הרב יואל ראטה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הרב יואל ראטה

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:16 am

רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4332 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך אךשמח » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:27 am

איך פארשטיי אז האסט נישט דווקא געוואלט ברענגען דעם קליפ, נאר ווילסט בכלליות ארומרעדן איבער דעם מענטש און זיין מהלך.

איך בין גרייט און ווארט צו הערן דיין אפהאנדלונג.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך קארל » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:33 am

אין די לעצטע יארן איז באקאנט געווארן דאס וואס קען גערופן ווערן די "ר' יואל ראטה פענאמענאן". אן ענערגישער יונגערמאן האט אויף זיך גענומען די מיסיע אריינצוברענגען צווישן חרדי'שע און חסיד'ישע אידן מושגים וועלכע זענען ממש נישט געווען בנמצא. ער האט זיך פאר דעם אנגעליטן פון פאשקעווילן, גאסן-פראטעסטן, און טעגליכע שיקאנירונגען. אבער ער איז ווייטער אנגעגאנגען, און האט מקיים געווען דעם וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, עפענענדיג אייגענע מוסדות, א חדר און א ישיבה.
הרב ראטה'ס חידוש איז אריינברענגען די מושגים פון ברסלב ביי חסידישע יוגנטליכע, און זיי דערהייבן מיט "רעדן צום אויבערשטן".
פילע בחורים וועלכע זענען נעבעך ערצויגן געווארן אין א וויליאמסבורג פון פאליטיק און מחלוקת, פון א פאקוס אויף "פרעס טראקס" און אנדערע קליין-קעפיגע ענינים, ווערן ממש נתרומם הערנדיג איבער אזא באגריף ווי דעם "אויבערשטער" - א זאך וואס זיי האבן קיינמאל נישט געטראכט אז עס האט א שייכות מיט זיי.
הרב ראטה צייכנט זיך אויך אויס מיט'ן מחבר זיין ווארימהארציגע לידער, בעיקר איבער קירבת ה'
בעת וואס צו מיר פערזענליך אפעלירן נישט די סארט ניגונים, מיט אומארטיסטישע ליריקס און קינדערישע ווערטער, צינדט עס דאך אונטער די הערצער פון אזויפיל קינדער, וועמענ'ס פוסטן חינוך וואלט זיי געשיקט אין תהום אריין.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:34 am

אךשמח, קארל האט מיך אויסגעכאפט! איצטער קען איך נאר קומען כיידל ועוד לקרא צו קארל, און זאגן :like :like :like
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4332 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך קרעמער1 » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:01 pm

איך בין מסכים מיט קארל אויף 101 פראצענט. און כ'האב אפי' ארויסגעברענגט מיין גלייכעניש מיט א דרוק אויפן אגודל אלס באווייז אז איך האב געגליכן זיין הודעה..

איך האלט שטארק פון ר' יואל'ן. און איך ווייס קלאר פון עטליכע בחורים וואס ער האט ממש געראטעוועט זייער עתיד. נאר איין קליינע טענה האב איך אויף ר' יואל'ן, אז ער לאזט נישט די קינדערלעך ווערן ערוואקסן. נאכן זיין אביסל אין קינדערגארטן - וואס פעלט זיך אבסעלוט אויס, וואו מען האט שוין דערמאנט- דארף מען זיי דערהייבן צו א העכערן שטאפל פון אן עדאלט נישט בלייבן קליינקעפיג און קינדעריש א גאנץ לעבן.

ודי בזה.
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:07 pm

קרעמער1 האט געשריבן:נאר איין קליינע טענה האב איך אויף ר' יואל'ן, אז ער לאזט נישט די קינדערלעך ווערן ערוואקסן. נאכן זיין אביסל אין קינדערגארטן - וואס פעלט זיך אבסעלוט אויס, וואו מען האט שוין דערמאנט- דארף מען זיי דערהייבן צו א העכערן שטאפל פון אן עדאלט נישט בלייבן קליינקעפיג און קינדעריש א גאנץ לעבן.

ודי בזה.


אין א געוויסן זין איז דאס געווען שיטת ברסלב, וד"ל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4332 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:07 pm

ער טוט טאקע אסאך אויף, אבער לדעתי דאס רעדן פאר בחורים אזוי אפן און גראב פון דברים שהצניעות יפה להם (מען קען הערן א דוגמא אינעם אויבנדערמאנטן קליפ באמצע הדרשה) איז א זאך וואס מאכט מיך נישט אזוי שטארק ארויפקוקן אויף אים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:11 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:ער טוט טאקע אסאך אויף, אבער לדעתי דאס רעדן פאר בחורים אזוי אפן און גראב פון דברים שהצניעות יפה להם (מען קען הערן א דוגמא אינעם אויבנדערמאנטן קליפ באמצע הדרשה) איז א זאך וואס מאכט מיך נישט אזוי שטארק ארויפקוקן אויף אים.

גם זה היה שיטת ברסלב, און אזוי פירט מען זיך אויך אין גור (כאטש אין גור טוט מען דאס ביחידות, 101, און נישט ברבים, וועלכע איז נאך ערגער לויט טייל דעות...)
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4332 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך קארל » דינסטאג מערץ 27, 2012 3:58 pm

קרעמער1 האט געשריבן:איך בין מסכים מיט קארל אויף 101 פראצענט. און כ'האב אפי' ארויסגעברענגט מיין גלייכעניש מיט א דרוק אויפן אגודל אלס באווייז אז איך האב געגליכן זיין הודעה..
איך האלט שטארק פון ר' יואל'ן. און איך ווייס קלאר פון עטליכע בחורים וואס ער האט ממש געראטעוועט זייער עתיד. נאר איין קליינע טענה האב איך אויף ר' יואל'ן, אז ער לאזט נישט די קינדערלעך ווערן ערוואקסן. נאכן זיין אביסל אין קינדערגארטן - וואס פעלט זיך אבסעלוט אויס, וואו מען האט שוין דערמאנט- דארף מען זיי דערהייבן צו א העכערן שטאפל פון אן עדאלט נישט בלייבן קליינקעפיג און קינדעריש א גאנץ לעבן.

איך דארף צולייגן צו דעם וואס איך האב פריער געשריבן אז איך קוק אן ר' יואל'ן שטארק פאזיטיוו דווקא פון א סאציאלן שטאנדפונקט, אז למעשה גיט ער אריין א חשק און פלאם פאר טייערע בחורים וועלכע וואלטן אנדערש פארפאלן געווארן, און אז ער לאזט זיך נישט פון די וועלכע רודפ'ן אים. פון א אידישליכן שטאנדפונקט זע איך נישט קיין שום ווערט אין "זאגן" משניות, לויפן אין מקוה, וכו'; עס מאכט נאר קלענער די אזוי-אויך קליינע מוחות פון טייל היינטיגע בחורימ'לעך.
נאך א נקודה, אין דער הייסער תקופה ווען ער איז אויסגעשטאנען אומגעהויערע רדיפות, האט ער געהאלטן היבש העצערישע דרשות וועלכע האבן בכלל נישט געפאסט פאר אן ערוואקסענעם מענטש, און אוודאי נישט פאר א פערזענליכקייט וועלכער דארף זיין א "ראל מאדעל" פאר זיינע תלמידים. צום ביישפיל, אין א פאל נאכדעם וואס א טאטע איז געקומען (דוכט זיך מיט פאליציי) ארויסנעמען מיט צוואנג זיין זון וועלכער האט געלערנט קעגן זיין רצון ביי ר' יואל אין ישיבה, האט ר' יואל געהאלט א דרשת חיזוק פאר די בחורים אז מ'זאל זיך נישט דערשרעקן פון די וועלכע פירן מערכות, און בתוך הדברים האט ער חוזק געמאכט פון דעם פיזישן אויסזען פון דעם טאטן.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך טעלעפאן » מיטוואך מערץ 28, 2012 2:20 am

גם אני מצטרף להנ״ל... כ׳האב געזעהן דעם קליפ און ער איז מיר היבש געפאלן מיט זיין השקפה אבער 1. פון וואו נעמט ער דאס ״זאגן משניות״? ס׳איז לכאורה פונקט אזוי עקסטרעם און קינדיש ווי דאס וואס ער אליין מאכט אוועק.... 2. פארוואס גייט אלעס צו מיט אזא קינדישקייט? 3. נו וואס זאל מען ״יא״ טון? מואוויס איז ער עד חרמה אבער אין נגינה קוקט אויס ווי ס׳נישטא קיין גרעניצן. (לדוגמא דער דייטשער גוי׳אישער ניגון ״אידן״ וואס מ׳זינגט ביים שבתון. אפגעזעהן מיין פערזענליכער מיינונג, וואו זענען זיינע גדרים?)
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:09 am

איר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגן טייערע אידן - אבער הרב ראטה, כבודו במקומו מונח, האט אפגעטרעטן פון זיין אייגענער מסורה, און די מסורה פון זיינע תלמידים. ער לערנט מיט זיי זאכן וועלכע מען האט ביי אונז גענצליך מרחק געווען, און פארקויפט דברים סגוליים איבער זאגן גמרא מיט זוהר מיט משניות וכו' וכו'. עס מוז אויך דערמאנט ווערן דאס וואס ער האט געהאט (און האט אפשר נאך היינט) תלמידים וועלכע האבן דארטן געלערנט קעגן דעם רצון פון זייערע עלטערן, און הרב ראטה האט זיי געמוטיגט נישט צו פאלגן זייערע עלטערן. ער האט געהאלטן לאנגע העצערישע רעדעס איבער דעם אז קינדער דארפן נישט פאלגן די עלטערן, און אז עלטערן זענען "שוטים" ווען עס קומט צו די אייגענע קינדער.
אפילו אויב מ'זאל אננעמען אז ער האט אויפגעראכטן עטליכע תלמידים, דארף מען קוקן אויפ'ן ברייטן בילד, און זען וויפיל צער און עגמ"נ עס איז געשאפן געווארן דורך זיינע טעטיגקייטן.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 28, 2012 1:38 pm

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:עס מוז אויך דערמאנט ווערן דאס וואס ער האט געהאט (און האט אפשר נאך היינט) תלמידים וועלכע האבן דארטן געלערנט קעגן דעם רצון פון זייערע עלטערן...

אי משום הא לאו ראי', אין אסאך חסידישע הויפן האבן זיך צוגעכאפט קינדער פונם צד שכנגד אדער פון מתנגדים, די זעלבע זאך געשעט כסדר ביי די בעל תשובה מאוומענט, טאמער איז א בחור 18 יאר אלט אדער אפשר אפילו יונגער מעג ער גיין זוכן עפעס מער ווי מ'האט עם געגעבן אינדערהיים, און אפילו אז הרב ראטה וואלט זיי אוועקגעשיקט גלייב איך אז געוויסע וואלטן אהיים אדער צוריק אין ישיבה נישט געגאנגען.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7496 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך מערץ 28, 2012 4:15 pm

די געדאנק פון יואל ראטה, צו מאכן א ישיבה נישט גענוי לויט די סיסטעם און זיין אביסל קריעיטיוו איז גאר א געוואגטע און פאזיטיווע זאך, א שאד נאר אז שכל, קענטעניס, און געוואגטקייט שטייען נישט איין ביים זעלבן מענטש. אנשטאט געוואגטקייט און מאכן א ישיבה ווי עס דארף צו זיין מאכט ער זיי פאר פערדן, יא, פריייליכע פערדן, אבער פארט פערדן.
איר קענט די בא'טעמט'טע יונגעלייט מיטן בא'חן'טן סלאגאן "איר ווילט אפשר א קונטרס? איר האט אפשר צדקה? " וואס טיילן אויס די געפינטלטע קונטרס קדושת הברית חלק יח, זיי זענען די ראול-מאדעל פאר הרב ראטה?
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4179 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך מערץ 28, 2012 4:42 pm

איז אזוי דא, ר' חיים נחום גיט צו פארשטיין אז הרב יואל ראטה (י"ג רוטה) רירט זיך אוועק פון די מסורה זיז כ"ש, אזוי אויך ר' קאראלייניא איז מסביר אז די מדובר איז די הייליגע מסורה אונזערע פון פרעס טראק, עירוב, בעלז, ערכאות, ארטיסטען, ניקלשבורג וגו' וגו', קען איינער דא געבן צו פארשטיין אין וואס קריגען זיך די ת"ק מיט די חכמים ? ס'דא א קליינע משמעות פון א דיוק בדברי ר' ח"ן הנ"ל אז דאס בעצם באדערט אים, אוועק גיין פון אזא אנגטרעטענע מסורה המקובל לנו, אבער ס'נישט מסתבר אז דאס מיינט ער.

ועוי"ל, מר אמר חדא ומתוק אמר חדא ולא פליגי.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1218 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך שרגא » מיטוואך מערץ 28, 2012 6:34 pm

קופערניקוס האט געשריבן:די געדאנק פון יואל ראטה, צו מאכן א ישיבה נישט גענוי לויט די סיסטעם און זיין אביסל קריעיטיוו איז גאר א געוואגטע און פאזיטיווע זאך, א שאד נאר אז שכל, קענטעניס, און געוואגטקייט שטייען נישט איין ביים זעלבן מענטש. אנשטאט געוואגטקייט און מאכן א ישיבה ווי עס דארף צו זיין מאכט ער זיי פאר פערדן, יא, פריייליכע פערדן, אבער פארט פערדן.
איר קענט די בא'טעמט'טע יונגעלייט מיטן בא'חן'טן סלאגאן "איר ווילט אפשר א קונטרס? איר האט אפשר צדקה? " וואס טיילן אויס די געפינטלטע קונטרס קדושת הברית חלק יח, זיי זענען די ראול-מאדעל פאר הרב ראטה?


אויב ער נעמט בחורים וואס זענען ביים שוועל און ער מאכט זיי בלייבן אידן, געט זיי אריין יראת שמים, אהבת השם און צו קענען שפירן א טעם אין א מצוה, דאס הייסט "מאכט זיי פאר פערדן"?
עס קומט אים קרעדיט פאר'ן זיין געוואגט און טאן וואס ער האלט פעלט אויס אינעם היינטיגן דור. צי עס האט חסרונות אויך? ווי יעדע זאך, מסתמא. פאקטיש זענען אסאך עלטערן זייער אומצופרידן, אפילו מ'קען זיך דינגען אז ענדגילטיג וועלן זיי הנאה האבן צו זען די רעזולטאטן, ווען זיי וועלן עס פארגלייכן מיט דעם שכנ'ס און קרוב'ס בחור, וועלכער האט זיך שטייף געהאלטן נישט חלילה אריינצופאלן אין די "נייע" דרכים.
בכלל, דארפט איר ווען אלע זיין זייער צופרידן מיט אזא מעטש, ווייל עס איז אן ערשטע טריט אין גוטן ריכטונג און ווייזט אז עס איז מעגליך א טויש אינעם סיסטעם, א זאך וואס 20 יאר צוריק וואלט מען אים שוין לאנג מחרים געווען. אבער ניין, וויבאלד דו זעסט א קליפ ווי ער רעדט פון יראת שמים און ברעסלאווע-סטיל ענינים, קרענקט דיך עס שוין און אלע ווערן פערדן. תפסת מרובה לא תפסת.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך אךשמח » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:08 am

איך בין א גאר שטארקער חסיד פון ר' יואל'ן, און וואס ער טוט מיט געוויסע בחורים, אבער וואס זענען עס די שמועות וואס לאזן זיך הערן פון עלטערן וואס זאגן אז זייערע קינדער זענען געווען זייער פיינע בחורים און ר' יואל מיט זיין געשליפן צינגל האט זיי אריינגעכאפט אין זיין ישיבה וואס איז זיכער נישט געאייגנט פאר 'יעדן' בחור?
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:38 am

אך שמח, די שמועות זענען לכאורה פון אידן מחרחרי ריב רח"ל, וואס פארגינען נישט פאר ר' יואל זיין סוקסעס.
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

Re: הרב יואל ראטה

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:59 am

א שאד ער האט אנגעהוקט זיין ישיבה צי ברעסלאוו
נישט אז איך האלט אז סיי וועלכע אנדערע חסידת איז בעסער
אבער ברעסלעוו געט עם א דעמעזשינג אימעזש

אויסער דעם איז ער פיינע נייעס
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1089
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך גדעון » מיטוואך מאי 16, 2012 2:35 pm

אזא קילע ראש ישיבה... א שאד איך האב נישט געלערנט דארט.
בייגעלייגטע פיילס
'cc.jpg
'cc.jpg (74.69 KiB) געזען געווארן 8753 מאל
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 16, 2012 2:38 pm

גדעון האט געשריבן:אזא קילע ראש ישיבה... א שאד איך האב נישט געלערנט דארט.


איי לאוו דהיס גיי. יואלי: כל הכבוד לך :like
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1348 מאל

הודעהדורך קרעקער » מיטוואך מאי 16, 2012 3:36 pm

אוך גלייב אז דע בחור גייט בלייבען א יוד === אפשר נושט מוט ווייסע זאקען אבער א יוד שומר תורה ומצות אין דו דאנק דעפאר קומט פאר ראביי ראטה
אין 3 פין מיין כיתה וואס זענען אפגעפארען גוים גמירים איז אויכ צי פארדאנקען אינזער ראש ישיבה וואס האט זיי אנשטאטס געבען צוויי פינגערס געפראסקעט מיט זיין גאנצע הענט ווי א אכזר
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1089
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך smart » מיטוואך מאי 16, 2012 3:51 pm

מיין פרעזעניכע מיינוג אויף יואל ראטה איז כדלהלן

בעצם זיין שיטה און זיין מהלך איז גאר גאר גוט פאר די סארט בחורים מען קען זאגן במלא מובן המילה אז ער טוטו אויף א געוואלד און ער ראטעוועט זיי פון שאול תחתית!!

נאר וואס דען, ער איז געגאנגען ראנג ווייל אין אנפאנג - ווי איך פארשטיי איז געוען די סיבה וויייל ער האט געדארפט בחורים - האט ער געשלעפט צו זיך גוטע סחורה אויך, און דאס איז געווען אן עולה וויייל ווילאנג די פירסט דיין התנהגות מיט שוואכערע איז לית טב מיניה, אבער ווען די שלפעםסט אריין גוטע (ליין: מאכט קאליע גוטע) דאס איז געווען א גרויסע עוולה און וועגן דעם איז געווען דעמאלטס פאשקעווילן פראטעסטן און נאך זאכען

היינט צוטאגטס ווען ער שלעפט נישט אריין דו גוטע און ער העלפט די שוואכערע איז טאקע אלעס פיין און וואול קיינער טשעפעט אים נישט און טוט וואס ער דארף

אוודאי און וויליאמסבורג איז אייביג דא דעע משוגעים וואס ווי מען קען נאר צאפט מען יענעמס בלוט און וואס יענער טוט איז קיינמאל נישט גוט ברוחניות ובגשמיות = פון דעע חברה רעדט מען נישט מען רעדט פון עמך עולם
א לייק ביטע!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 611
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך משה רוקח » פרייטאג יוני 15, 2012 11:43 am

איך זעה כסדר ווידיאויס פון אים ווי ער זינגט מיט די בחורים מיט אזא ווארימקייט!
די הארץ צוגייט מיר טראכטענדיג וויפיל בחורים וואלטן ווען געקענט געראטעוועט ווערן אויב גייען אלע ראשי ישיבות אויף דעם מהלך!
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך לעמיל » פרייטאג יוני 15, 2012 12:37 pm

משה רוקח האט געשריבן:איך זעה כסדר ווידיאויס פון אים ווי ער זינגט מיט די בחורים מיט אזא ווארימקייט!
די הארץ צוגייט מיר טראכטענדיג וויפיל בחורים וואלטן ווען געקענט געראטעוועט ווערן אויב גייען אלע ראשי ישיבות אויף דעם מהלך!

אין וויפיל בחורים וואלטען קאליע געווארען אויב אלע ראשי ישיבות וואלטען געגאנגען אויף דעם מהלך???
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך משכיל » פרייטאג יוני 15, 2012 12:47 pm

צו רעדען ברבים אפען פון געפילען איז א שעדליכער וועג, עס קען זיין אז עס ברענגט צייטווייליגע תוצאות אבער אין די לאנג ראן האט מען צוגענומען און צושטערט דעם פריוואטען לעבען פונעם מענטש,

ר' שלמה קארלעבאך ז"ל האט גערעט פון חסד און ירושלים און די גאולה, אבער קיינמאל נישט פון די פריוואטע געפילען פונעם מענטש, און ער האט אויך געהיילט נשמות, אין די טויזענטער, דער רב רוט זעהט אויס האט דאס ליעב עס גיט עם א ראאאש פארדעם טוט ער דאס, די לעוועל זיינע איז זייער זייער קינד'יש, ווי שוין געשריבען, און אזוי ווי די בעיביס וועלען אונטערוואקסען וועלען זיי זיך שעמען פאר זיך אליין, ווי ער האט גערעט פון זייער סעקסועלע רייץ מיט אזא ברייטקייט אין פאבליק
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט