פראפ' מארק שפירא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

פראפ' מארק שפירא

הודעהדורך חוקר ודורש » פרייטאג אפריל 03, 2020 6:49 pm

אויף טוויטער איז דא איינער וואס רופט זיך Seforim Chatter וואס פאוסט כסדר אלעס ארום ספרים מיט ביכער, און היות די עולם איז יעצט איינגעשפארט אין די היים צוליב די ווייריס, מאכט ער אינטערוויוס מיט פארשידענע אידן ווי למשל מיט ר׳ ישראל מזרחי פון מזרחי ספרים סטאר.

מיטוואך האט ער אינטערוויוט פראפעסער מארק שפירא, ווי ער האט ארום גערעדט מיט אים איבער פארשידענע זאכן, קודם האט ער גערעדט וועגן זיין שייכות מיט הרב/פראפעסער יצחק אשר (איזידור) טווערסקי וואס איז געווען א פראפעסער מיט א חסידישע רבי צוזאמען (טאלנא רבי) שפירא זאגט אז ער געווען אויפגערעגט אויפן ספר ״הגאון״ פון ר׳ דוב אליאך וואס. באשרייבט דער ווילנא גאון און זיין התנגדות צו חסידות, כידוע זענען אסאך געווען ברוגז אויפן ספר פארן רעדן מיט א זלזול אויף חסידישע גדולים, איין זוהן רבי משה טווערסקי איז גאר געווארן א געהעריגע ליטוואק, ער איז נעבעך געווען צווישען די קדושי הר נוף. אויך רעדט ער ארום וועגן הרב מאיר מאזוז, פון וועם שפירא האלט גאר שטארק, ער זאגט אז קען גאר זיין אז ער איז די גדול הדור מיט זיינע ברייטע ידיעות אין תורה ומדע, אין הרב מאזוז׳ס ישיבה לערענט מען אויך דקדוק כתב ולשון וכדומה אזוי ווי די יהדות ספרד פלעגט אלץ לערנען, שפירא זאגט אז הרב מאזוז באטיטולט אים הרב ״פתח״ וואס איז ר״ת פ׳ראפעסער ת׳למיד ח׳כם. ער דערציילט אויך וועגן זיין קשר מיט הרב אפרים גרינבלאט בעל שו״ת רבבות אפרים ער זאגט אז ער פלעגט אים פרעגן שאלות און ער פלעגט אים קענען ענטפערן א תשובה וואס איז געווען א חידוש אין פסק און אים זאגען ער זאל נישט זאגען אז די תשובה קומט פון אים מורה האבענדיג אז די קנאים וועלן זיך נעמען צו זיינע ביינער, שפירא זאגט אז דאס איז אים געווען א גרויסע חידוש און האט אים אויפגעמאכט די אויגן צו וואס עס גייט פאר אויפן וועלט (קען זיין אז דאס האט אים צוגעפירט זיך אריינצוטוהן אין צענזורירטע ספרים) רעדט ער ארום וועגן זיינע אלע באקאנטע ספרים אין ארטיקלען, און וועגן זיין שרייבעריי אויפן ספרים בלאג.

מארק שפירא זאגט אז ער ארבעט יעצט אויף א ספר וואס טוט דורך הרב קוק׳ס כתבים וואס זענען לעצטענס ערשינען למשל זיין ערשטען ספר וואס ער האט געשריבען וואס הייסט מציאות קטן. דער לעצטען ספר וואס שפירא האט ארויסגעגעבן הייסט ״אגרות מלכי רבנן״, בריווען וואס ער האט זיך געשריבען מיט גדולי ישראל ואנשים חשובים, שפירא זאגט אז ער קען נישט טראכטען פון נאך א ספר וואס האט בריווען פון אלע שיכטען און קרייזען, פון סאטמארע רבנים ביז מאדערענע ציוניסטישע רבנים, שפירא דערציילט אז ער האט זיך געשריבען אפי׳ מיט ר׳ משה בער בעק! און הרב בעק פלעגט אים צוריק ענטפערן מיט לאנגע בריווען מסביר זיין זיין השקפת עולם, אבער ער האט נישט אריינגעלייגט די בריווען אין דעם ספר ווארום הרב בעק איז צו עקסטרעם מיטן גיין צו איראן וכדומה, און עס וואלט פארשוועכט דעם ספר, אבער ער פלאנט איין טאג צו מפרסום זיין די בריווען. ער זאגט נאך א אונטערסאנטע עפיזאד אז דער ספר אגרות מלכי רבנן מיט נאך צוויי אנדערע פון זיינע ספרים זענען די ערשטע אין היסטאריע צו ווערן געדריקט מיט קאטוילישע געלט היות ער איז א פראפעסער אין סקרענטען אוניבערסעטי וואס איז א פריוואטע קאטוילישע קירכע, און זיי האבן באשטייערט געלט צו דריקן די ספרים, און ער קוקט דאס אן אלץ א חשיבות וואס נאך דורות פון רודפ׳ען אידן איז ער געווען די ערשטע וואס זיי האבן גאר געהאלפען מיט ארויסגעבן זיין ספרים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חוקר ודורש אום זונטאג אפריל 05, 2020 12:25 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 05, 2020 12:08 am

זייער אינטערעסאנט, און יישר כוח פאר'ן אראפשרייבן די אלע פרטים – רוב פון זיי חידושים וואס כ'האב נישט געוואוסט פריער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10149 מאל

פראפ' מארק שפירא

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג אפריל 12, 2020 1:32 am

כ׳האב פארגעסן צו שרייבען אז די אלע ביכער און ארטיקלען פון פראפ׳ הרב מארק שפירא, זענען זייטיגע ווערק! דאס האט קיין שייכות נישט מיט זיינע לעקציעס וואס ער געט פאר סטודענטן אין אוניבערסיטעט. זיינע ביכער האבן זיך אויפגעבויט מיט די יארן, ווי למשל זיין בוך איבער צענזור איז פון נאטיצען וואס ער האט זיך פארשריבען פאר איבער צוואנציג יאר. אזוי אויך זיין בוך בנוגע די י״ג עיקרים פונעם רמב״ם האט זיך אנגעהויבן מיט ארטיקלען אויפן ספרים בלאג און פון דעם איז ארויסגעוואקסען דער בוך.


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט