היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך מורינו הרב » מיטוואך מערץ 19, 2014 7:33 pm

דער חילוק איז, אז אמאל האט מען גערעדט צו אנ"ש - אייגענע מענטשן, פריוואט אין בית-המדרש, מען האט נישט גערעדט פאר די גאס. אויסער די מענטשן פון די אייגענע חסידות און נאך אפאר מענטשן וואס האבן אריינגעשטעקט א נאז און געווען נייגעריג, האט קיינער נישט געדארפט וויסן דערפון. נו, צווישן היימישע רעדט מען אנדערש. היינט איז אן אפענע וועלט, אלעס ווערט מען געוואויער אין סקונדן, פאר די גאס רעדט מען אנדערש.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מיטוואך מערץ 19, 2014 7:36 pm

מ גפני האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אוי איז אנדערע צייטן היינט.

שטעלטס ענק פאר ווען איינע פון די אחים האדמו"רים וואס קריגן זיך היינט צוטאגס וואלטן אזוי גערעדט אויף א ברודער זייערער, ווי עס וואלט זיך איבערגעקערט א וועלט.

נישט לאנג צוריק האט א ברודער געזאגט אין א דרשה, הצילני נא מיד אחי מיד עשיו, מיט די כוונה איבער רשעי ישראל, אבער וויבאלד ער האט גערעדט וועגן זיין ברודער אין יענע דרשה, האבן מאנכע עס נישט ריכטיג אויסגעטייטשט.

דא רעדט א רבי אפן און גראב קעגן זיין ברודער, אן קיין שום דיפלאמאטיע.

אוי מי יתנני ירחי קדם

אויף די "פלניא גזלנא" דרשה האסטו אויך עפעס א באבע תירוץ אז "מאנכע האבן עס נישט ריכטיג אויסגעטייטשט"? דארט האט ער אויך אפן און גראב גערעדט קעגן זיין ברודער, אן קיין שום דיפלאמאטיע

פלניא גזלנא איז דער אופן מחאה וואס דארף געמאכט ווערן על פי הלכה, אויב וויל מען גיין צו דין תורה און דער גזלן זאל נישט קענען טענה'ן חזקה.

די דרשה איז געזאגט געווארן בהוראת ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל, און עס איז נישט געזאגט געווארן אין ביהמ"ד פאר אלע חסידים. עס איז געזאגט געווארן ברבים, ווייל א מחאה דארף זיין ברבים
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מיטוואך מערץ 19, 2014 7:37 pm

איז מעגליך צוריקצודרייען דעם אשכול צום נושא, אדער איינמאל עס איז אריין אויף די רעלסן איז עס שוין א פארפלאנטעטע מעשה?
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מיטוואך מערץ 19, 2014 7:47 pm

יא גערעכט, מען דארף אפטיילן די נושאים
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

מען דארף באהאלטען

הודעהדורך טיטאניק » מיטוואך מערץ 19, 2014 8:05 pm

אמאליגע נוסח:
מען דארף באהאלטען א ספאדיק א אלטען בחדרי חדרים זייער טיעף אז עס זאל זיין א ווינדער פאר אינזערע קינדער ווי אזוי עס איז געגאנגען א ערליכער איד

היינטיגע נוסח:
מען דארף באהאלטען "די וויזניצע צעטלעך און תורות" בחדרי חדרים זייער טיעף סזאל זיין א ווינדער פאר אינזערע קינדער ווי עס האט זיך אויפגעפירט א ערליכער איד!
יא ר' ישראלטשע פון וויזניץ איז א ערליכער איד , א איש צדיק תמים היה, אפילו אויב וואלט ער געווען בדורו של הבעש"ט, א איד מיט די מדרגות נשגבות גבוהות זענען למעלה מהשגות אנוש, נישט צי משיג זיין, אשרינו אז אין אינזער וואטסעפ-דור פארמאגען מיר נאך א פארצייטישע איד כדוגמתו
א איד וואס יעדער איד זאל זען אריינציכאפען צי געבען די האנט פון דעם צדיק ואיש אמת, א צדיק גדול מאד
מען דארף זיך אפלערענען פון דער איד וואס דאס מיינט זיין א מעביר על מדותיו
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך מערץ 19, 2014 9:52 pm

מורינו הרב האט געשריבן:דער חילוק איז, אז אמאל האט מען גערעדט צו אנ"ש - אייגענע מענטשן, פריוואט אין בית-המדרש, מען האט נישט גערעדט פאר די גאס. אויסער די מענטשן פון די אייגענע חסידות און נאך אפאר מענטשן וואס האבן אריינגעשטעקט א נאז און געווען נייגעריג, האט קיינער נישט געדארפט וויסן דערפון. נו, צווישן היימישע רעדט מען אנדערש. היינט איז אן אפענע וועלט, אלעס ווערט מען געוואויער אין סקונדן, פאר די גאס רעדט מען אנדערש.

וואס ווען ווי? ר משה'לה תורה האט בשעתו אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו (די פרומע חלק וועלט) פרעג דיג אביסל נאך ביי די עלטערע. און אזוי אויך אלע הייסע דרשות פון יענע צייטן צו אפילו פן די תש''י-כ-ל יארן איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן. בקיצור מה שהיה הוא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5706
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2603 מאל

הודעהדורך chusid » מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 10:13 pm

איךבין אין קאמפליט שאק,, עס קומט מיר אריין שלעכטע מחשבות אויפן ישועות משה.....איך וואונדער מיך וויאזוי.....קען איינער זיי מוחל אויסקלארן?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 10:26 pm

טיטאניק האט געשריבן:אמאליגע נוסח:
מען דארף באהאלטען א ספאדיק א אלטען בחדרי חדרים זייער טיעף אז עס זאל זיין א ווינדער פאר אינזערע קינדער ווי אזוי עס איז געגאנגען א ערליכער איד

היינטיגע נוסח:
מען דארף באהאלטען "די וויזניצע צעטלעך און תורות" בחדרי חדרים זייער טיעף סזאל זיין א ווינדער פאר אינזערע קינדער ווי עס האט זיך אויפגעפירט א ערליכער איד!
יא ר' ישראלטשע פון וויזניץ איז א ערליכער איד , א איש צדיק תמים היה, אפילו אויב וואלט ער געווען בדורו של הבעש"ט, א איד מיט די מדרגות נשגבות גבוהות זענען למעלה מהשגות אנוש, נישט צי משיג זיין, אשרינו אז אין אינזער וואטסעפ-דור פארמאגען מיר נאך א פארצייטישע איד כדוגמתו
א איד וואס יעדער איד זאל זען אריינציכאפען צי געבען די האנט פון דעם צדיק ואיש אמת, א צדיק גדול מאד
מען דארף זיך אפלערענען פון דער איד וואס דאס מיינט זיין א מעביר על מדותיו

איי עגרי 100 פערצענט :like
איך געהער בכלל נישט קיין וויזניץ, אבער מיטהאלטענדיג די השתלשלות איז קלאר אז דער איד א יחיד בדור אין מידות!!! און אפילו ער לאט נישט שרייבען אויף זעך 'כבוד קדושת' איז ער א פאקטישער סך גרעסערער כ"ק אדמו"ר ווי כמעט אלע!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 759
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:50 am

בעל הבית האט געשריבן:געוולדיג צדיק הדור איך קען נישט גלייבען בזמננו איז דא אזעלכע אידן

איך פלעג אמאל אריין גיין צו עם אין זיין קעלער אויף רחוב רש''י עס קענסט ענק נישט פארשטעלן ווי אזוי די מצב האט דארט אויס געזען זיידל איז א מלך לגבי עם

בעה"ב: איך בין מסכים מיט דיר 100%. ער איז היינט דער צדיק הדור שאין דוגמתו. די אלע צרות און רדיפות וואס ער איז אדורעך. און דאך האט ער קיינמאל, אפילו בפליטת הפה נישט ארויסגערעדט א ווארט און נישט געלאזט אנדערע רעדן אויפ'ן טאטן. אפילו נישט בבחינת תרעומת. נאר מקבל געוועין די גזירה באהבה. נאך א מזל אז דער פעטער הרה"צ מ'וויזניץ.-מאנסי האט איהם און זיינע קינדער מקרב געוועין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:55 am

נ.ב.: דעיס איז א תגובה אויף מיין פריערדיגע תגובה:
ווען איך האב געשריבן מיין תגובה איבער דעם מאמר פון בעל הבית, האביך נישט געזעען די תגובה פון שלמה המלך. כאטש ס'איז כמעט די זעלבע ווערטער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:35 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: דעיס איז א תגובה אויף מיין פריערדיגע תגובה:
ווען איך האב געשריבן מיין תגובה איבער דעם מאמר פון בעל הבית, האביך נישט געזעען די תגובה פון שלמה המלך. כאטש ס'איז כמעט די זעלבע ווערטער...!

אבער איך האב נישט געשריבען אז נאך א מזל זיין מאנסיער פעטער האט איהם מקרב געוועהן! ווייל איך טראכט נישט אז אנדעם וואלט ער אנדערש געוועהן!, זיינע נסיונות זענען געוועהן אסאך שטערקער וואס די קירבות פון פעטער האט עס נישט געקענט דעקען!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 759
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

הודעהדורך chusid » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:49 pm

ער האט נישט גערעדט קעגן טאטן ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז הימלדיג... נישט יעדנס מח טאלערירט דאס
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:54 am

שלמה המלך האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: דעיס איז א תגובה אויף מיין פריערדיגע תגובה:
ווען איך האב געשריבן מיין תגובה איבער דעם מאמר פון בעל הבית, האביך נישט געזעען די תגובה פון שלמה המלך. כאטש ס'איז כמעט די זעלבע ווערטער...!

אבער איך האב נישט געשריבען אז נאך א מזל זיין מאנסיער פעטער האט איהם מקרב געוועהן! ווייל איך טראכט נישט אז אנדעם וואלט ער אנדערש געוועהן!, זיינע נסיונות זענען געוועהן אסאך שטערקער וואס די קירבות פון פעטער האט עס נישט געקענט דעקען!

ניין: איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז אן דעים התקרבות פון זיין פעטער וואלט ער נישט געוועין אין די מדרגה. נאר פשוט, אז דאס האט א ביסל פארגרינגערט זיין מצב...! דאס נעמט נישט אוועק פון זיינע מדרגות....!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:49 pm

ריכטיג.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 759
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » פרייטאג אפריל 24, 2015 7:02 pm

בדו"ו היינט ה' אייר איז די 70'סטע געבורטס טאג פונעם רבי'ן שליט"א
בייגעלייגטע פיילס
_ (10).jpg
_ (10).jpg (54.22 KiB) געזען געווארן 2215 מאל
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך חקרן » מאנטאג אפריל 27, 2015 5:32 pm

פאר דעם הייסט ער 'ישראל', ווייל ער איז געבוירן געווארן ה' אייר.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אפריל 27, 2015 5:34 pm

דאס איז א אלטע אלטע ס"ח שקר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5706
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2603 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזני

הודעהדורך chaims » מאנטאג אפריל 27, 2015 6:46 pm

חקרן האט געשריבן:פאר דעם הייסט ער 'ישראל', ווייל ער איז געבוירן געווארן ה' אייר.

יא יא על שם העתיד
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזני

הודעהדורך petergrifin » מאנטאג אפריל 27, 2015 9:14 pm

.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 27, 2015 9:31 pm

חקרן האט געשריבן:פאר דעם הייסט ער 'ישראל', ווייל ער איז געבוירן געווארן ה' אייר.

ס'הייסט ווען די מדינה הטמאה, די מדינה של גהינום וועט בטל ווערן (שטייצעך מתוך רחמים וחסדים) וועט דער יום המר והנמהר פארוואנדלט ווערן אין א יו"ט. און די נטורי חרטא מיט משה בער דר-- בראשם וועלן זיך אנטון קלינע קענדי בעקיטשעס און נייע פאלעסטינער טליתים'לעך...און אפשר אויכעט נעמען א שויער און בראשן די געלע ציין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך מעכל » מיטוואך יוני 24, 2015 6:46 am

נייגעריגער האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:איז אזוי, בקיצור, זיין מאמע (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וועגן איר פערזענליכקייט, ווייל צו וואס רעדן אויף שוכני עפר)האט אים פיינט געהאט אלה יארן, ווייל ער איז געווען א פרומער, א קנאי, און (אויף די וויזניצער שפראך) א חניואק

אן אנדערע גירסא בנוגע די סיבת השנאה פון מאמע צו קינד: דער מאמע לאה אסתר ע"ה איז געווען די טאכטער פון הה"ק ר' מנחם מענדיל פון דעעש ז"ל, און זי האט זייער שטארק געוואלט אז איהר ערשטע זוהן זאל טראגן איהר טאטע'ס נאמען, אבער למעשה האט מען איהם א נאמען געגעבן נאך הה"ק ר' ישראל'טשע וויזניצער ז"ל, און זי האט דאס קיינמאל מוחל געווען.
אזוי ווייט, אז עס פארציילט זיך א לעגענדע [איך נעם דערויף קיין אחריות - מ'זאל נישט זאגן אז נייגעריגער אליינס האט אזוי פארציילט - אבער אזוי פארציילט מען], אז נאכן ברית ווען מען האט געברענגט דעם רך הנימול צו זיין מוטער האט זי איהם נישט געוואלט אין האנט נעמען, אזוי אז ער איז שיעור נישט אראפגעפאלן!
און לפי דעם איז פארשטענדליך איהר ספעציעלע ליבע צו ר' מענדיל שליט"א וואס האט געטראגן איהר טאטע'ס נאמען.


עס שטימט מישט, רבי ישראל איז געבורען אין ארץ ישראל ו' אייר תש"ה אפאר וואכן איידער די צווייטע וועלטס וג האט זיך גענצליך אפגעשטעלט. די קלארע ידיעה וואס עס האט פאסירט מיט רבי חיים מנחם מענדיל הי"ד מדעעש איז הערשט אנגעקומען צו זיין טאכטער א שטיק צייט שפעטער, האט מעןנישט געקענט א נאמען געבן נאך איהם ווי לאנג מען האט נישט געוואוסט מה עלה בגורלו
מעכל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:46 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך פאפיטעס » זונטאג יולי 05, 2015 3:42 am

איך האב יעצט באגעגנט דעם אשקול דא, אין עס ברענגט מיר אויף גאר אסאך זיכרונות, גוטע ווי פיינליכע, כוועל שרייבן אביסעלע וואס כגעדענק יעצט אויפן מאמענט,

ר' משה'לע וויזנעצער איז געווען א געוואלדיגן בעל יסירים וואס האט זיך אנגעמוטשעט כל ימיו מיט כל ערליי צרות ה"י, סיי מיט געזונט, פאליטיק, אין שלום בית, אדער ווי זיין ברודער דער צדיק הדור ר' מאטעלע שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדריקט בלשון קדשו : "דער ברודער האט נאכנישט געהאט א גוטן טאג אין זיין לעבן!! " , איז אונז קעמער טאקע נישט פארשטיין וואס עס האט גענימען פאר א טאטע זיך אזוי אויפציפירן צו זיין אייגן בלוט און פלייש , אבער אונז קענען זיך אביסעלע משער זיין וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין הארץ, מיט א ווייב א מרשעת וואס האט אים נישט איבערגעלאזט קיין רואיגע סקונדע דורכן טאג, אין מיט גבאים וואס זענען אלע געווען פאליטיש מאטעווירט אין זיכער געמאכט אים אנציפיטערן מיט אלדאס שלעכטס אויף זיין זוהן, אין ווען עס איז געקומען צו טאג טעגליכע ענינים איז עס געפירט געווארן מיט א שרעקליכן פוילקייט, עפעס פונקט ווען ר' ישראל אדער איינער פון זיינע מקורבים האט פראבירט אריינציגיין בהיכל קדשו זענען זיי פלוצלינג געווען פריש און אויף.... , ווי אויך האט ער פארמאגט א טעראריסט פאר א ברודער וד"ל (סאיז שוין דא אן אשקול דערפאר אין צימעס, ואין כן מקומו) אין ער האט בעצם אנגעפירט מיטן קאמפף,

פון די אנדערע זייט איז ר' ישראל א בעל מידות וואס סאיז ממש נישט פארהאן!, זיינע גרעסטע שונאים וואס האבן אים גערוידעפט אויף א שרעקליכן פארנעם זענען יעצט "בעסט באדיס" מיט אים...
ער האט זיך אנגעליטן מיט 18 שרעקליכע יארן אויף קיינעם געזאגט וואס א נארמאלע באזעסענע מענטש וואלט זיך גענימען דאס לעבן נאך אינעם צווייטן יאר ה"י
ווי ער איז נאר געגאנגן האט מען אים פארשיקט מיט בושות וחרפות, יעדער וואס האט זיך נאר געדרייט אין זיין געגענווארט האט מען טערעראזירט, ער פלעגט שלאפן גאנצעטע חדשים אויפן באנק אין ב"מ , וכו' וכו'...

איך האב א קרוב וואס איז געווען אן עלטערע בחור ל"ע אין ער האט געטראפן אן אפענעם אויער ביי ר' ישראל, אין ער האט ממש נישט געהאט וואס צו פארלירן, אין ער פלעגט זיך אסאך דרייען ביי אים, אין ער פלעגט אייביג זיין דער צענטער צום מנין, אין ר' ישראל וואס איז אליין געווען אינעם נידריגסטן מצב פלעגט אים אייביג געבן חיזוק, אין דער האט זיך ממש געהאלטן ביים לעבן פון אים,
אפאר יאר שפעטער איז שוין יענער געווען ליידער זייער ווייט פון יודישקייט אין ער איז פונקט געווען אין א"י אין ער האט נאכגעהערט אז ר' ישראל איז שוין צוריק אין ער פירט שוין א מעכטיגע רביסטעווע מאשין, אין ער האט באשלאסן צו גיין כאפן א בליק אויף אים שבת ביינאכט ביים טיש, אריינקומענדיג האט ר' ישראל פונקט געווארפן א בליק אויפן טיר , אין האט באמערקט א קענטליך פנים, ער האט אים געשיקט ריפען, אין נאכן זיך אידענטעפיצירן צו אים האט ר' ישראל אין פארנט פונעם גאנצן ציבור אים אנגעכאפט אין ארומגעהאלדזט אין געקישט אין שטערן, אין סאמע מיטן פונעם טיש מיט טויזענטע חסידים וואס קוקען זיך צו צום העכסט מאדנע ספעקטאל!!
עס האט זיך נישט דארט געענדיגט.... יענעם שבת איז ער שוין געזיצן אויפן אויבן אן, אין ר' ישראל האט זיכערגעמאכט אז ער באקומט געניג און נאך עסן... (וואס איז אן עקסטעקן נושא פאר זיך...) אין מוצאי שבת האט ער אים נישט אוועקגעלאזט פאר ער האט אים באשוואוירן אז ער גייט האלטן קשר מיט אים!
פרעג איך אייך, איז דא איין רבי אויפן כדיר הארץ וואס וואלט זיך אזוי איבערגעגעבן פאר א צווייטן???...
אין דאס איז נאר איין עפיזאד, סאיז דא נאך צענדליגע מעשיות!

עס איז געווען פאר צוויי יאר צוריק ווען ער האט אריינגעריפן איינער פון די גרויסע העצערס אין די "גוטע" יארן, אין ער בעט אים נישט מער אין נישט ווייניגער "בעט מיך איבער... " יענער האט אים אנגעקוקט מיט צוויי גרויסע אויגן, אבער... ער האט אים איבערגעבעטן אין ר' ישראל האט אים געזאגט דריי מאל מחל לך, יענער האט נישט געקענט איינהאלטן זיין גרויס ווינדער אין ער האט אים געפרעגט דערויף, זאגט ער אים אז איך האב מיך איבערגעטראכט ווער עס האט אים אלץ געטשעפעט אין די אלע יארן, אין ער האט באזיך אין הארץ מוחל געווען יעדעם, ווען סגעקומען צו דיין נאמען האב איך עפעס נישט געקענט דיר מוחל זיין בלב שלום, האב איך דיר געבעטן זאלסט מיר איבערבעטן וועט עס האבן א שטערקערן אפעקט אויף מיר אין כוועל דיר קענען מוחל זיין, א מדריגה פון א יוד וואס סאיז ממש נישט מסיג צו זיין!!!

עס איז דא א וויזניץ מאנסי יונגערמאן וואס הייסט ר' משה גאלדמאן אין ער געבט זיך אוועק תמיד פאר אנדערע, איינער פון זיינע חשובע פראיעקטן איז אז ער שטעלט צו אין א צימער אין די גרויסע בית מדרש אין מאנסי צו עסן יעדן טאג פרישטאג, לאנטש, סאפער, פאר ווער עס ברויך, (די פרישטאגס זענען ממש א ישיעה פאר פולע יודן וואס וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען צו עסן נארמאל),
פאריאר איז געווען אין א"י אין ער האט זיך געשטעלט אין די ליניע פאר א קוויטל ביי ר' ישראל, אינמיטן איז ר' ישראל ארויס פון צימער פאר א רגע, אין ער האט אים באמערקט, אין ער האט זיך מוראדיג דערפרייט, ער האט אנגעהויבן שמועסען מיט אים נאך אין ווארט צימער, ביז ער האט אים אנגעכאפט ביים ארעם אין ארויס אויפן גאס שפאצירן מיט אים, אנזאגנדיג אז ער דארף נישט קיין באגלייטונג פון גבאים, אזוי האט ער שפאצירט אויף די גאסן פון בני ברק פאר צוויי שעה!, צוריקקומענדיג האבן די גבאים געפרעגט מיט תערומות היתכן ער האט אויפגעהאלטן אזא גרויסן ציבור פאר צוויי קאליכיגע שעה, האט ער זיי געפרעגט,
ווער פון די פולע יודן דא האבן מיר זאט געמאכט פאר אפאר יאר אין א צו??, אזויפיל הכרות הטוב מעג איך נאך האבן פאר אים!!....
ווען איך האב געהערט די מעשה בין איך געווען ממש געלעמט!...
איך האב פראבירט אויסצידימיענען פון אלע שיינע פנימער אין די וועכענטליכע אויסגאבעס וואס וואלט געטון אזאנס... , אין כהאב נישט געטראפן, די ווייטסטע וואס כהאב נאר געקענט טראכטן איז אז דער פלוני רעווילע וואלט אים אפשר איינגעלאדענט אויך דאטשע ווען ער גייט זיך פאשענען זאל ער האבן קאמפעני, אדער וואלט ער פארברענגט מיט אים פאר מקסימום א האלבן שעה בסוד שיח על הקודש פנימה,

אלענפאלס, איך האב יעצט געשריבן וואס סאיז מיר געליגן אויפן געדאנק יעצט, אפשר וועל איך נאך אמאל צוריקקומען צו דעם.
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך ראוונע » זונטאג יולי 05, 2015 12:38 pm

סאיז קלאר אז כבוד קדושת רבי ישראל פון וויזניץ שליט״א איז דער צדיק הדור אין דער גרעסטער בדורינו (איך בין א סאטמארער בעצם) אין אי״ה נעקסטע מאל ער איז אין אמעריקע וועל איך פראבירען אריינצוגיין מיט א קוויטעל צו אים
לויט ווי איל האב געהערט האט ער נישט נאר נישט געלאזט רעדן אויפען טאטען די אלע יארען נאר אפילו אויף די מאמע האט ער נישט געלאזט רעדן
איך בין נישט משיג אזא גדלות
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יולי 05, 2015 12:41 pm

ס'דא א רבי אויף 48 קרוב צו 13 וואס איז גרעסער.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8512 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » זונטאג יולי 05, 2015 12:59 pm

איך האב געלערנט אין ארץ ישראל אין די שווערע הייסע צייטן פון וויזניץ. (דרך אגב איך האב שוין אהנגעגרייט א לענגערע ארטיקל פו השלתשלות הענינים ווי ווייט איך ווייס אויף דעם נושא למען יעמדו ימים רבין אז אזא מעשה האט אין ווירקליכקייט פאסירט- נאכן ענדיגן שרייבן מפני כבודו פון די טאטע רבי משה'לע ז"ל האב איך גונז געווען דעם ארטיקל). עס איז צום באוואונדערונג דער התנהגות פון רבי ישראל און די ליידן וואס ער האט מיטגעמאכט אויף שריט און טריט, ובכל זאת איז ער געווען א שומע חרפתו ואינו משיב.

איך האב עטליכע מאל געגעסן ביי אים שבת. פון איין זיין האט ער געדאוונט אין א מקלט אויף רחוב רש"י, ווי ער האט קוים געהאט מנין. ער פלעגט ארויס שיקן זיין יצחק ישעיה צו גיין שלעפן מנין ערב שבת ביי מנחה, ער האט נישט געקענט ווארטן ווייל אין וויזניץ דאוונט מען פאר די שקיעה. ער האט אהנגעהויבן הודו מיט ווייניגער ווי זעקס מענטשן. דער קאך וואס ער האט דארט געהאט ביי הודו ממש די ווענט האבן מיט געזאגט הודו.

ער האט געפירט א באטע נאך די סעודה אין זיין מקלט, עס האט זיך געקענט אויסזעהן ווי עס האלטן מיט טוזנטער זיין באטע ווען למעשה זענען דארט געווען פיר פינף בחורים פון די ישיבות איןד די געגנט.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1323 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: דעת, הוגה און 3 געסט