איסר האטלקי האט געשריבן:וויפיל מאל האט ער געשריגן אז די רבנים מיינען אז די קאפלס וועלן נישט זוכה זיין צו קינדער אויב די גאס וועט נישט זיין בלאקירט ביים חופה?
אנשטאט מאכן די חופה אויפן דאך פון זיין ישיבה, האט ער גענצליך בלאקירט דעם טראפיק אויף סקילמאן סט. 5'ווע נאכמיטאג, נישט ווי געווענליך 8'טע ביינאכט ווען מענטשן זענען שוין לאנג אינדערהיים.
איך האב חלילה נישט קיין טענות, ער האט חסידים און מעג טון וואס ער וויל, אבער שריי נישט אויף אנדערע רבנים מיט הויז בחורים און עשירים וכו'.
קיינמאל נישט געהערט פון אים לגבי בלאקן גאסן, מסתמא ביזטו זיך טועה מיט אן אשכול דא אין שטיבל, און לגבי פארוואס נישט מאכן אויף זיין דאך איז פארהאן 4 תירוצים, איינס ווייל די טרעפן ארויף זענען שמאל, און די כלה האט א גרעסערן קלייד וואס פיט נישט דורעך, נאך א סיבה, ווייל עס האט נישט קיין שטארקע צוים, און מען קען אראפ פאלן ח״ו, נאך א סיבה, ווייל עס איז זייער שמוציג, און בדרך אפשר קען מען צולייגן וויבאלד עס איז די מנהג צו מאכן די חופה בחצר ביהכ״נ ולא על הגג, ממילא אין לשנות.
עכשיו לענינינו, איך ווייס נישט אויב די גאס איז בפועל געווען פארמאכט, אדער נאר פארמאכט דורעך מענטשן, אבער מען רעדט דא פון א גאס וואס מען קען ניטאמאל פארן דארט אן פארמאכן, און עס איז דא גענוג וועגן ארום, עס איז א שמאלע פוסטע בלאק, ווי אויך גלייב איך נישט אז עס איז געווען פארמאכט מער פון א שעה צוויי, אויב ווילסטו זוכן טענות, טרעף בעסערע.