דער שפיאן אלי כהן

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

דער שפיאן אלי כהן

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:23 pm

אלי כהן איז געבוירן געווארן אין דעם זעקסטן דעצעמבער 1924, און הינגעריכטעט געווארן אין דעם אכצנטן פון מאי 1965 זייענדיג פערציג יאר אלט. נאכן געכאפט ווערן שפיאנירן אין סיריע – פאר מדינת ישראל. ער איז געבליבן באקאנט אין די וועלט אלס איינע פון די בעסטע שפיאנען וואס ארץ ישראל האט נאר אמאל פארמאגט. לוי אשכול דער פרעמיער מיניסטער ביי זעקס טאגיגע מלחמה האט געזאגט אז אלי כהן'ס ארבעט האט אפגעראטעוועט פאר די מדינה אסאך דיוויזיעס סאלדאטן און די אינפארמאציע וואס ער האט צוגעשטעלט איידערן ששת הימים קריג איז געווען אומשאצבאר.

אלי כהן איז געבוירן אין אלכסנדריה-מצרים. צו זיין טאטע שאול. וועלכער איז אנגעקומען קיין עגיפטן זייענדיג זיבן יאר אלט - פון די שטאט חאלאב-סיריע. אין יאר 1944 האט אלי זיך אנגעשלאסן אין די ציוניסטישע באוועגונג. אין 1957 האט ער געמאכט אן עליה און זיך באזעצט אין בת ים. צוערשט האט ער זיך מתפרנס געווען דינענדיג אלס איבערטייטשער פון אראבישע צייטונגען פאר די איזראלישע אגף המודיעין – אינטעלדזשנס דעפארטמענט. דערנאך איז ער אריבער ארבעטן אלס אקאונטענט פאר די משביר מרכזי א נאן/לאו פראפיט קערפערשאפט צו סופלייען פראדוקטן פאר די ארבעטער יוניאנ'ס.

דעם איין אין דרייסיגסטן אוגוסט 1959 האט ער געהייראט די פרוי נאדיא אן איראקע אימיגראנטקע, א שוועסטער פון סמי מיכאל. זיין אינגערע ברודער מאריס כהן (1927 – 2006) האט געארבעט אין מוסד אין פעלד פון קריפאטאגריפי (קאמפיוטער זיכערהייטס סיסטעמען) און קאוד דעשיפרירונג.
זיין היסטאריע מיט די ישראלישע אינטעלידזשענס האט זיך שוין אנגעהויבן 1954 ווען ער געדונגען א דירה אין מצרים אויף זיין נאמען פאר די אגענטן וועלכע האבן אנטיילגענומען אינעם עסק הביש פרשה. א דורכגעפאלענע ישראלישע אפעראציע וועלכע האט זיי אנגעשאפן אסאך בושות אין די וועלט. דארט האט אלי פארלוירן זיינע נאנטסטע פריינד, אבער דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון ווייטער שפיאנירן פאר מדינת ישראל אין פיינטליכע לענדער.

אין מאי 1961 נאכן רעקרוטירט, א יאר פריער אין אגף המודיעין ( – די פליגל אין צה"ל וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן זאמלען שפיאנאזש), און האבן אדורכגעגאנגען די נויטיגע טרענירונגען, איז ער געשיקט צו ארגענטינע. דארט האט ער זיך פארבריצירט א פיקטיווער אידענטיטעט פון אן אראבישער סירישער ביזנעסמאן מיטן נאמען כאמל אמין ת'אבאט. (א געגנבעטע אידענטיטעט פון עמיצער וועלכער האט מיט יארן פריער עמיגרירט פון סיריע קיין ישראל)

כהן האט זיך באפריינדעט מיט די ארטיגע אראבישע געמיינדע און זיך איינגעגלידערט צווישן זיי איינקויפענדיג א גוטע ברייטהארציגע נאמען צווישן זיי. פארטיילענדיג גרויסע סומעס צו פארשידענע צוועקן און וואוילטעטיגע אראבישע ארגעניזאציעס.

אנהויב 1960 איז ער געפארן קיין דמשק, און ארויסגעדונגען א הערליכע ווילא אין שכינות צו א סירישע מיליטערישע באזע. זיך האבענדיג שוין איינגעקויפט אין ארגענטינע א גוטן נאמען האט ער אין סיריע גאר שנעל באקומען צוטרוי פון די העכסטע אין די רעגירונג הייעכאריע און זיינע רעאקאמעדאציעס פון די ארגענטינע געמיינדע פירער האבן ביי יעדעם גאר אויסגענומען. אלי כהן האט געהאט א נאמען פון א געלונגענע ביזנעסמאן און א הייסע פאטריאט. אזוי האט ער זיך באפריינדעט מיט די העכסט ראנגיגע מיליטערישע פירער און גענעראלן, רעגירונגס באאמטע פונעם אויבערשטן שטייסל אינעם סירישן פאליטיק.

אלי האט אפגעראכטן פאר זיי גרויסארטיגע באלן און פייערונגען יעדן שני וחמישי, ארויסגעפארן פארוויילן מיט זיי איבערן לאנד און געגאסן געלט לרחצה. צוגעשטעלט נאכט-מוידן פאר די רעגירונגס פירער וועלכע האבן אים שפעטער נאכגעפלאפלט אלץ וואס זיי האבן אויפגעכאפט פון זייערע קליענטן.
אזוי ארום האט ער מצליח געווען אויסצוגעפונען די געהיימסטע סודות פון אלץ וואס זיך אפגעשפיהלט אינעם סירישן פארלאמענט. לויט די שאצונגען פון די איזראעלישע געהיים אגענטורן, צווישן זיי יוסף יריב האט ער איבערגעגעבן א ריזן אוצר פון אינפארמאציע איבער די סירישע מליטער; אינערן פירערשאפט; פארבינדונגען צווישן סיריע און די פאלאסטינישע טעראר ארגעניזאציעס.

איין מאל א זמן איז ער געפארן אויף א "ביזנעס רייזע" קיין אייראפע וואס דאס האט אים ערמעגליכט זיך צוטרעפן מיט זיינע אויבערהארן (הענדלערס) און באזוכן זיין פאמיליע.

אין יאר 1964 האט סיריע זיך געגרייט צו אטאקירן און פארקירעווען די וואסער קאנאלן וועלכע האבן געברענגט די וואסער קיין ישראל. אויך האט זי געהאלפן באוואפענען די אט ניי געגרינדעטע טעראר ארגעניזאציע "פאלעסטיניע ליבערעישן" אלי וועלכער האט געזען דערין א זאפארטיגע געפאר פאר ישראל האט געליפערט צו זיינע האנדלער פונקטליכע אינפארמאציע איבער די ערטער וואס סיריע גרייט זיך צו אטאקירן.

געכאפט

די סירישע האבן ביי יענעם פראוו געכאפט א מיאוסע מפלה און די ישראלישע באמבעס וועלכע האבן געלאנדעט אויף די סירישע פאזיציעס מיט א מאנסטערישע פונקטליכקייט צעשמעטערנדיג זייערע כלי מלחמה א קורצע צייט נאכן ארויסגעשיקט ווערן, האבן אויפגעוועקט ביי די סירישע שטארקע חשדות אז ס'געפינט זיך א שפיאן צווישן זיי.

אנהויב יאנואר 1965 האט א שיף געאנקערט אין לאטאקיע, די פארט שטאט אין סיריע – און אויף איר א לאסט פון נייע סאוויעטיש פאבריצירטע קאמיוניקאציע אפאראטן וועלכע האבן געזאלט איבערטוישן די אלטע סיסטעם וועלכע די מיליטער האט גענוצט ביז היינט. מ'האט באשלאסן איינצושטעלן א שטילקייט אויף די סירישע קאמיוניקאציע ליניעס פאר 24 שטונדן. אלי וועלכער האט גארנישט געוואוסט דערפון האט ווי זיין שטייגער יעדן פארטאגס, ווייטער פארגעזעצט צו טראנזמיטן אריבערן גרעניץ צו זיינע האנדלער. די סירישע האבן אויפגעכאפט פון וואו עס קומען די פייפערייען און האבן זיך איינגעבראכן אין זיין הויז ווען ער האט געהאלטן אינמיטן זאנדן קיין ישראל, און אים געכאפט הייס ביי די מעשה. אלי האט נישט געשטעלט קיין ווידערשטאנד.

אינעם פיר און צוואנציגסטן יאנואר האט סיריע אפיציעל געמאלדן איבער זיין ארעסט. כהן איז ברוטאל געפייניגט געווארן דורכאויס די שווערע אויספארשונגען אין לויף פון פיר וואכן. אין 22 פעברואר 1965 האט מען אנגעפאנגען זיין משפט אונטער פארמאכטע טירן. סיריע האט נישט צוגעלאזט קיינע אדוואקאטן אדער זשורנאליסטן. אין א טראגי קאמישע פאל דורכאויס דעם משפט, ווען אלי כהן האט פארלאנגט אן אדוואקאט האט דער פראקואר געזאגט "די אלגעמיינע פרעסע און די פאלק זענען דיינע אדוואקאטן"

מדינת ישראל האט געמאכט גרויס אנשטרענגונג צו ראטעווען זיין לעבן און אים באפרייען, אסאך פארמיטלער זענען געשיקט געווארן מצד ישראל מיט פארשידענע אנטראגעס אריינגערעכנט גרויסע געלטער; אינפארמאציע איבער די אונטערגראבנדע אפאזיציע; מעדעצינישע הילף און אפ' ציווילע סופליי, אבער די סירישע האבן אלץ צוריקגעוויזן.

