הרב מאיר כהנא הי"ד,

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

הרב מאיר כהנא הי"ד,

שליחה דורך עוד מישהו »

אסאך האבן געהערט פון אים, די עלטערע געדענקן אים, ווער עס איז אמאל געווען אויף א באזוך אין ארץ ישראל, האט זיכער געזען די גראפיטי "כהנא צדק". עס איז מיר אינטערסאנט צו וואוסן מער איבער דער מענטש.

וואס איך ווייס, ער איז געבוירן אין אמעריקע, געלערנט אין מירער ישיבה אין ניו יארק, און געווען א רב ערגעץ אין ניו יארק. ער אויפגעשטעלט די JDL וואס איז אנערקענט ביי קאנגרעס אלס א טעראר גרופע.

אין די למ"ד יארן איז ער געקומען קיין א"י, ער האט דארט אויפגעשטעלט די כך באוועגונג, וואס נאכן לויפן פארן כנסת עטליכע מאל און פארלירן, האט ער געוואונען אין יאר מ"ד, אבער אין די וואלן פיר יאר נאכדעם האט מען געמאכט זיין פארטיי אומלעגאל.

ער איז אנגענומען אלס אן עקסטרעם רעכטער ראדיקאלע ראסיסט, צו האט דאס א גרונד? וואס איז זיין אידעאלאגיע? וואס האט ער געהאלטן?

אן אראבער האט אים געשאסן י"ח חשון תשנ"א אין מאריאט האטעל אין ניו יארק.

אגב אויף יוטויב זענען דא קליפס פון אים, זיין ענגליש איז זייער א גוטע, זיין עברית איז די אלטע סטייל אבער זייער כאריזמאטיש און א גוטע רעטאריקער, א געלונגענע דעמאגאג.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.

דער אשכול פארמאגט 79 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר