הרב חיים אמסלם פארשפרעכט אריינצוברענגען א דרכי נועם'דיגע אידישקייט, אזוי ווי עס פלעגט צו זיין די טראדיציע היסטאריש ביי ספרד'ישע אידן. (איך לייג צו: און אויך ביי רוב כלל ישראל, חוץ די לעצטע 150 יאר פון ירושלים'ער עקסטערעמיזם.)
ער וויל אויך צוריקברענגן דעם שטאלץ פון יפה תורה עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכחת עוון.
ער איז גווען א ח"כ מטעם די ספרדישע ש"ס פארטיי, ביז ער האט זיך פורש גווען צוליב מיינונגס-פארשידנהייטן. היינט האט ער אליינס א פארטיי "עם שלם" וועלכע דערמאנט סיי זיין פאמיליע נאמען און ווי אויך זיין אויפגאבע און באגער פון דרכי נועם מיט חילונים און מסורתיים און שלימות העם.
עס איז דא גאר גאר אסאך וואס דן צו זיין איבער דעם מענטש, דער נושא, דער צוגאנג פון די פארטייען/גדולים כלפי איהם און זיינע טשאנסן פון הצלחה. דערווייל וועל איך זיך באגנוגען מיט א פאר אינטערסאנטע לינקס. און בעזרת ה' וועלן מיר דא קענען אדורכשמועסן וויפיהל די ענינים קענען אויך אונז נוגע זיין.
- זיין בייא אויף וויקי.
- גאר הערליכע ווידעא פון דרשה דורך הרב אמסלם הנרדף דאס איז א "מאסט היער" פאר די וועלכע פארשטייען לשון הקודש.
- א הערליכע גרויסע קונטרס בענין גדול הנהנה מיגיע כפו נתחבר גווארן דורך הרב אמסלם, איבער די וויכטיגקייט פון משלב זיין ארבעטן פאר פרנסה צוזאמען מיט לערנען תורה הקדושה, קען מען דא דאונלאודן. טעמו וראו כי טוב.
הרב חיים אמסלם
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל
דער אשכול פארמאגט 19 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן