רבי שמעון זאב מיללער אב"ד אראד

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

רבי שמעון זאב מיללער אב"ד אראד

שליחה דורך דולה ומשקה »

עס וועט זיין זייער שווער צו באשרייבען דער האי חסיד האי עניו, איינער פון די גאר גרויסע פון דער פריעדיגע דור, וואס אסאך פון די יונגערע ווייסען שוין כמעט נישט צו זאגען פון דעם אדם גדול בענקים, אבער איך וועל נאר אנרירען א קורצע שטריך פון זיין תוכן'דיגע לעבען.

"דער אראדער רב" איז געבוירען געווארען ח' ניסן תרע"ח לפ"ק צו זיין פאטער ר' צבי משה מיללער שו"ב בעיר טארנא, אין צו זיין מוטער הצדיקת מרת אסתר ע"ה, זי איז געבוירען געווארען דורך א ברכה פון רבי מרדכי מנאדבווארע זצ"ל. דער רב האט אליינס דערציילט ביי א געלעגנהייט אז ביי די דרייצען יאר האט ער שוין געלערנט פיר בלאט בבא בתרא אזוי אויך הלכות מקואות יעדע וואך. בשנת תרצ"ח ביי די ניינצען יאר האט ער חתונה געהאט בזוו"ר עם בת רבי משה בריעף שו"ב אילאנדע רומעניא, ביי די קריג האט ער טאקע פארלוירען זוגתו הראשונה מיט פיר זוהן הי"ד.

דער אראדער רב איז נפטר געווארען ד' כי תצא ו' אלול תשמ"ו, מרן הבעל ברך משה וואס האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביי די לוי', האט איהם מספיד געוועהן בדרשתו קודם תקיעת שופר בשנת תשמ"ז לפ"ק.

ביי א געלעגנהייט וועל איך מער באשרייבען תולדות ימי חייו פון נאך דער קריג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר