שפירא איז אין זיין
פרישן מאמר דן איבער דעם פסוק אין קהלת (ב,ח) "עשיתי לי שרים ושרות". וואס איז פשוט טייטש: דו האסט געמאכט פאר מיר זינגערס און זינגערינס. אין
לעצטן מאמר האט שפירא צוגעברענגט פארשידענע שיטות וויאזוי אפצולערנען דעם פסוק, און וויאזוי טראדיציאנעלע מפרשים האבן זיך געספראוועט מיט דעם פראבלעם פון קול באשה. יעצט ברענגט ער צו אן אינטערעסאנטן פירוש פון קהלת רבתי אויף די ווייטערדיגע ווערטער אין דעם זעלבן פסוק "שידה ושידות". דער מדרש טייטשט דאס: "שדה ושדות: דיינים זכרים ודיינות נקבות."
שפירא גייט אריין אין אן אינטערסאנטן שמועס איבער דעם ענין, אויפברענגענדיג די קאנטראווערסיע מיט שרה הורביצ'ס רבנות. בנוגע דעם ווייטערדיגן טענדענץ, זאגט שפירא פאר אז ארטאדאקסיע וועט למעשה אננעמען פרויען רבניות, ער האלט אבער אז ארטאדאקסיע איז נאך נישט גרייט דערפאר. אלץ א ביישפיל ברענגט ער דעם פאקט אז עס איז נאך נישט ארויסגעקומען קיין איין איינציגן ספר מיט א פירוש אויף א מסכת אין ש"ס דורך אן ארטאדאקסישער פרוי.
שפירא דערמאנט דעם אינטערעסאנט פאקט וועלכער איז רעקארדירט דורך מהר"ם מראטנבורג, אז אין זיינער צייט האט מען זיך געפירט אין "רוב ערטער" אז פרויען האבן געדינט אלץ סנדק ביי ברית'ן. דער מהר"ם איז געווען קעגן דעם מנהג, און האט סוקסעספול באוויזן דאס אויסצורייסן.
אן אינטערעסאנטן ציטאט ברענגט ער אין א הערה, פון הג"ר יצחק שחיבר, ספרדישער רב אין בוענאס-איירעס: "ואשר לעניין מראות הדמים לא נהגנו בזה כלל, כי מעולם לא ראיתי להרבנים באר"צ [ארם צובה] שטפלו בזה, אך הנהיגו את הנשים שכל מראה הדומה למראית אדמומית שהוא טמא, זולתי אם יהיה כמראה לבן או ירוק שהוא טוהר."
צוריקגייענדיג צו א פריערדיגן ענין, דערמאנט שפירא דעם מאמר פון שלמה לעווינזאהן וועלכער ערשיינט אין דער ווילנא משניות, וואו עס ווערט ברמז דערמאנט די שיטה פון די ביבל-קריטיקער אז קהלת איז געשריבן פיל שפעטער ווי דער מסורה, און האט נישט געקענט געשריבן ווערן דורך שלמה המלך. שפירא האט אנגעצייכנט אין א פריערדיגן מאמר אז עס איז אינטערעסאנט אז דווקא ר' משה קוניצ'ס ביאגראפיע פון ר' יהודה הנשיא איז צענזורירט געווארן פון היינטיגע דרוקן פון דער משניות, אבער די פיל מער צווייפלהאפטיגע ווערטער פון לעווינזאהן זענען געבליבן. שפירא ווייזט אבער יעצט אן אז אין משניות "זכר חנוך" פון הוצאת וגשל האט מען משנה געווען לעווינזאהנ'ס ווערטער אזוי אז דער רמז זאל פארלוירן ווערן.
פון דא פירט שפירא אריין די לייענער אין דער סוגיא פון די "אויסגעלאסענע" בילדער וועלכע האבן באצירט די שער-בלעטער פון אמאליגע ספרים. דאס איז שוין באמת עטליכע מאל דיסקוטירט געווארן אויף "ספרים בלאג" און אויך אין "ספרים וסופרים".
אן אינטערעסאנטע שאלה איז שפירא דן במשנתו פון הגר"ע יוסף, צי אן אשכנזי'שער איד וועלכער וואוינט אין א"י מעג אויף זיך מקבל זיין צו גענצליך אדאפטירן די מנהגי הספרדים. ווי באקאנט, האלט הגר"ע יוסף אז א"י האט א דין ווי אתרא דמר פון רבי יוסף קארו בעל השלחן ערוך, און דעריבער נעמט די מנהגי הספרדים פרעצעדענט איבער די מנהגי האשכנזים. הרב יוסף זאגט נישט אז אן אשכנזי דארף זיך פירן אין א"י מיט מנהגי הספרדים, די שאלה איז אבער יא צי אן אשכנזי קען אויף זיך נעמען די מנהגי הספרדים בין לקולא ובין לחומרא. און דאס איז היבש נוגע צום יו"ט פסח לגבי דעם אשכנזי'שן איסור אויף אכילת קטניות. שפירא ברענגט קעגנזייטיגע בריוו פון צוויי אנדערע קינדער פון הרב יוסף. הרב אברהם יוסף האלט אז זיין טאטע האלט אז אן אשכנזי מעג גענצליך נעמען אויף זיך די מנהגי הספרדים, אבער הרב יצחק יוסף האלט אז זיין טאטע האלט אז מ'קען נישט. לויט אים קען בלויז א בעל-תשובה אויף זיך מקבל זיין ספרדי'שע מנהגים.
פארשטייט זיך אז הרבה יותר ממה שכתב כאן איז דא צו געפינען אין שפירא'ס מאמר. איך האב בלויז מסכם געווען אויפ'ן שפיץ גאפל.