רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך calculator » מיטוואך יוני 20, 2018 9:00 pm

scan1.pdf
וואלט נאך רבינו הקדוש זי"ע היינט לוחם געווען אנטקעגן ציונות ווי אין שנת תשכ"ז?
(144.96 KiB) אראפגעלאדנט 146 מאל
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 20, 2018 10:02 pm

איך האב דאס שוין לאנג גע'טענה'ט. ס'איז היינט נישט דא קיין ציונים. ס'איז דא אידן און גויים, אדער פאר'גוי'אישטע אידן, אדער אזעלכע וועלכע זענען בכלל אפילו נישט קיין אידן עפ"י הלכה, אזוי ווי א סאך פון די רוסישע אימיגראנטן. אשר על כן דארפן די ערליכע אידן זיך קאנצענטרירן אויף צו לערנען תורה און אפהיטן מצוות, און לאזן די גויים לויפן. אונז זעמיר נישט אחראי פאר זיי. למשל, וואס שטערט די ערליכע אידן וועלכע וואוינען אין גאולה אדער מאה שערים אויב אויבן אויפ'ן בארג זענען דא רוסישע גויים וועלכע גייען שאפינג און זיי ניצן דעם שטאטישן פארקינג לאט/חניון אום שבת קודש. וואס דארף אן ערליכער איד טון שבת אינדערפריה נאכ'ן דאווענען, אהיים גיין מאכן קידוש פאר די משפחה און עסן די סעודת שבת. זיין פלאץ איז נישט ביי הפגנות און זיך שלאגן מיט די פאליציי, ספעציעל נאכ'ן אריינרוקן אזוי די ארבע כוסות אין ביהמ"ד ביי ..."קידוש"... זעלבסטפארשטענדליך אז מ'ווערט אין די גוסטע זיך גיין רייצן און שלאגן מיט די פאליציי. און וואו ענדיגט מען...? אין דזשעיל. בשעת די משפחה ווארט נעבעך אז דער טאטע דער ראש המשפחה זאל אהיימקומען מאכן קידוש, זיצט ער אפ אין די פאליציי סטאנציע, וואו מ'האט איהם געברענגט מיט דעם פאליציי טענדער אום שב"ק, ווייל די משטרה זענען נישט אזוי ווי די ניו יארק פאליס וועלכע רעכענען זיך מיט יענעם'ס רעליגיעזע געפיהלן...! און ווען מ'בעט איהם חתמ'נען קען ער דאך נישט ווייל ס'איז שבת קודש... בלייבט ער זיצן אונטער די גראטעס ביז נאכ'ן זמן מוצש"ק, און די משפחה ווארט נעבעך בכליון עיניים ווען דער טאטע וועט שוין אהיימקומען... נו, וואספארא קידוש שם שמים קען ארויסקומען פון די אקציעס. די גויים וועלן ווייטער מחלל שבת זיין, נאר די סיקריקים און משוגעים וועלן זיך עקשנ'ען ווייטער אנצוהאלטן מיט זייערע פאררוקטע און שעדליכע מעשים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8361 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יוני 25, 2018 12:48 am

berlbalaguleh האט געשריבן:ווייל די משטרה זענען נישט אזוי ווי די ניו יארק פאליס וועלכע רעכענען זיך מיט יענעם'ס רעליגיעזע געפיהלן...!

ולא תהא כהנת כפונדקית?
עלובה עיסה וכו'.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 25, 2018 3:32 am

שמעקעדיג: די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וידועים. מ'שמועסט דאך אז אונז זוכן מיר צו וויסן דעם אמת...!

איך זאג דאס וועגן א מעשה שהיה דא ביי אונז אין שטעטל בארא פארק. מיט בערך א צוואנציג יאר צוריק איז געווען א מעשה אז א איד, גאר א וואוילע פרי האטציך צו ווילדעוועט אין א פרייטיג פארנאכטס ביים זמן פון לעכט צינדן. צוליעב עפעס א העמעד וואס איז נישט געווען גענוג גוט אויסגעביגלט פאר איהם. און ער האט אנגעבויקעט זיין ווייב. בלית ברירה האט זיין משפחה גערופן די פאליציי. (ווייל ס'איז שוין נישט געווען דאס ערשטע מאל. און ס'איז געווען א חשש סכנת נפשות.). ווען די פאליס זענען אנגעקומען צו זיין הויז און זיי האבן איהם געהייסן אריינזעצן זיך אין קאר. איז ער פלוצלינג געווארן א פרומער. ער וויל נישט פארן מיט'ן פאליס קאר ווייל ס'איז שבת. וואס האבן די ניו יארק פאליס געטון...?! זיי האבן ארויסגערופן נאך א יוניט און 2 פאליסלייט האבן איהם אונטערגעפיהרט (געקייטלטערהייט) ווי א חתן. ביז'ן פאליס סטעישן. און א פאליס קאר איז געפארן אין פראנט...! די איזראעלי פאליס זענען נישט אזעלכע וואוילע מענטשן. און זיי אינטרעסירט נישט אויב איינער איז אן ערליכער איד און ער וויל נישט פארן מיט א קאר אום שב"ק...!

נ.ב.: די מעשה האט א איד וואס וואוינט אקעיגנאיבער מיין ביהמ"ד פארציילט. אז ער איז געזיצן אויף זיין פארטש נאך די סעודה און געזעהן די אינטרעסאנטע שיירה אדורכגיין זיין הויז...! ס'איז דא ווער ס'געדענקט נאך די מעשה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8361 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 25, 2018 9:44 am

we want more
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2696
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 25, 2018 8:22 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ווייל די משטרה זענען נישט אזוי ווי די ניו יארק פאליס וועלכע רעכענען זיך מיט יענעם'ס רעליגיעזע געפיהלן...!

ולא תהא כהנת כפונדקית?
עלובה עיסה וכו'.

שמעקעדיג: ראה מה שכתבתי (או מה שאכתוב, בלי"נ באישי.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8361 מאל

הודעהדורך חיים'ס ישיבה » מאנטאג יולי 02, 2018 6:55 pm

איז די ספר הקדוש ויואל משה א ספר וואס איז מברר אן הלכה אדער די אמונה.pdf
איז די ספר הקדוש ויואל משה א ספר וואס איז מברר אן
"הלכה"
אדער מברר די "אמונה" אינעם אייבערשטען
(297.71 KiB) אראפגעלאדנט 127 מאל
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 02, 2018 10:52 pm

די ספר 'ויואל משה' איז מבאר אז מ'טאר זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף קיינעם, און קיינער שטייט נישט העכער די תורה. גארנישט מער. די אלע אנדערע זאכן זענען סתם לפילפולא בעלמא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2696
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 02, 2018 11:38 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ספר 'ויואל משה' איז מבאר אז מ'טאר זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף קיינעם, און קיינער שטייט נישט העכער די תורה. גארנישט מער. די אלע אנדערע זאכן זענען סתם לפילפולא בעלמא.
רביה"ק זי"ע איז אליין מעיד
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 690
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1330 מאל

הודעהדורך טוביה » דינסטאג יולי 03, 2018 1:00 am

איז די רבי געווען בייז ווען די קנאים האבען געזאגט רבינו סר מן הדרך?
טוביה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2018 5:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 03, 2018 9:14 am

בכלל נישט. אדרבה, ער האט זיך זייער געפריידט ווען מ'האט מוחה געווען קעגן איהם און נישט נאכגעטאצן נאך איהם בלינדערהייט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2696
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך טוביה » דינסטאג יולי 03, 2018 3:00 pm

למה אמר הנטורי קרתא גרועים מהציונים?
טוביה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2018 5:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יולי 03, 2018 3:55 pm

ליפא האט געשריבן:ילדי ת"ת אין ירושלים דאווענען אויפן אויפגעבויטן נאכגעמאכטע ציון ביים חצר פון ת"ת.

IMG-20160830-WA0010.jpg


עבודה זרה
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יולי 03, 2018 3:57 pm

מר. קלונימוס האט געשריבן:ביי א חופה אין קראון הייטס שנת תש''ח זיין ערשטע חופה אין אמעריקע.
a985707cc99399e3de25d371fcbe4e36.jpg


אין קראון הייטס? לא עלינו. אין זיי זענען דאס מודה?
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 03, 2018 4:13 pm

טוביה האט געשריבן:למה אמר הנטורי קרתא גרועים מהציונים?

ווייל זיי זענען ערגער פון די ציונים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2696
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג מערץ 03, 2019 3:38 pm

פון דא

איינער האט אנגעפרעגט אין אישי וועל איך שוין שרייבן אביסל די בעקגראונד פון די מעשה (כפי ס'איז באשריבן אין די צייטונג לעצטע וואך).

די זופניק'ס האבן געוואוינט אין איינע פון די שטאטן (איך מיין אין באלטימאר מערילענד) די עלטערן זענען געווען אמעריקאניזירטע אידן און האבן געגארט צו שיקן זייערע קינדער אין קאלעדזש אז זיי זאלן אויפוואקסן פראפעסיאנאלן, דאקטוירים, אדוואקאטן וכו' (ליינט אביסל זיין הקדמה וועט איר באקומען א גענצליך אנדערע בליק אויף די עלטערן, ווי כאילו עפעס אנדערש אן תורה האט זיי נישט אינטערסירט, אבער איך שרייב לויט ווי ר' מנחם שלמה האט עס פארציילט אין א רעקארדירטע אינטערוויו) דער עלטערער זוהן ר' מנחם שלמה שליט"א היינט א רב אין פאסעיק ניו. דזש. איז סאמהאו אנגעקומען אין ישיבה איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי. דער אינגערער ברודער ר' יהודה דוב שליט"א איז געווען פיל אינגער און האט פארמאגט א מאסיווען מוח. געווען איינמאל וואס די עלטערן האבן באזוכט ניו יארק (אדער אפשר נאר דאס אינגעל? איך געדענק נישט פונקט) האט מנחם שלמה געבעטן רשות פון זיינע עלטערן אז זיי זאלן אים לאזן געבן א tour פאר זיין קליינע ברודער אין ניו יארק און איפ ווייזן אינטערסאנטע פלעצער, די עלטערן האבן גערן מסכים געווען, ער האט פראבירט צו מאכן אן אפוינטמענט ביים רבין ז"ל וואס האט דאן געוויילט אין בעל הארבער אבער ס'איז נישט געגאנגען, האט ער אנגערופן ווייצענער רב ז"ל וועם ער האט געקענט פון דיטרויט, און ער האט אים ערלעדיגט אן אוידיענץ, ער איז אנגעקומען און געלאזט שרייבן א קוויטל ביי ר' יוסל'ן ז"ל, אבער די קאמיוניקאציע איז שווער געגאנגען ווייל ער האט נישט געקענט געהעריג קיין אידיש, ר' יוסל פרעגט אים וואספארא בקשה ער זאל אריינשרייבן? אבער ער האט זיך נישט געקענט פארשטיין מיט אים, ר' יוסל זאגט אים גוט! וועסט שוין זאגן דיין בקשה פארן רבין. ער זאגט פארן ברודער ווען דו קומסט אריין צו רבין זאלסטו נישט קוקן אויף גארנישט! 'נאר' אויפן רבין.

ער קומט אריין דער רבי פרעגט אים וואס זיין בקשה איז, און ער ארויסגעקראצט אז ער וויל דער רבי זאל אנוואונטשען אז זיין אינגערע ברודער זאל זוכה זיין צו לערנען אין ישיבה ווייל זיינע עלטערן ווילן אים שיקן אין קאלעדזש, דער רבי פרעגט וויאזוי ער האט עס באוויזן? אויף מיר האבן שוין מיינע עלטערן אויפגעגעבן ענטפערט ער, דער רבי האט געוואונטשן אז פונקט ווי ס'איז פאר אים געלונגן זאל עס פאר'ן קליינעם אויך געלונגען! און זיי האבן זיך געזעגענט.

אהיימקומענדיג האט ער געכאפט פון זיין מאמע קאלטס און ווארעמס. צו א חסידישן רבין ביזטו געגאנגן? ער ברענגט א (באקאנטן) בילד פונעם רבין און ווייזט דאס פאר'ן מאמען זעהסט נישט די הייליגע צורה? והיא בשלה איך זעה נישט גארנישט דא אויסער א איד געקליידעט אין חסידישן לבוש. דאס קינד האט אבער צוגעשטימט אז אינו דומה לייוו ל'בילד.

ער האט קיינמאל נישט נאכאמאל דיסקוסירט מיט זיין ברודער די מעשה, ביז זיין ברודער האט ארויסגעגעבן דעם ספר און האט דאס אריינגעלייגט אין די הקדמה


*מעגליך אז מיין זכרון פארציילט דאס נישט נאך אזוי פונקטליך, אבער דאס איז די שפיץ פון די מעשה
בייגעלייגטע פיילס
כתב יד.png
ספר כתב יד
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1020
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 11:42 pm

א עלטערע סאטמארער איד האט מיר געזאגט אז ר׳ יואליש האט נישט געוואלט רעדן אויף קיין טעלעפאן און אז ער האט ממש נאר געציילטע מאל אין זיין לעבן זיך געבויגן און גערעדט אויפן טעלעפאן.

איז עס אמת?

אין וויקיפידע שטייט אז סאטמארער רב איז געוועהן שטארק קעגן ״מאדערנעטי״ און ער האט זיך זעלטן געוואלט באנוצן מיט עני טעכנאלאגישע כלים ספעציעל א בילדער-מאכער.

דאס איז איינע פון די OCD’s פון סאטמארער רב.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:32 pm

סקווירא רבי האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן אויפן פאון, אזוי איז זיך נוהג דער היינטיגער רבי פון ניו סקווער.

דאס זעלבע גייט טון ר' אהרן מענדל נאכן ווערן רבי, ער גייט אויפהערן רעדן אויף א טעלעפאון.

אויף סאטמאר האב איך עס קיינמאל נישט געהערט. מאדערנטי רעדט ויקיפידיה אפשר פון ווידיאו וואס ליובאוויטש האט יא מתיר געווען. סאטמאר איז נישט געווען באוואוסט מיט OCD.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2100
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1078 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 11:52 am

איסר האטלקי האט געשריבן:סקווירא רבי האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן אויפן פאון, אזוי איז זיך נוהג דער היינטיגער רבי פון ניו סקווער.

דאס זעלבע גייט טון ר' אהרן מענדל נאכן ווערן רבי, ער גייט אויפהערן רעדן אויף א טעלעפאון.

אויף סאטמאר האב איך עס קיינמאל נישט געהערט. מאדערנטי רעדט ויקיפידיה אפשר פון ווידיאו וואס ליובאוויטש האט יא מתיר געווען. סאטמאר איז נישט געווען באוואוסט מיט OCD.


סקווירער רבי האט אויך געליטן פון OCD!

OCD איז א דיסארדער וואס שטאמט פון אבסעסיעס צו א געוויסע זאך, אזש אז ס׳שטערט די מענטש׳ס סדר היום למשל א מענטש וואס איז אבסעסט מיט Germs וועט זיך איבערוואשן די הענט טויזנט מאל. אדער א מענטש וועט צושפארן די טיר הונדערט מאל ביינאכט ווייל ער איז אבסעסט אז איינער וועט אייברעכן אין זיין הויז.

א פשוטע טעלעפאון (נישט קיין סמארטפאון) האט נישט אין זיך קיין שום איסור אדער מנהג אז סאיז עפעס א שלעכטע זאך. נישט מן התורה נישט מדרבנן נישט לויט קיינער פון די גאונים, ראשונים, אחרונים. צענדליגער טויזנטער רבנים און ערליכע אידן האבן גערעדט יעדען טאג אויפן טעלעפאן. פארקערט די טעלעפאן איז א גוטע זאך וואס העלפט די מענשטען קאמיונקעיטן איינער מיטן צווייטן.

אלזא ווען א מענטש איז אזוי אבסעסט ווי סאטמארער רב מיט מאדערנעטי און טעכנאלאגיע איז עס א געוויסע form פון OCD...

סאיז זייער וויכטיג דאס ווייל ער האט איינגעפירט אסאך נייע מנהגים אין אונזער היינטיגע חרדישע סאסייעטי. און אז ער האט געליטן פון די דיסארדער איז פאר מיר אסאך זאכן פארענטפערט געווארן.

למעשה האלט איך אז ער איז געוועהן זייער א געשמאקע ברייטע אפענע מענטש וואס האט געמיינט די גוטס פון די כלל. און אויסגעלערנט זיינע מענטשען צוטוהן חסד אויף א פארנעם ווי קיינמאל ביפאר. ער איז לכאורה נישט גערעכט געוועהן מיט רוב פון זיינע זאכן. אבער א אמתע מענטש איז ער געוועהן, א ערליכע מענטש. ער איז נאר געוועהן עקסטרעים מיט זיינע משוגעתן און עס איינגעפירט ביי זיין עולם.

די זעלבע איז מיט וויזניץ זיי זענען אויך געווארן אינגאנצן superficial. ווי למשל הרה״צ ר׳ ישראל מוויזניץ ב״ב בעט זיינע בחורים זאלן זיך אנטוהן שווארצע זאקן. און ווען א יונגערמאן וואס שניידט די בארד קומט אריין צו אים פרעגט ער אים די ערשטע זאך וואו איז די בארד???

וואו איז דאס געהערט געווארן אין וויזניץ אינדערהיים?

רוב וויזניצער חסידים אינדערהיים האבן קיין בארד נישט געהאט אפגערעדט זאקן???

דאס איז נישט וויזניץ! וויזניץ האט קיינמאל נישט געקוקט אויף די זאכן!!! סאיז געוועהן colorful, אלע מיני מענטשען, אלע היטן, געשוירנע בערד, לאנגע בערד, וכו׳

אידן תלמידי חכמים גאונים ווי ר׳ מרדכי חנא, טערניווער רב, רבי אהרלע ראטה און פון די אנדערע זייט אידן פויערן וואס האבן נישט באקומען קיין שום חינוך און קוים געקענט אלף בית- דאס איז געוועהן די שיינקייט פון וויזניץ אינדערהיים! די אהבת ישראל האט יעדעם אריינגענומען, יעדעם געקושט- נישט געמאכט קיין שום חשבונות וויאזוי יענער גייט אנגעטוהן. גארנישט!

מיט דעם אלעמען גלייך איך נאכאלץ ר׳ ישראל און איך האלט פון אים אבער איך האלט אז ער איז זיך טועה מיט די זאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:41 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:42 pm

איך זעי דו פארשטייסט צו ocd ווי אסאך אנדערע זאכען. דער סאטמארער רב איז מעגליך נישט גערעכט געווען, אבער מיט ocd האט עס נישט. ר׳ ישראל פארטרעט אפשר נישט וויזניץ מיט׳ן בעטן א געוויסע קאליר זאקן, אבער מיט ocd האט עס גארנישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8697
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8156 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:45 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי דו פארשטייסט צו ocd ווי אסאך אנדערע זאכען. דער סאטמארער רב איז מעגליך נישט גערעכט געווען, אבער מיט ocd האט עס נישט. ר׳ ישראל פארטרעט אפשר נישט וויזניץ מיט׳ן בעטן א געוויסע קאליר זאקן, אבער מיט ocd האט עס גארנישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מאי שנא?

וואס א חילוק צו די מענטש איז אבסעסט מיט Germs צי מיט מאדערנעטי. OCD קומט פון FEAR.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:49 pm

ניין, ocd קומט נישט פון fear. עס איז א compulsive קרענק, ד.ה. וואס מער מ׳לאזט זיך דערפאר, וואס ערגער ווערט עס. דער סאטמארער רב האט געשטעלט א ליניע וויפיל מאדערניטי יא און וויפיל נישט. ווען ער וואלט לכתחילה געזאגט אז ער רעדט נישט אויפ׳ן טלפון, און אפאר יאר שפעטער לאזט ער נישט קיין טלפון אין שטוב, און דערנאך גייט ער נישט אין א שטוב וואס האט א טלפון, און ווייטער אזער עסט נישט עפעס וואס מ׳האט באשטעלט אויפ׳ן טלפון, וואלט עס געווען א צושטעל צו ocd.

יעצט איז עס נאר אן עקסטרעמע שיטה זיינער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8697
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8156 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:49 pm

כהאב נישט געזאגט ר׳ ישראל האט OCD. כהאב געזאגט אז סאטמארער רב מיט סקווירער רבי און אלע אנדערע רבנים וואס האבן נישט געוואלט רעדן אויפן טעלעפאון האבן געליטן פון א געוויסע Form פון OCD/אבסעסיע. דאס אלעס!

ר׳ ישראל וויל איינפירן א חאניאקישע חסידות. ער איז אבער נישט עקסטערעים מיט דעם ווי סאטמארער רב וואס האט נישט געוואלט רעדן אויפן טעלעפאון.

פארוואס איז סאטמארער רב געפארן מיט א קאר? פארוואס האט ער געהאט עלעקטעריק אין זיין שטוב?

פארוואס פונקט די טעלעפאון איז אסור?

סאיז א הלכה למשה מסיני? א צוואות רבי יהודא החסיד?

סאיז גארנישט! א פשוטע אבסעסיע!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:03 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:50 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, ocd קומט נישט פון fear.






Sent from my LG-K373 using Tapatalk


OCD
איז אין אפאר forms און סקען אויך קומען פון Fear
קוק אריין אין וויקיפידיע. געב מיר איין מינוט איך וועל עס ברענגן דא.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:57 pm

Obsessive-compulsive disorder (OCD) features a pattern of unreasonable thoughts and fears (obsessions) that lead
you to do repetitive behaviors (compulsions). These obsessions and compulsions interfere with daily activities and cause significant distress.


https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... c-20354432

דא האסטו פון Mayo Clinic.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט