בלאט 1 פון 1

פראפ' מארק שפירא

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 12:57 am
דורך קארלסבורג
אין דער וועלט פון תורה ומחשבה איז אוממעגליך אויסצולאזן די פערזענליכקייט פון הגאון המופלג פראפעסאר מארק (מלך) שפירא, וועלכער איז בארימט מיט זיין גדלות בתורה און אומגעהויערע ידיעות אין תורה, מחשבה, און היסטאריע.
שפירא האט באקומען זיין דאקטאראט אין הארווארד אוניווערסיטעט, וואו ער איז געווען א תלמיד פון פראפ' יצחק (איזידאר) טווערסקי ז"ל מטאלנע, איידעם פון הגרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל.
ער האט געשריבן עטליכע ביכער און שרייבט כסדר מאמרים אויף דעם וועב און אין קובצים. ער גיט אויך שיעורים אויף "תורה אין מאשען". שפירא איז שטארק בארימט פאר זיין בוך "די גרעניצן פון ארטאדאקסישער טעאלאגיע: דעם רמב"מ'ס 13 עקרים פריש אפגעשאצט", וואו ער ווייזט אויף אז די 13 עקרים זענען נישט געווען קיין אנגענומענע דאגמעס אין לויף פון דער היסטאריע. שפירא האט אויך ארויסגעגעבן א ביכל איבער הגר"ש ליבערמאן ז"ל און זיין פארוואלקנטער שייכות צו דער ארטאדאקסישער וועלט, און א בוך איבער הגרי"י וויינבערג ז"ל (חוץ די "כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג זצ"ל", ב"כ).
נאך א ביכל, "טוישן די אומטוישבארע: וויאזוי ארטאדאקסישע אידישקייט שרייבט איבער איר היסטאריע", האט געזאלט געדרוקט ווערן אין 2011, אבער איז אפגעשטיפט געווארן צו 2013 צוליב דעם וואס שפירא האט אוועקגעגעבן א סך צייט פאר די רייזעס וועלכע ער פירט אן קיין אייראפע.
מארק שפירא'ס א מאמר איז אייביג מלא וגדוש מיט חידושים נפלאים; פון יעדער שורה קען מען ארויסנעמען ידיעות נפלאות להפליא. עס איז נישט מער ווי רעכט אז די חברי הקאווע שטיבל זאלן לייענען שפירא'ס מאמרים, און דן זיין בדבריו הנפלאים. שפירא שרייבט גאנץ אפט אויף דעם פאפולערן "ספרים בלאג", און איך וועל טאקע אנפאנגען מיט זיין פרישסטן מאמר.