מסתפק געווען אינ'ם גדלות פון קאצקער רבי? אין ספק אז ער איז געווען גאר א גרויסער מענטש ולא היה בדורותיו מי שישווה אליו. די שאלה איז נאר וואס איז געווען יענער שבת און וואס איז דאס די ענין מיט די הסתגרות זיינע. כמו שכתבתי, האט מען שטארק מגזים געווען סיי אין דער עצם הסתגרות, און סיי אין אלע מעשיות ארום און ארום. דאך איז קלאר אז 'עפעס' איז אריבער אויף עם, וואס בערך ביי אנשים פשוטים רופט מען עס דעפרעסיע און ביי צדיקים האט מען נישט קיין השגה, והסברתי למעלה מה שנראה לי לכאורה מרחוק ההסבר היותר פשוט בזה. ואם לא כן היה והוא רחום יכפר עון.
אמת אז פון צייטונגען און שמועות איז א שוואכע ראיות, דאך איז דא א כלל אין עשן בלא אש. און אין אנו צריכים לדוד אסף ודכוותיה צו וויסען אז עפעס איז דארט פארגעגאנגען, אלו דברים ידועים במסורת החסידות. ואסף אינו אלא מלקט כל השמועות שמצא כפי דרכו. פון הכחשות של חרדים וממשיכים בענין קען מען נישט ברענגען קיין ראיה אויף גארנישט כמובן. איין ווארט לשוה"ר וואס כאפט זיך ארויס פון א חסידישער איד אדער איינער וואס ברענגט במסורת וכו' איז אסאך מער ווערט ווי צענדליגע הכחשות פון מענטשען וואס האבען א נגיעה צו באהאלטן אזעלכע זאכען. והר"י ליינר בכלל לכל מי שמכיר קצת אורחותיו.
אוודאי רעדט מען נישט ח"ו אז ער איז אראפ פון וועג אדער עפעס בדומה לדומה, הגם אז אפילו ווען ער וואלט געלאשען די לעכט וואלט עס נישט סותר געווען, קען זיין סגעווען עפעס א התקפה נפשית אדער עפעס אזוי, אדער אנדערע הסברים. נאר כמו שכתבתי שהיה מיואש מלהשיג מה שחשב שחייבים להשיג, הן אצל עצמו ובוודאי אצל העולם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5468 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 28, 2013 1:30 pm

ישבב הסופר האט געשריבן:ורק חסידים שוטים ניסו לתרץ שהכל ענין נשגב [גם זה משמע שהיה רק לפנים מפני שונאיהם, עובדה שאחיו האדמורים התעלמו ממנו אח"כ לגמרי, אע"פ שגר בעיר אחיו מהרא"י מסדיגורה].

והרי עד היום הזה מתייחסים אליו ברוז'ין וגרורותיה כאל צדיק נשגב, בשווה עם שאר אחיו בני הרוזינער.
מה שהיה עמו אחר שחזר כנראה היה יותר מצדו מאשר מצד האחים, באשר כנראה לא באמת חזר אליהם והיה ככפוי שם וכו', עיי' העדויות המובאים אצל אסף בענינו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5468 מאל

הודעהדורך ישבב הסופר » זונטאג אפריל 28, 2013 1:58 pm

לא באתי כלל לדבר על גדלותו, פשוט הערתי שלפי היחס כלפיו אחרי האירוע, בחייו ולאחר מותו, קשה מאוד שהיה ממש בהאשמות כעין מינות ונצרות וכיוצ"ב, ואפי' למיחש לא חששו. משא"כ הליאובר - למשל - ירד מהמפה אז. כמובן שאין להשוות, כי מעמדו של הליאובר מקודם לא היה כמעמד הקוצקר בשעתו, אבל בכ"ז אני חושב שיש בזה ראיה שלא חשבו אז שזה אמיתי. וכל השמועות הם הגזמות שהמבוגרים והנורמלים לא חששו להם.
ולכן באתי להפריד בין סיפורי "יציאה לת"ר" ובין מקרי "דיכאון או משבר", אם יורשה לי.
[אע"ג שבעצם גם אצל הליאובר מייחסים את זה לדיכאון, וכן מסתבר. אבל נגדיר את זה כך: אצל הליאובר היה 'ודאי' תקופה של יציאה לת"ר, ו'ספק' והשערה של דיכאון. ואילו אצל הקוצקר היה 'ודאי' דיכאון, ו'שמועות של ספק' יציאה לת"ר.]

החידושי הרי"ם המשיך לנסוע אליו, למרות שהיה אישיות תורנית מובהקת, ולא חסיד וואהליני או רוזיני שיכל להאמין שאחרי אחת מכל אלה אשר לא תעשינה הכל עדיין "העכערס". האבני נזר נהיה חתנו אחרי הסיפור, והתנה עמו שאיתו הוא ינהג כשווער רגיל. התייחסו אליו בהערצה עד יום מותו.
כפי הנראה והמסתבר היה זה רוח רעה שביעתתו, ותו לא מידי, מסתמא קרו כמה סיפורים מוזרים שהולידו שמועות ובדותות שונות, אולי היה יותר, מי יודע. אני מתקשה לקבל שהיה שם ספק של מינות, לאור העובדות הנ"ל. מאידך, יתכן שהיו והחסידים הסתירום, אבל זה שהחידושי הרי"ם המשיך לידבק בו, ושהאבני נזר נשא בתו, מכביד על יכולתי לחשוש לשמועות אלו. מה שכן היה שם, הם בודאי הסבירו ע"י זה שרוח רעה מבעתתו. ולי קשה להאמין שהחידושי הרי"ם והאבני נזר היו אומרים על מי שכפר בעיקר והאמין בזולתו [ח"ו] לאמור "הנח לו שנטרפה דעתו עליו", ואפי' אם היו אומרים כן על כנ"ל, לא היו ממשיכים לידבק בו וללמוד ממעשיו. כך נראה לי מסתבר. והבוחר יבחר.
כדבריך לייקוואוד על גורם הדבר, כן מסתבר וכן כותב העשל, באריכות ובעומק כדרכו.

על נאמנותו של רבי ירוחם ליינר לגבי דברים הנוגעים אל תורת האפולוגטיקה, נעניתי לך הרב בן-עירי, בודאי יש טעם בדבריך.

אני מסכים איתך על העובדא שחסידים הסתירו הכל וערכו את ההיסטוריה וטיהרוהו מכל סיג ופגם ומאורע מביך. אבל מאידך אני מאוכזב מאוד מעבודתו של אסף. ממה שקראתי מכתבי אסף, יש לו חולשה לסיפורי גנאי נטולי מקור או איזון, ואף מגלה העדפה לקבל הגירסא הכי צהובה של כל סיפור, מבלי להתבייש. ועולם גולם מקבל משלי אסף כנתינתם מהר הצופים. אולי הגיע הזמן שידע העם להפריד בין חוקרים ואקדמאים בעלי משקל רציני; ובין חובבי רכילות ופשקווילים כדוד אסף ודעימיה.
ברור שיד החסידים במעל בהסתרת עובדות מכפישות, אבל כמה חבל שקם כנגדם חוקר שאף הוא כותב מתוך משאלות לב, והאמת עודנה נעדרת.


---
עתה ראיתי מש"כ אודות הליאובר.
אתה אומר שההתרחקות היתה מצידו? אינני יודע, אני זוכר שראיתי בכתבי חסידי רוזין שהאחים לא רצו לתת לו ליקבר עם קבר אביו ואחיו הגדול רש"י מס"ג, עד שהיה שם איזה מעשה ואמרו דומה שמתוך תשובה נפטר. חסידי האח לא פנו אליו, והוא חי שם חיים מבודדים. אינני זוכר את העדיויות שהביא אסף, אך כפי זכרוני איו מקור על כך שאחיו אחזו ממנו אח"כ. [מאידך אפשר לומר להיפוך, שההרחקה ממנו היתה רק לפנים, מפני חסידי סאנז. כווייס נישט]. אבל מנין לך שזה היה מצידו? האם יש מקור לכך שהם התייחסו אליו בהערצה אח"כ? כמדומני שהם התעלמו ממנו כמעט. יש סיפור איך שהוא חיפש מזומן בשביל ליל הסדר ואף אחד לא הסכים להסב איתו.
זה שחסידי רוז'ין מדברים עליו היום גבוהה גבוהה, הוא מפני שככה הסבירו החסידים את הסיפור איתו אח"כ בינם לבין עצמם, שלא יתכן שבנו של הרה"ק מרוזין ירד מהפסים, אא"כ הכל העכערס. ומצרפים כמה סיפורים על מה שאמרה עליו אשתו לשבח, ועוד. אבל להלכה למעשה הוא לא חזר למעמדו.
מכריז רב ינאי "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד". (שבת לא:)
ישבב הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:53 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 28, 2013 2:19 pm

ר' ישבב
מסכים אני לעיקרי דבריך. פשוט שלא המיר הקאצקער דתו ושאר שטויות בכיוון הזה. הגם אז אויב זיכט מען מינות קען מען טרעפן כל מיני שארפע ווערטלער וואס אויב נעמט מען זיי ביזן סוף איז דא אין זיי א שטארקע התרסה כלפי מעלה וכו', ויש אימרות כאלו גם בספרים המצונזרים של החדר הזה. אבער דאס איז ראדיקאלע חסידות, נישט עפעס וואס מקען רופען יציאה לת"ר וכדו'.

לגבי אסף איז טאקע א שאד ער האט נישט אביסל מער שכל, אמאל זעהט מען ווי ער פארשטייט ממש נישט פון וואס ער רעדט או יעדער חסידישער יונגעל טייטשט אפ בעסער די מקורות ווי ער. זעהט אויס אז צו חוקר זיין אין אזעלכע שמוץ דארף מען אליינס האבען א שטיקל נגיעה צו דעם, און מער א אויסגערעכנטע ערנסט חוקר וועט נישט טוהן אין אזעלכע זאכען. די עיקר תועלת פון זיינע ספרים זענען נאר אין די פילע מקורות וואס ער ברענגט. און מבין סיפורי החסידים וואס פארציילען וואס זיי וואלטן געוואלט זאל געשעהן, און סיפורי אסף וואס פארציילט וויאזוי ער וואלט געוואלט, יכול המשכיל להוציא בערך מה שהיה באמת.

אתה בוודאי צודק שאין כל דמיון בין מעמד הקאצקער לאחמ"כ ומעמד הליאובער, שלא חזר להנהגה בכלל אף פעם. עכ"ז לא ברור לי מה היה. יש עדות של עיתונאי או משהו מהסט"א שבא לבקר אותו בסאד"ג והוא כנראה קבלו עד שהחסידים דשם עשו רעש ולא הניחוהו לדבר אליו עוד. ויש עוד מעשה שהיה מטייל עפעס עם אחיו מסא"ג כל שנה באיזה יער, וכדרך סיפורי החסידים. נראה שהיה מבולבל ומתוסכל עד יומו האחרון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לעיקוואד אום זונטאג אפריל 28, 2013 2:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5468 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג אפריל 28, 2013 2:23 pm

מען ברויך צוזאמנעמען אסף'ס ווערק מיט פניני התורה וחסידות פון ר' אליעזר דוד פרידמאן, אראפנעמען האלב פון דא און האלב פון דארט אזוי ארום וועט אפשר דאס בילד זיין אביסל מער ריכטיג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2717 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:14 pm

מיט דעם מהלך קען מען אריין רעכענען דעם קדושת ציון'ס א איידעם, ער איז זיך געגאנגען שטודירען, דער קדושת ציון האט זיך געזעצט שבעה אין פארטריבן פון באבוב, אין יורד געוועהן קיין אמעריקא. זיינע קינדער האבן אויך געגאנגען אין קאלודזש אין יוניווערסיטי, איינער האט זיך אויף פוטוגראפירט פאר דעם גויעשין "לייף" מאגאזין מיט טלית אין תפילין. איבער דער משפחה איז דא אסאך צו רעדן.
אבער עס מיז ווערן ארויס געברענגט לשבח אז די נעקסטע דור האט זיך צוריקגעכאפט אויסגעטוהן דחי גויעשע מלבושים אין אנגעטוהן די סטראקיס אין שטריימל. - אזוי אויך האט מען געזעהן בימי המלחמה ולאחריה וויפיל זיין וואוינען אין אמעריקא איז געוועהן א רפואה פאר דער מכה.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט...
(קרעדיט: געוואלדיג)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2586
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך ישבב הסופר » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:45 pm

דו"מ
כמדומה שגם הדור הראשון - האיידם של הקדו"צ רבי יעקב ישראל ממילוואקי לא הוריד את הסטראקעס והלבוש מעולם.
ואני גם לא חושב שהם שינו כיוון כיום, להרבה מהם יש תואר אקדמאי כזה או אחר. הפוך, אם כבר, אנו התקדמנו לכיוון שלהם.

האם רבי יחזקאל טויב מיבלונה הוזכר כאן? היה אדמו"ר, ואחרי הפאדיחה של כפר חסידים, למורת רוחו כי רבה, התפקר לגמרי והיגר ללוס אנג'לס ונהיה למחלל שבת ל"ע.
מכריז רב ינאי "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד". (שבת לא:)
ישבב הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:53 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:46 pm

משה געציל האט געשריבן:מען ברויך צוזאמנעמען אסף'ס ווערק מיט פניני התורה וחסידות פון ר' אליעזר דוד פרידמאן, אראפנעמען האלב פון דא און האלב פון דארט אזוי ארום וועט אפשר דאס בילד זיין אביסל מער ריכטיג.



זינט ווען וועלן צוויי ליגנטס פארמירן איין אמת?!
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 29, 2013 8:49 pm

אמשול לך משל אחי, נעם א פיל שטיינער'דיגע מאזאאיק, פון איין שטיין אליין קען פעהלן, עס קען האבן אזא ביס, אבער אז מען שטעלט איהם צוזאמען מיט אן אנדערע שטיין וואס שטעקט ארויס אביסל מער - פארמירן זיי צוזאמען א פארטיגער אמת.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6620 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט