רבי נפתלי צבי שמערלער, ראש ישיבת חיים עולם - כ"ה סיון

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

רבי נפתלי צבי שמערלער, ראש ישיבת חיים עולם - כ"ה סיון

שליחה דורך דולה ומשקה »

רבי נפתלי צבי שמערלער זצ"ל אדער ווין מ'האט אריהם גערופען בשעתו א' הערש'עלע שמערלער, האט סוף ימיו געוואוינט אין ירושלים עיר הקודש, ווי ער האט געדינט אלס ראש ישיבה בישיבת חיי עולם, אזוי אויך איז ער געוועהן א חבר אין דער ביד"צ פון דער עדה החרדית אין שפיץ פון דער דעמאלס דיגע ירושלים'ער רב רבי יוסף צבי דושינסקי זצ"ל.

רבי הירשעלע איז געבוירען געוורען ז' ניסן שנת תרמ"ח צו זיין פאטער רבי אפרים מרדכי זצ"ל אין שטאט מאניסטריטש. ער איז געווארען א איידעם פון רבי יעקב מאיר בלייך מחשובי חסידי הוסיאטין.

בשנת תרצ"ח איז ער אנטלאפען פון זיין היים-שטאט עיר הבירה וויען, אין אנגעקומען קיין ארץ ישראל ווי ער האט זיך באזעצט אין תל אביב, נישט לאנג נאכדעם האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין ירושלים, ווי ער איז געווארען אויף גענומען אלס ראש ישיבה פון "חיים עולם", דארט האט פארגעזאגט יעדען טאג עטליכע שיעורים אין פארשידענע מקצועות הש"ס, גפת, שו"ע והוראה, אזוי אויך בעניני עבדות ה' ועבודת התפלה. ערב שבת פלעגט ער פארלערנען ארחות חיים ודרכי יראה פון חסידישע ספרים.

עס דערציילט רבי אליעזר ראבינאוויטש אז שחרית פלעגט ער דאווענען מיט דער באיאן מנין, גלייך נאך דאווענען האט ער זיך שוין געיאגט אנהייבען צו געבען זיינע שיעורים, פרישטיק האט ער ערשט געגעסן בשעות הצהריים.

דער גור'ע רבי, רבי אברהם מרדכי אלתר זצ"ל בעל 'אמרי אמת' האט געשיקט זיין בן זקונים דער 'פני מנחם' לערנען ביי איהם. אזוי האט פלעגט ער שיקען משלוח מנות, און ווען רבי הערשעלע שמערלער איז אריין געקומען צו איהם האט ער זיך אויף געשטעלט.

נאך א שטיקל צייט איז ער געווארען אויפגענומען לחבר הבד"ץ דעדה החרדית, אויף דער פארלאנג פון הגרי"ץ דושינסקי, וואס האט איהם נאך געקענט פון פריער, אז רבי הערשעלע האט זייער פונקטליך ארויס דער מסורה לפי פסקיו פון דער חתם סופר זי"ע.

ער איז געוועהן דער ערשטע אדרעסס פאר מסדר זיין א היתר מאה רבנים, ווען דער טעפליקער גאון איז שוואך געווארען האט ער געשיקט זיינע שואלים ושאלות צו הרב שמערלער, זייער ידידות איז געוועהן זייער שטארק, זיי פלעגן יעדען טאג זיי אינאיינעם פאר צוויי שעה. לפלא איז זייער פטירה געריקט מיט מיט בלויז דריי טאג, אין ליגען טאקע איינע לעבען דער אנדערע, הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.

נלב"ע כ"ה סיון תש"ח לפ"ק

פארזעצונג אי"ה
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר