יצחק פראנקפורטער (מו"ל עמי מאגאזין)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גוגל-הדור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:06 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

יצחק פראנקפורטער (מו"ל עמי מאגאזין)

שליחה דורך גוגל-הדור »

יצחק פראנקפורטער, דער אייגנטומער און פאבלישער פון "עמי מאגאזין", האט באקאנט געמאכט זיין נאמען ביים חרדישע אידנטום ביי די סקווירא שריפה פרשה מיט'ן זיך אנעמען פאר'ן סקווירא רבי'ן קעגן אלע אנקלאגעס אז ער טוט שטיצן רציחה ביי זיך אין שטעטל. א רעכטדענקנדע מענטש קען זיך נישט מער ווי וואונדערן צו האט ער דאס נישט געטון מיט א פשוט'ע חשבון צו פארדינען נאך 1000 וועכענטליכע קויפער פאר זיין מעגעזין. בשעת וואס ר' זלמן לייב פילאפ און ר' יצחק לעבאוויטש זענען געווען די איינציגער וואס האבן זיך געוואגט ארויסצוקומען מיט עמטליכע מחאות אויף די פארשוויגענע רציחה, איז אבער נישט געווען קיינער וואס זאל זיך האבן גענוק ווייניג מאראלישע געפילן ארויסצוקומען צו באשיצן דעם סקווירא רבי'ן שיזכה לחיים ימים טובים ארוכים.

די געווענליכע טענה פון ר' יצחק פראקפורטער איז אז גאנץ אידישקייט איז אונטער אטאקע, און אזוי האט ער אויך גע'טענה'ט דאן. ס'איז נישט קיין וואונדער אז ער נוצט אט דער דאזיגע נוסח, ער זעט דאס איבעראל! דו וואונדער איז מער אז דערנאך וואס ער ווערט אויפגעוויזן צו זיין א ליגנער בפני קהל ועדה איז ער נאך אלץ ממשיך בדרכו אן באמערקן אז אפשר פארלאנגט זיך ער זאל מער מעסטן וואס ער רעדט.

יעצט ביי די וועבערמאן פרשה שטעלט זיך ווידער יצחק פראקפורטער ארויס מיט דעם פרעכן געמיינהייט צו טענה'ן אז די חרדי'שע געזעלשאפט טוט באהאנדלען די נושא פון געשלעכטליכע פארגוואלטונג אויף די בעסטע אופן מעגליך און אז דאס איז אלץ נאר אן איבערשפיל פון פרשת דרייפוס.

נאט אייך דא אן אינטרעסאנטן אימעיל שמועס וואס איינער א "ראביי בראונשטיין" האט געפירט מיט יצחק פראנקפורטער.

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר