רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1645 מאל

רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה

שליחה דורך דולה ומשקה »

פאר איינער וואס האט איהם גוט געקענט, געקענט זיין ליבשאפט פאר א צווייטען, זיין רצון צו העלפען און צו וועלען העלפען א צווייטע, שלא על מנת לקבל פרס, מיט אזא עניוות, מיט אזא פשטות, מיט א שמחה מיט א אמת'ע שמחה, מקדים שלום לכל אדם, איה העט ואיה הסופר צו שרייבען פשטות'דיגע ווערטער, מיט וואס א יגיעה מכל מיני יגיעות פאר קינדער, אזא ארגניעלקייט, ווען מ'שמועסט נאר מיט קינדער (היינט האבען זיי שוין אליינס קינדער דעם יארגאנג) וואס האבען געהאט אפילו א מינדסטע שייכות מיט איהם, קען נאך צו געבען א קרעכטס "אונז האבען די צדיקים פון אמאהל, אין די קינדער האבען נישט א' ר' שלמה פעלדמאן ווי אמאהל".

בדידי הוי עובדה געקומען לערנען אין זיין מוסד 'תפארת יונה' הלכות תפילין, געקומען צו פארען א ווייטער וועג מיט א בייק, אבער צוגעשפארט דעם בייק פלעג איך א בלאק אוועק, מורא האבענדיק אויף עינים זרים, א בייק רח"ל?, אמאל איז ר' שלמה פונקט אנגעקומען זעהנדיק ווי איך שפאר אזוי צו דעם בייק, פרעגט ער מיר וואס עפעס אזוי ווייט, כ'בין איהם מסביר מ'טאר נישט קומען צו ישיבה מיט א בייק, כ'האב מורא מ'זאל מיר נישט זעהן וכו', - איך האלטן צוריק די טרערען פון מיינע אויגען דערמאנעדיק - ווי מיט א אויסער געווענטליך רחמנות אין זיינע אויגען, פרעגט ער מיר ווי ווייט איך קום, כ'זאג איהם דער אדרעעסס, זאגט ער מיר ס'דא צוויי ברירות, איינס איך קען דיר אויסצאלען פאר א קארסערוויס אדער קען מען כאפען היטש מיט איינער וואס קומט פון יענע געגענט. איך שטיי אזוי אין טראכט, אבער ער לאזט מיר נישט טראכטען, אונז שפאצירען אינאיינעם דעם בלאק צו "תפארת יונה", און ער גיט מיר א זאג: אויב איינער פרעגט דיר זאג איהם אז צו 'תפארת יונה' קען מען קומען מיט א בייק, א יונגעל וואס קומט צו תפארת יונה אזא יונגעל קען האבען א בייק, ווייל איך קום אויך מיט א בייק". ער ווייסט עס מיר "דאס איז מיין בייק".

ער האט מיר דעמאלס אריינגעגעבען אזוי פיל קאנפעדענץ, מיט אזא פשטות האט ער מיר געגעבען חיזוק וואס א קינד דארף. "תפארת יונה" איז איהם נישט גרינג אנגעקומען, אבער ער האט זיך אסאך אפגעגעבען.

פאר מיין חתונה בין איך ספעציעל געפארען קיין מאונט קיסקט צו מקום מנוחתו צו מתפלל זיין אויף זיין ציון.
ר' שלמה ע"ה מיר וועלען אייך קיינמאהל נישט פארגעסן, אייער טעיפס הערען מיינע קינדער, אזוי ווי פאר פורים הערט מען ר' לייבל וויינשטאק ז"ל.

זכותו יגן עלינו
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר