בלאט 4 פון 5

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:51 pm
דורך דעת תורה
אבער 2 שטיינער אפילו צוזאמען, פארמירן בסך הכל א שטיין. זיי קענען נישט פארמירן א האלץ אדער א אייזן.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:39 am
דורך ר' שמחה
ר' שמחה האט געשריבן:ר' אייזיקל'ס זוהן, איז נישט ר' משה חיים וועלכער איז געווען א איידעם פונעם עטרת צבי פון זידיטשויב און האט זיך גע'גט.

טעות,
ר' אייזיקל'ס זוהן, איז ר' משה חיים וועלכער איז געווען א איידעם פונעם עטרת צבי פון זידיטשויב און האט זיך גע'גט

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:42 am
דורך ר' שמחה
ישבב הסופר האט געשריבן:עתה ראיתי מש"כ אודות הליאובר.
אתה אומר שההתרחקות היתה מצידו? אינני יודע, אני זוכר שראיתי בכתבי חסידי רוזין שהאחים לא רצו לתת לו ליקבר עם קבר אביו ואחיו הגדול רש"י מס"ג, עד שהיה שם איזה מעשה ואמרו דומה שמתוך תשובה נפטר. חסידי האח לא פנו אליו, והוא חי שם חיים מבודדים. אינני זוכר את העדיויות שהביא אסף, אך כפי זכרוני איו מקור על כך שאחיו אחזו ממנו אח"כ. [מאידך אפשר לומר להיפוך, שההרחקה ממנו היתה רק לפנים, מפני חסידי סאנז. כווייס נישט]. אבל מנין לך שזה היה מצידו? האם יש מקור לכך שהם התייחסו אליו בהערצה אח"כ? כמדומני שהם התעלמו ממנו כמעט. יש סיפור איך שהוא חיפש מזומן בשביל ליל הסדר ואף אחד לא הסכים להסב איתו.
זה שחסידי רוז'ין מדברים עליו היום גבוהה גבוהה, הוא מפני שככה הסבירו החסידים את הסיפור איתו אח"כ בינם לבין עצמם, שלא יתכן שבנו של הרה"ק מרוזין ירד מהפסים, אא"כ הכל העכערס. ומצרפים כמה סיפורים על מה שאמרה עליו אשתו לשבח, ועוד. אבל להלכה למעשה הוא לא חזר למעמדו.

סליחה,
הבן הבכור, ראשית אונו, רבי שלום יוסף, מנו"כ בלייפציג.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:58 am
דורך דולה ומשקה
איבער כמה נכדי בית רוזין מיט ציונות ומזרחי קען איך אבאך שרייבען, בפרט איבער רבי שלמה מסאדיגורא ואחיו ה'אביר יעקב מסאדיגורא, רבי יצחק מבאוהוש, רבי ישראל מהוסיאטין וחתנו ה'אהלי יעקב', ועוד כמה, ווי צוגעבינדען זיי זענען געוועהן, נישט צוגעבינדען נאר אויך גאר שטארק אקטיוו.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:02 pm
דורך ישבב הסופר
כאן מצאתי אחד כותב על סבו הרה"ח ר' שואל ביסטריצקי שהיה מחשובי חסידי "לעווא-סדיגורה-באיאן"
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 15_224.pdf

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 2:43 am
דורך ר' שמחה
דולה ומשקה האט געשריבן:איבער כמה נכדי בית רוזין מיט ציונות ומזרחי קען איך אבאך שרייבען, בפרט איבער רבי שלמה מסאדיגורא ואחיו ה'אביר יעקב מסאדיגורא, רבי יצחק מבאוהוש, רבי ישראל מהוסיאטין וחתנו ה'אהלי יעקב', ועוד כמה, ווי צוגעבינדען זיי זענען געוועהן, נישט צוגעבינדען נאר אויך גאר שטארק אקטיוו.

ציונות ואביזירייהו איז א סתירה לשיטתם מיט חסידות ?

לגבי פון וואס די קעפל פון אשכול רעדט זיך, פאסט נאך דאס מערסטע אריין רבי שלמה חיים הנקרא ר' שלמה'ניו,
ער האט אבער נישט אפגעלאזט חסידות אינגאנצן, נאר דאס רביסטעווע, אזוי אויך האט ער אויסגעטון דעם שטריימל בכלל נישט נאר דעם שפיץ פון די כתר מלכות.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 1:57 pm
דורך ישבב הסופר
ונבנתה העיר האט געשריבן:אמשול לך משל אחי, נעם א פיל שטיינער'דיגע מאזאאיק, פון איין שטיין אליין קען פעהלן, עס קען האבן אזא ביס, אבער אז מען שטעלט איהם צוזאמען מיט אן אנדערע שטיין וואס שטעקט ארויס אביסל מער - פארמירן זיי צוזאמען א פארטיגער אמת.

למרות שאני סבור שהצדק עם האומר ששני שקרים אינם מעצבים את האמת, דומה שרבי "ונבנתה" העלה נקודה אמיתית מאוד.
כשאנו דנים על עובדות, מה היה או לא היה, אחד מאשים שפלוני עשה מעשה כזה, והשני מכחישו שלהד"ם. אז המושכל ראשון הוא שמשהו באמצע הוא הנכון. אבל באמת, במקרה שבאמת הכל היה מצוץ מהאצבע, ואנו נבא אח"כ ונסיק שמשהו כן היה, כי זהו הממוצע... והאמת הוא כדברי המכחיש, אלא שאי אפשר לו לעשות יותר מלהכחיש, ואנו נקח את דבריו למחצה כי החלטנו שהממוצע הוא האמת. וכן הדבר כהאמת עם המאשים, והשני מכחישו בשקר, ואנו נוקטים שהלכה בדרך האמצעי, שהיה משהו אבל לא כ"כ כדברי המאשים, ובאמת הלכה מדברי המאשים ושקר ענה המכחיש.
זהו הבעיה והטעות בקבלת הדרך הממוצע כאמת הצרופה. [ויש לדון בזה עוד].
אבל יש פן נוסף לכל זה: ואסביר את זה בסיפור ששמעתי מחבר.
בתקופה שסיפור ה'דיבוק' של הרב בצרי הסעיר את היהדות החרדית, הלך חברי, אברך ירושלמי, ברחוב. הוא פגש אחד מיקירי ירושלים מסלתה ומשמנה, ת"ח ענק צניע ומעלי. צריך להכיר את הטיפוס של הזקן, הוא יר"ש עצום, ואיש מבין דבר. עכ"פ הוא שאל את האיש האם שמע על הדיבוק שמסעיר את העולם החרדי, והזקן ענה בחיוב. המשיך חברי ושאל את הזקן, אם לדעתו מדובר בדיבוק אמיתי.
הזקן עונה "כן! אני חושב שמדובר בדיבוק אמיתי!". חברי, שהכיר את האיש למבין דבר, היה קצת בהלם... שאל אותו "אתם אוחזים שזה כמו הדיבוק שהיה אצל החפץ חיים?" והאיש ענה בחריצות "כן!". חברי עמד שם מבולבל לגמרי.
האשי הזקן ממשיך ומסביר את דעתו בזה: "תראה, מה זה דיבוק? דיבוק זה כשיש איש שבא וגונח מבטנו ומדבר דברים מוזרים. זהו דיבוק. אז יש מי שאומר שזה נשמה שנדבקה, ויש מי שאומר שמדובר באיש שהשתגע. אחרים חושדים שהכל טריק. זה נקרא "דיבוק". ולכן אמרתי, שמדובר בדיבוק אמיתי!". והדברים נפלאים.
כלפי מה הדברים אמורים:
כשאנו דנים במבוכות היסטוריות או בכלל בנבכי העבר, להלכה למעשה נבצר מאיתנו לדעת באמת מה היה ומה לא היה. אנו צריכים להסתמך על עדויות, ותמיד ניתן לערער, ובצדק. ולכן אני כשלעצמי אינני מחפש לדעת "מה באמת היה", אלא מעניין אותי בעיקר "מה אמרו אז", כי זה חשוב מאוד, ונותן תמונה אמיתית והגיונית לכל דבר. כל סיפור מופת, אני אוהב לחשוב, מה אמר השכן המתנגד כששמע על כך. וכדומה. וכן לגבי קריאת ספרי הגרא"ד פרידמן. אני אוהב סיפורי צדיקים בעיקר מפני האימרות שמגלות טפחיים על דרכם בעבודת ה' וכדו'. אבל סיפורי מופתים, ישנם כאלו שמאמינים בהם עד הסוף, ויש כאלו שמבטלים אותם בהינף יד, וזה לא מעניין אותם, אפילו אנשים שמוקירים מאוד את הצדיק שעליו הסיפור מסופר. אני חושב שיש בהם תועלת רב אפילו למי שאינו מוכן לקבל את פני הדברים כמדוייקים, מפני סיבות מובנות. אפשר לדעת מתוכן את הלך רוח החסידים דאז, מה עניין אותם, ממה הם נפעמו מרבם, ומה אמרו המתנגדים והמבטלים לעומתם. ואני חושב שזה חשוב מאוד להבנת הדברים לאישורם. לא חייבים לקבל את הדברים כעובדות, אלא כזוויות ראיה.
ולכן, באמת אפשר לקבל תמונה די ברורה, אם רוצים, כשמצרפים את ספר הראד"פ מול ספריו של דוד אסף.

הודעהפורסם: זונטאג מאי 05, 2013 11:38 pm
דורך דעת תורה
האסט עס נישט געקענט זאגן בעסער.

לדעתי איז עס נאך מער, עס איז נישט סתם אז מיר קענען נישט וויסן, צומאל קען זיין אז דוקא נאך א צייט אפשניט קען מען יא דערגיין מער דעם אמת ווי בשעת מעשה. די אינסיידערס געבן ארויס די אינפארמאציע שפעטער ווען עס איז שוין נישט אויפן ברענענדיגן סדר היום. אלע פרעזידענטן און זייערע געהילפן געבן ארויס ביכער נאכן פארלאזן זייערע אמטן, און זיי דעקן אויף די ביהיינד די סין'ס, ווי ווייט דער בילד וואס די גאס האט געזען איז געווען פונעם אמת'ן מציאות. אפילו די שפיאנאזש געמיינדע טוט אויטאמאמטיש דעקלאסיפיצירן דאקומענטן נאך צענדליגער יארן. און עס איז גאנץ מעגליך אז צו דערגיין וואס עס האט זיך באמת אפגעשפילט קען מען שפעטער דוקא בעסער ווי בשעת מעשה.

אבער ווען עס קומט צו לערנען און פארשטיין די היסטאריע, איז בעיני די וויכטיגסטע קודם גוט צו פארשטיין און ארויסהאבן דעם הלך רוח פון די גאס בשעת מעשה; וואסערע השלכות און קאנסעקווענצן האט די ספעציפישע פאסירונג געהאט אויף איר נאטורליכער אוידיענץ, און וויאזוי האט עס די ברייטע גאס אויפגענומען, דאס איז דער עיקר לימוד פון היסטאריע. וואס עס איז באמת געווען אונטער די קוליסן איז נישט אזוי שטארק נוגע, פיל וויכטיגער איז וואס עס האט דאן געמיינט, און וואס עס האט גורם געווען שפעטער, אלעס געבויט אויף וויאזוי מען האט אנגעקוקט די פאסירונג דאן, נישט וואס מיר ווייסן היינט ממקורות פנימיים וואס קיינער האט דאן נישט געוואוסט בשעת מעשה.

אוודאי איז זייער גוט אז מען וויל דערגרינטעווען נאך טיפער און דערגיין דעם אמת, אבער צו די זעלבע צייט דארף מען געדענקען און האלטן פאר די אויגן אז דאס וואס מען ווייסט היינט איז נישט געווען די אנגענומענע מיינונג אמאל, און אפילו אויב די ווערסיע איז דער אמת, האט אבער דער שקר געהאט א פיל שטערקערע ווירקונג.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 6:28 pm
דורך smartinof
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:יאיר,

מברויך זיכען אויב לוטר ודומיו האבען טאקע זיך אלעמאל גענומען ערנסט עד הסוף.

דער נקודה ביסטו לכאורה גערעכט, אז ביי סאטמער איז דא א געוויסע נקודה אז ערגעצווי נעמט ער נישט די אייגענע גאנצע שיטה זיינע אזוי ערנסט. איך מיין אז דאס איז עפעס וואס איז אריינגעבויט אין יידושקייט לעומת אנדערע רעליגיעס, עס געהערט אלץ ביי יודען (רובם עכ"פ, ואכמ"ל למי זה חסר) אזא הבנה אז אמת העולם הזה איז גארנישט און שטותים.. דאך לוינט זיך צו זעהן מזאל האבען עפעס דערפון אויך.. עס איז דא עפעס אזא מין ציניזם און נישט נעמן אלץ וואס מזאגט ביי שלשידעס ערנסט אלעמאל... וכמסופר על הזידיטשובער שאמר יעצט איז נישט שלשידעס.. וכאן צריך באמת לעיין באיזה מדה היה זה אצל בעל ויוא"מ ובמה זה התבטא. וזהו חומר לאיזה דוקטור שיכתוב פעם את "סודו של הויואל משה" ויבנה לנו בנין שלם שבעצם הוא היה ציוני או מי יודע מה אלא שאחז שבשביל המון הפתאים המאמינים צריך לספר סיפורים כאלה..

אויב מיר וואלט געהאט אזעלכע דאקטארס פאר אונזערע פריערדיגע רבי'ס וואלט אונזער אידישקייט געווען פיל גרינגער...
אין אונגארן איז טאקע געווען אביסל אזא מהלך, למשל דער מונקאטשער רב פלעגט צוזאמשעלטן קללות נמרצות אויפ'ן גערער רבי צוזאמען מיט אגודיסטן מזרחיסטן ציוניסטן. האב איך געהערט פון א מקור נאמן אז ער פלעגט זאגן שטילערהייט פארדעם, גערער רבי זאל זיין געזונט און שטארק, דערנאך האט ער זיך גענומען שעלטן... סאטמארער רב האט געהאט מער שכל ווי מונקאטשער רב, אבער קען זיין אז ער האט אנגענומען אן ענליכע מהלך.
וועגן מארטין לוטער איז אבער גאנץ אן אנדער געשיכטע, ער איז דאך געווען א קריסט, וואס א טאג אריבער איז ער געווארן אלס מער פאנאטיש און צודרייט, פון דארט איז געקומען זיין בלינדע אנטיסעמיטיזם מיט אזעלכע סטעיטמענטס וואס וואלטן פארשעמט די קקק היינט צוטאגס, ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז אלע אידן וועלן קומען צולויפן צו אים אננעמען די "אמת'ע" קריסטנטום און ער איז געווארן ביטער אנטוישט האט ער אויסגעגאסן זיין כעס אויף זיי.

דאס איז שקר, די חסידים וואס האבן זיך געשעמט מיט אזא רבי'ן האבן דאס מוסיף געווען, געהערט פון א תלמיד פון מנח"א, ער האט מיר געעבן א פסק, זאגנדיג, די קויפסט אפ די אלע היינטיגע שקרים, אונזער רבי איז געווען א שארפער רבי, און פיו ולבו זענען געווען שווין און גאנצען... נישט דא וואס צוטון דער מנח"א האט פארמאגט און זיך ווילדע תכונות, און גערעדט זלויז פון הארץ ארויס, סטמר לעומת זה, איז אויך געווען מלא הארץ און געפיל, און אזוי ווי די שרייבסט איז ער געווען גאנץ א קלוגער, און ער האט פראבירט צו געבן א אנצוג פאר זיין געפיל, מיט'ן נאמען ויואל משה....

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 6:30 pm
דורך smartinof
דולה ומשקה האט געשריבן:דאס איז א לענגערע פרשה פאר זיך, דאס אז רבי מענדל מקוצק האט זיך געהאט אריין געשפארט אין זיין ציממער פאר לערך צוואנציג יאר.

אבער דער פרשה האט נאך א צווייגל:
בערך בשנת ת"ר האט ר' מענדל געזאלט זאגן אז אויב משיח קומט נישט ביז סוף יאר וועט ער און זיינע חסידים 'ימירו את דעתם'.
לויט א גירסא האט ער געזאגט בשעת רעוא דרעוין אז דער אותו האיש איז משיח, היות ער האט זוכה געוועהן 'לראות פני השכינה', און ער איז גרעסער ווי משה רבינו. דער פרשה האט אנגעמאכט אזא טומל אז צוויי אנגעלו מיסיונערין זענען געשיקט געווארען קיין קאצק, זיי האבן גערעדט סיי מיט די רבי'צין און סיין מיט זיין דאקטער, אבער צום רבי'ן האט מען זיי נישט צוגעלאזט, זיי האבען באשטעטיגט אז דער רבי האט זיך נישט געטויפט זיין גלויבן, ר"ל מהאי דעתא, אבער זעהט אויס אז אזא סארט שמועה איז ארויס אויף דער גאס. אבער דער דאקטער האט יא באשטעטיגט אז דער רבי איז אריין אין דיפרעסיע.
ואין כאן מקומו להאריך יותר בזה.

עפעס ליגט מיר און קאפ אז ער האט שבת פארלאשען די לעכט, די ווייסט דאס?

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 7:13 pm
דורך דעת תורה
לעיקוואד האט געשריבן:שוין, למען כבוד חברי היקר יאיר, וועל איך לאזען פאלען איין הגדרה אויף הרב בעל חידושי תורה תשט"ז ושא"ס. עס איז נאר איין מהלך. ויש עוד מהלכים שונים.
במילה אחת, ער איז נישט געווען אויפגעקלערט בכלל , נאר אן אמתער פונדאמענטעליסט.
נעם א משל, מרתין לותר, דער גרויסער ראדיקאלישע רעפארמער, איז ער געווען א אויפגעקלערטער? בכלל נישט, אדרבה, עס האט עם אזוי געברענט די אמונה פשוטה פון יסודות דת הנצרות, אז ער האט נישט געקנעט פארליידען ווי די קירכע האט דאס פארדרייט און ער האט דורש געווען צוריקגיין צו די אריגענעלע דת כנתינתה ישו ממרים. דאס וואס ער האט כופר געווען אין פארשידענע זאכען, וואס ווייזט לכאורה אויף טראכטען אליינס און אויפקלערנוג, איז בעצם געווען שפיץ פונדמנטליזם און עקסטרעמיזם, עד כדי כך איז ער געוועם באגלייבט אין דער פונזמנטליזם אז אפילו דער פויבסט אליינס האט עם נישט געקענט וייזען אז מקען אפשר זאגען אנדערש.

דער משל, דער משל, איז ממש דומה צום נמשל..

אמת, שיש בזה איזה מידה של חשיבה עצמאית, ולכן גם לותר וגם סאטמער שייכים בעצם לעת החדשה ולתקופת הביקורתיות. ובעצם הפונדמנטליזם על כל גווניו היא אחת החידושים של העת החדשה.

ודו"ק היטב. ועוד חזון לחול המועד (קרעדיט: קופערניקוס)


לדעתי די הגדרה האלט נישט אויס, זינט סאטמאר רב איז געווען כל כולו בטל צו "דרך אבותינו ורבותינו", ער איז אפשר געווען פונדאמענטאל אין דעם פרטיות'דיגן ענין פון זיין בטל צו די פריערדיגע. מסתמא דער מהלך פון נישט גלייבן קיין מעשיות האט ער אויך געהאט מקובל פון זיינע עלטערן. איך ווייס אז געפילטע גייט באלד קומען טענה'ן אז ער איז געווען פרומער מיט צניעות, אבער ווער עס לערנט זיינע דרשות זעט אים נישט דארט רעדן אויף קיין דענים, ניטאמאל אויף שייטלעך וואס אינדערהיים האט ער אליין יא געהאקט דערויף. ער רעדט פון - בעיניו - סאלידע פירצות בענין, ווי ביי האר אדער שטרימפ, וואס נאך די קריג איז סיי בעצם שוואכער געווארן אזאלכע זאכן און בנוסף איז צוגעקומען דער אומפארמיידליכער קולטור-קלעש מיט אידן פון אנדערע מדינות וואס זענען געווען אינגאנצן אנדערש בענינים אלו.

דער צניעות קולטור וואס האט זיך אנטוויקלט אין רעזולטאט פון דעם סיסטעם, בפרט די מיידל סקולס, מיין איך אז ער האט שוין נישט דערלעבט בימיו - לפחות אין די געזונטע יארן - עס צו זען. דאס איז שוין א שפעטערדיגער פראדוקט, פונקט ווי די שטריימל און ווייסע זאקן וואס ער האט נישט אגרעסיוו געשטופט נאר דער סיסטעם האט עס אנטוויקלט. די דברי חיים מקוה האט ער מסתמא געהאט בקבלה פון זיינע עלטערן נאר אינדערהיים איז עס נישט שייך געווען.

2 נעמען וואס קומען מיר אויפן געדאנק וואס זיי ענטפערן ממש צו די "פונדאמענטאל" הגדרה זענען דער יעב"ץ און רבי עקיבא יוסף שלעזינגער.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:09 pm
דורך דבי''ר קדשו
פאר הדור האט געשריבן:ב"ה

לגבי חסידים גדולים בחב"ד והמסתעף, אחד מהגדולים ביותר הוא מרן הגאון הרוגצ'ובר זצוק"ל שהיה כידוע מגדולי הדור וחסיד קאפוסט שהיא חסידות מגזע חב"ד.
וכן המקובל הגאון הרב פנחס הכהן לינטופ זצוק"ל, זכור לי שהיה חסיד חב"ד.

אודאי איז דער ראגאטשאווער געווען א חסיד . אבער עהר איז קיינמאהל נישט געפארען ציא קיין לעבעדיקען רבי'ן .ס'איז דא פין איהם א שארף אויסדרוק אין א תשובה וועגען דיא מתנגדים וואס זאגען נישט קיין הלל פסח ביינאכט . אבער עהר ברענגט אין ערגעץ נישט אראף א ווארט פין חסידות

Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 05, 2017 12:51 pm
דורך טמיר
איי מי יתן לנו די אמאליגע שמועסן מיט ישבב הסופר, דולה ומשקה און לעיקוואד. אנשטאט די נערישע טענערייען מיט אונזער נאסוידער רב

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 05, 2017 4:07 pm
דורך moshav zekeinim
שיינע בחצרות קדשינו שמועסן. ברענגט טרויבן.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 06, 2017 3:37 am
דורך moshav zekeinim
דאס וואס ישבב הסופר שרייבט אין א שיינעם לשון עברי איבער ר' יצחק נחום'ל, איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן היסטאריש. ר' יצחק נחום מראווארוסקא איז כידוע לכל מי שרוצה לדעת געבליבן א משכיל און שונא בעלז עד סוף ימיו. זיין באקאנטער ווידוי בריוו וואס ער האט אראפ געלייגט מיט א זעלטן רייכער שפראך האט נישט רעפלעקטעד סתם די יוגנט רייץ פון די רוח הזמן, ער איז שוין דעמאלס געווען מלא וגדוש בהרבה מקצועות התורה, און ווי מען זעהט פון זיין רייכן בריוו האט ער קלאר געוואוסט וואס ער האט געוואלט, ווייניג בעלזע יושבים ובתוכם די רבי'ס האבן געהאט אויף די עלטער אזא קלארקייט איבער זיך און דער ארום ווי דער יונגער יצחק נחום. עס איז אלזא א פארפירערישער באהויפטונג צו זאגן אז דער בריוו איז געשריבן געווארן בלויז פון א יוגנט גייסט אן קיין שיטא אין לעבן. און בכלל איז נישט אויסגעהאלטן אוועק צו מאכן א לאנגער קלארער בריוו מיט 27 זייטן פון א 22 יעריגער ערוואקסענער מענטש. ווען ער זאל ווען שרייבן א פייערדיגער ספר בענין קדושת הברית ביי די 22 וואלט קיינער נישט געוואגט צו זאגן אז קינדישע הארמאנען און ארומיגע איינפלוס האט אים דאס געטריבן צו שרייבן.

ר' יצחק נחום איז טאקע באין ברירה געבליבן שטעקן אינעם הויף אבער ער האט שטענדיג געהאלטן נאנטע פארבינדונגען מיט משכילים. ער האט אין זיינע קינדער אריין געפלאנצט א שנאה קעגן בעלז, און אויך פון זיי איז פארהאן בריוו מיט שווערע ווערטער קעגן בעלז. אלע בריוו פון ר' יצחק נחום איז היינט אונטער די קאנטראל פון בעלזא, בעלזא האט זיי אפגעקויפט בכסף מלא פון א זאמלער, זיי האבן נישט געוואלט אז די וועלט זאל געוואויר ווערן וואס אין די בריוון איז געשטאנען. און מען זעהט אז אלע זיינע בריוון וואס מען האט געדרוקט איז פיל מיט השמטות.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:26 am
דורך בן אדם
איז פארוואס באשרייבט עם בעלזא אזוי שיין? זאת ועוד, די בי"ד אין בעלזא איז באשטאנען פון ר' פיניעלע אוסטילער, מהר"א מבעלזא, און אט דעם ר' יצחק נחומ'ל! נו האיך יתקיימו? איך גלייב נישט אז גאנץ בעלז זענען באשטאנען פון דאמי'ס.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:21 pm
דורך moshav zekeinim
פארוואס זאל אים בעלז נישט מחשיב זיין, ער איז געבליבן אין זייער סיסטעם, ער איז געווען אן איידעם פונעם רב און אן ערנסטער תלמיד חכם און פוסק, און האט זיך צוגעשטעלט צו זיי.

טראכט נאר אריין וויאזוי מען וואלט באהאנדלט דיין רבי'נס איידים א דזשיניעס ת"ח וואס האט "אויפגעקלערטקייטן" אבער שטעלט זיך צו.

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 07, 2017 4:25 pm
דורך איך אויך
בן אדם האט געשריבן:, די בי"ד אין בעלזא איז באשטאנען פון ר' פיניעלע אוסטילער, מהר"א מבעלזא, און אט דעם ר' יצחק נחומ'ל! .

די ערשטע מאל איך הער פון דעם בי''ד.

Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 07, 2017 4:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
(ליטפאקל) דו אויך, דיין טראציקייט און אומוויסנהייט פון היסטאריע איז שטוינענד יעדעס מאל פריש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 07, 2017 5:39 pm
דורך בן אדם
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס זאל אים בעלז נישט מחשיב זיין, ער איז געבליבן אין זייער סיסטעם, ער איז געווען אן איידעם פונעם רב און אן ערנסטער תלמיד חכם און פוסק, און האט זיך צוגעשטעלט צו זיי.

טראכט נאר אריין וויאזוי מען וואלט באהאנדלט דיין רבי'נס איידים א דזשיניעס ת"ח וואס האט "אויפגעקלערטקייטן" אבער שטעלט זיך צו.

ס'איז באוואוסט אז אין בעלז האט מען נישט נושא פנים געווען פאר קיין שום מיטגליד אין דעם רב'ס משפחה אויסער דער רב אליין.

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 07, 2017 9:15 pm
דורך moshav zekeinim
לאמיר שוין זאגן אז עס איז אמת, וואס וואלטן זיי געדארפט טון, אים ארויס ווארפן? עס איז דאך א סך בעסער אים צו האלטן און פשוט דערשטיקן די תופעה זאגנדיג אז עס איז בלויז א בייזער גייסט. אין אזעלעכע מקומות ווי בעלז האט מען אן היימישן אויפגעקלערטן באצייכנט אלס איינער וואס איז אין אים אריין א בייזער גייסט. דאס איז געווען איינגעפירט אויך ביי די קירכעס. טאמער האט זיך דער אויפגעקלערטער נישט געהאלטן פעסט עד הסוף האט ער צום סוף "תשובה געטון" און אפילו מודה געווען אינעם בייזן גייסט וואס האט אים באהערש.

דאס וואס איך זאג איז אמת לאמיתו. די חברה זענען געווען דענדזשרעס.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:47 am
דורך איך אויך
@בן אדם, האסט עפעס פרוף אז אזא בי''ד האט עקזיסטירט אדער האסט עס פשוט אויסגעזויגן פונעם פינקי?

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 11, 2018 6:46 am
דורך טאמבל סאס
ישבב הסופר האט געשריבן:....
===

פעם הועלה באחד הפורומים, קטע מעיתון משכילי ישן נושן, לא מימי הקוצקר אלא אחריו, שכתבו שם כי בראשוני ימי הסגירה בקוצק, הגיעו כמה משכילים כדי לתהות על קנקנו של הקוצקר, ולראות שמא בחפשו אחר האמת הצרופה נהפך לבו לאהוב את כיוצא בהם. וכתבו שם שביניהם הגיע המדקדק איציק סטנוב בעל סידור ויעתר יצחק, ושאל את הקוצקר שאלה: בתהלים כתוב "רַבִּ֥ים מַכְאוֹבִ֗ים לָרָ֫שָׁ֥ע וְהַבּוֹטֵ֥חַ בַּידוָ֑ד חֶ֝֗סֶד יְסוֹבְבֶֽנּוּ:" והקשה איציק סטנוב מדוע יש אתנחתא אחר המילים והבוטח בה', שמשמע כאי' המילים 'והבוטח בה' שייך לרישא של הפסוק. לכאו' צריך להיות תחת המילה "לרשע", כלומר "רבים מכאובים לרשע, והבוטח בה' חסד יסובבנו". וכתבו שם שהקוצקר ענה לו, שאכן זה שייך לרישא של הפסוק, דהיינו, שהרשע יש לו הרבה מכאובים, אבל כשהוא רואה שיש איש בוטח בה' זה כואב לו יותר מהכל... ולכן "רבים מכאובים לרשע, ואחד מהם הוא "הבוטח בה'"... המשכילים ראו שהקוצקר לא שינה טעמו, ורמז להם בזה שהוא מכיר את זממם ושעל אפם ועל חמתם הוא לא השתנה.
א שיינע

עטליכע פון ר' יצחק'ס ספרים אויף היברו בוקס
http://hebrewbooks.org/home.aspx

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 11, 2018 11:53 am
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:לאמיר שוין זאגן אז עס איז אמת, וואס וואלטן זיי געדארפט טון, אים ארויס ווארפן? עס איז דאך א סך בעסער אים צו האלטן און פשוט דערשטיקן די תופעה זאגנדיג אז עס איז בלויז א בייזער גייסט. אין אזעלעכע מקומות ווי בעלז האט מען אן היימישן אויפגעקלערטן באצייכנט אלס איינער וואס איז אין אים אריין א בייזער גייסט. דאס איז געווען איינגעפירט אויך ביי די קירכעס. טאמער האט זיך דער אויפגעקלערטער נישט געהאלטן פעסט עד הסוף האט ער צום סוף "תשובה געטון" און אפילו מודה געווען אינעם בייזן גייסט וואס האט אים באהערש.

דאס וואס איך זאג איז אמת לאמיתו. די חברה זענען געווען דענדזשרעס.

מושב זקנים: אויב דו לעיבסט נאך. (לויט די גמרא,אין וואס דו גלייבסט דאך נישט, נישט.) און אין די פארקערטע דיירעקשן. אויב ביי די אזוי-גערופענע סייענטיסטן, עוואלוציאנערן און אויפגעקלערטע האטציך איינער פון די גרופ פלוצלינג דערקלערט אלס א מאמין . אן ר'האט געטענה'ט אז ער האט פרוף אז ס'איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן און פיהרט די וועלט, האבן זיי איהם באטראכט אלס משוגע און באזעסן פון א בייזן גייסט. די שאלה איז אבער צו וועמען זיי האבן איהם גענומען. צו א רב אדער גלח האבן זיי דאך איהם נישט געקענט נעמען אז ער זאלל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איהם. און זיגמונד פרויד איז דאך נאכנישט געהאט געבוירן...! אפשר צו אזעלכע חכמים ווי דו...!

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:18 am
דורך תורה ומדע
d