פינף מאנאטן נאכן ארעסטירט ווערן, אין די צופרי שעות פון דעם אכצנטן אין מאי 1965, האט א קליין גרופע פון מיליטערישע אויטאס געמאכט זייער וועג צווישן די גאסן פון דמשק, אין איינע פון זיי איז געזעצן כהן, געקייטלט אונטער שווערע וואך. מיט קוים אפאר מינוט פריער איז ער ווילדערהייט אויפגעוועקט געווארן אין זיין צעל אויף דריטן שטאק פון דעם מיליטערישן טורמע אין דמשק. נאך א קורצע רייזע האט זיך די סוויטע אפגעשטעלט אינעם פאליצי סטאנציע אנטקעגן דעם גרויסן סקווער אל-מרג'ה אין הארץ פון דמשק. דער פלאץ איז פיהל געווארן מיט אפיצירן, אריינגערעכנט די וואס האבן געדינט ווי זיינע ריכטער, און פאורטיילט כהן צום טויט (און זענען מיט נישט לאנג צוריק געווען פון זיינע נאנטסטע פריינד) ווי אויך זענען אנוועזנד געווען די זשורנאליסטן און פאטאגריפירער וועלכע זענען ערלויבט געווארן צו פאראייביגן די לעצטע שעות פון די בעסטע ישראלישע שפיאן וועמען סיריע האט "מצליח" געווען צו כאפן. הרב ניסים אנדיבו-כהן, די רב הראשי פון די אידישע קהילה אין דמשק, האט אים מחזק געווען און מתפלל געווען די ווידוי וכו'. ווי ער האט שפעטער פארציילט האט ער געזען פאר זיך א צאמגעבראכענע מענטש, אבער מיט דעם אלעם אנטשלאסן ציוויסן צוטאן זיין פאמיליע אז ער האט גענצליך ערפילט זיין פליכט און ער איז געבליבן געטריי צו זיין לאנד און פאלק.

דערנאך איז כהן אפגעפירט געווארן צום אל-מרג'ה סקווער, אוואו דער גרעסטער הענקער אין סיריע אבו סולימאן האט אים שוין אפגעווארט. אבו סולימאן האט ארומגעבינדן דעם שטריק ארום כהן'ס האלדז און אהן איבערדעקן דעם פאראורטיילטנ'ס קאפ אפילו, ווי עס איז אנגענומען אין אלע לענדער, האט ער ווילד א שטופ געטאן דעם באנק פון הונטער זיינע פיס, און כהן איז געפאלן צו זיין טויט.

אין א בריוו צו זיין פרוי, געשריבן א קורצע צייט איידער מען האט אים הינגעריכטעט שרייבט ער.
"מיין טייערע נאדיא, מיין טייערע פאמיליע! איך שרייב צו אייך די דאזיגע לעצטע ווערטער מיט האפענונג אז איר וועט שטענדיג בלייבן פאראייניגט. איך בעט פון מיין פרוי פארגעבונג. זי זאל זארגן אויף זיך, און שענקן גוטע בילדונג פאר אונזערע קינדער... עס וועט קומען דער טאג ואס מיינע קינדער וועלן שטאלצירן מיט מיר. און צו דיר טייערע נאדיא, מעגסט הייראטן א צווייטן מאן, כדי ער זאל זיין א פאטער פאר אונזערע קינדער. אין דעם הינזיכט ביסטו אינגאנצן פריי. איך בעט, זאלסט נישט טרויערן אויף וואס האט פאסירט, נאר קוקן אויפ'ן צוקונפט. איך שיק אייך מיינע לעצטע קושן. זייט מתפלל פאר מיין נשמה"

אלי כהן האט איבערגעלאזט א פרוי מיט דריי קינדער.

אלי כהן ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די בעסטע שפיאנען וואס ישראל האט נאר פארמאגט. און די מוסד בארימט זיך מיט אים נאך ביז היינט טראץ וואס ער איז געכאפט געווארן.

עס איז אנגענומען אז זיינע שפיאנאזש אינפארמאציע האט אסאך ארויסגעהאלפן ישראל ספעציעל מיטן זיין גוט צוגעגרייט צום זעקס טאגיגן קריג. און בעיקר אין די קאמפן מיט סיריע וועלכע האט צוגעברענגט דאס דערארבערן די גולן הויכן.

אלי כהן'ס קערפער האט מען באערדיגט אין דמשק און נאך ביז היינט 47 יאר שפעטער עקש'נען זיך נאכאלץ די סיריער ארויסצוגעבן זיין קערפער, ער זאל קענען קומען לקבר ישראל. נאך זיין טויט האט אים ישראל געהויבן אין ראנג פון מעידזשאר צו לויטענענט קוירנעל.

זיין פאמיליע און פריינד טענה'ן ביז היינט אז די מוסד איז שולדיג אין זיין אויפדעקונג, וויבאלד זיי האבן אים אויסגענוצט אומזיסט און אים געהייסן באריכטן יעדן טאג און צומאל אפ' צוויי מאל א טאג איבער אלץ וואס טוט זיך אינעם סירישען פארלאמענט אפגעזען ווי וויכטיג די אינפארמאציע איז. זיין פרוי נאדיא טענה'ט אז זיין לעצטע מאל פארן אויף סיריע איז גענצליך איבעריג געווען ווייל ער האט שוין דאן סייווי נישט צופיהל מער געקענט אויפטוהן פאר די ישראלים און די סכנה ער זאל געכאפט ווערן איז צו גרויס געווען. זיין ברודער אפרים איז אויפגעברויזט געווען פארוואס די ישראלים האבן נאכאנאנד געפיטערט די משפחה מיט פאלשע אינפארמאציע, געבנדיג אפטימיסטישע פאלשע האפענונג אויף זיין צוריקקער בעת אין דמשק האט מען שוין געמאלדן אין די פרעסע אויף זיין הינריכטונג.

אין מאי 2007 האט א סירישע הויכע באאמטער געזאגט אז ארויסגעבן זיין קערפער קומט נישט אין באטראכט צוליב וואס מען האט שוין זינט דאן ארויפגעבויעט איבער זיין קבר געביידעס און גאסן, אין צוגאב האט ער פרובירט אראפצונידערן די וויכטיגקייט פון זיינע אויפטוהאונגען פאר ישראל, טענה'נדיג אז זיינע ידיעות זענען געווען כלליות'דיג אבער נישט מיט ווייניג ווערט.

אין אקטובער 2011 האט באזוכט אין ישראל א כורדישער וועלכער איז געזעצן אין טורמע אין סיריע, און פארציילט אז ער האט געזען אין זיין צעל אויסגעקריצט אויפ'ן וואנט ווערטער אין עברית און אראביש וואס כהן האט אויסגעקריצט, ווי עס שיינט איידערן אים ארויספירן צום טויט: "עס טוט מיר נישט באנג אויף וואס איך האב געטוהן, אויב האב איך צער איז עס נאר אויף וואס איך האב נישט געטוהן, אדער נישט געקענט טוהן. צומאל פאלט א מענטש אדורך צוליב פריינד וועלכע שטרויכלען אים" פון די דאזיגע ווערטער קען מען אפלערנען אז כהן איז אנטדעקט געווארן צוליב א מסירה פון איינעם פון זיינע פריינד.

אויף הר הערצל איז דא א באשטימטע ארט צוגעגרייט פאר זיינע ביינער אויב וועט מען אמאל מצליח זיין זיי ארויפצוברענגען.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:35 pm

עס איז געווען שיין באשריבן, דאכט זיך אין דער "בליץ" בערך א יאר צוריק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:40 pm

אלי האט זיך אויך אויפגעפירט זייער פארנאכלעסיגט. ער האט געפאדערט אז ווען זיין באליבטע טים שפילט אין די ספורטס דארף מען אים עס שיקן די רוזעלטאטן
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1508 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:59 pm

זייער שיין מר' טאמבל סאס שרייבט אפטער
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:07 pm

נישט שיין סתם צו שרייבן אן צו זיין פותחין בכבוד האכסניה. טאמבל- זייער שיינע ארבעט, שרייב אפט.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1508 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:21 pm

א דאנק טאמבל סאס, זייער שיין באשריבן.

איך וועל צולייגן א קלייניגקייט, מ'דערציילט אויף אים אז ווען ער האט זיך געדרייט ביי די הויכע פענסטער אין סיריע, האט ער איינגעקלאפט מיט א רייע גענערעלער, אריינגערעכנט כאפעז על אסאד באשער טאטע, וואס איז דעמאלסט געווען די עיר פארס קאמאנדיר.

איינמאל האט ער געמאכט א שפאציר אויף די גולן בערג מיט גענעראלן, דעמאלסט איז דאס געווען אונטער סיריע, האט ער געזאגט פאר די גענערעלער, "אז היות די שטח איז גאנץ פוסט אן ביימער, קענען די ישראלים זייער גרינג צילן אויף די סירישע סאלדאטן". זיין עצה איז געווען, "אז די סירישע זאלן איינפלאנצן ביי יעדע באזע און פאזיציע א בוים צו עטליכע ביימער, צו שטערן פאר די ישראלים צו קענען צילן אויף די סירישע פאזיציעס". איבעריג צו זאגן אז זיי האבן דאס געטוען.

די פאקט האט זייער ארויסגעהאלפן פאר די מדינת ישראל ארמיי, ער האט איבערגעגעבן די מוסד, אז אונטער יעדע פריש איינגעפלאנצטע בוים, זענען דא סירישע סאלדאטן.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 348
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:08 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:אויף הר הערצל איז דא א באשטימטע ארט צוגעגרייט פאר זיינע ביינער אויב וועט מען אמאל מצליח זיין זיי ארויפצוברענגען.

בילד
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:13 am

אן איבערשפיל פון די מעשה [בערך].




אן אונטערוויוא מיט אלי אויף ראדיא דמשק אין 1962, בתורת א פאטריאט'שער סיריע'ער וואס איז לעצטענס צוריקגעקומען צו זיין געליבט לאנד.


אין א סיריע'שער עיר-פארס באזע.

Daon1.jpg
Daon1.jpg (78.24 KiB) געזען געווארן 3239 מאל

ביים משפט.

mishpat_1.jpg
mishpat_1.jpg (29.6 KiB) געזען געווארן 3239 מאל

ביי די תליה.

mishpat_10.jpg
mishpat_10.jpg (34.44 KiB) געזען געווארן 3239 מאל

mishpat_12.jpg
mishpat_12.jpg (48.23 KiB) געזען געווארן 3239 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3614
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7151 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 18, 2015 1:27 pm

פופציג'סטע יארצייט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3614
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7151 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דינסטאג מאי 26, 2015 7:39 am

באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 06, 2016 10:32 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3614
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7151 מאל

הודעהדורך גיבור » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 3:45 pm

אנקאנפירמדע רעפאטרס געבן איבער אז די סירי'שע מורדים האבן פארכאפט די גוף פון אלי כהן הי"ד, און זיי פלאנען עס בקרוב צוריקצושיקן קיין מדינת ישראל, אלס הכרת הטוב וואס די איזראעיליס נעמען אריין זייערע פארוואונדעטע אין זייערע שפיטעלער און העלפן זיי אינטערן טיש דורכן שיקן וואפן, אזוי ווי די אסד רעזשים טענה'ט שוין א לענגערע צייט.
די איזראעיליס האבן דערווייל נישט רעאגירט צו די רעפארט.

און אנדערע נייעס האט די סירישע אפאזיציע נעכטן פארעפנטליכט א ווידיאו ווי אלי כהן הענגט און מען נעמט אראפ זיין באדי און מען לייגט עס אריין אין א קאסטן און וועט אוועקגעפירט מיט א טראק, באגלייט מיט טויזענטער צוקוקער און מוזיק.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 251 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 7:09 pm

אלץ קינד פלעגט מען דערציילן אז אן איזרעילי האט זיך פארשטעלט פאר אן אראבער און ער האט זיך גוט אריינגעדייט ביז צו די ממשלה אריין און ער איז געווארן פריימינסטער אין אן ארביש לאנד ביז מען האט איהם געכאפט
האט דאס א מקור? אדער דאס איז די אלי כהן מעשה?
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:04 pm

מיש-נייעס: דאס איז (מסתמא) די אלי כהן מעשה. נאר ס'זענען ארומגעגאנגען פארשידענע שמועות איבער דעם פארשטארבענעם מואמאר קאדאפי, אז ער איז א ספרדי'שער איד. ער האט בשתיקה געהאלפן א סאך אידן אנטלויפן פון ליביע קיין ארץ ישראל...!

אויך איז דא שמועות אז דער בארימטער פאליס טשיעף פון דובאי איז א איד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג יולי 05, 2018 8:33 pm

מדנ''י האט געטראפען אלי כהנ'ס האנט זייגער אין סיריע און געברענגט קיין ישראל.
merlin_140821539_096e86e7-d067-43bd-9cb7-ae5e32f75428-superJumbo.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1978 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג יולי 05, 2018 8:39 pm

לא תגנוב מ'טאר נישט טרעפן..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2013
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

Re: דער שפיאן אלי כהן

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש אקטאבער 12, 2019 9:26 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט