דער שפיאן אלי כהן

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

דער שפיאן אלי כהן

שליחה דורך טאמבל סאס »

אלי כהן איז געבוירן געווארן אין דעם זעקסטן דעצעמבער 1924, און הינגעריכטעט געווארן אין דעם אכצנטן פון מאי 1965 זייענדיג פערציג יאר אלט. נאכן געכאפט ווערן שפיאנירן אין סיריע – פאר מדינת ישראל. ער איז געבליבן באקאנט אין די וועלט אלס איינע פון די בעסטע שפיאנען וואס ארץ ישראל האט נאר אמאל פארמאגט. לוי אשכול דער פרעמיער מיניסטער ביי זעקס טאגיגע מלחמה האט געזאגט אז אלי כהן'ס ארבעט האט אפגעראטעוועט פאר די מדינה אסאך דיוויזיעס סאלדאטן און די אינפארמאציע וואס ער האט צוגעשטעלט איידערן ששת הימים קריג איז געווען אומשאצבאר.

אלי כהן איז געבוירן אין אלכסנדריה-מצרים. צו זיין טאטע שאול. וועלכער איז אנגעקומען קיין עגיפטן זייענדיג זיבן יאר אלט - פון די שטאט חאלאב-סיריע. אין יאר 1944 האט אלי זיך אנגעשלאסן אין די ציוניסטישע באוועגונג. אין 1957 האט ער געמאכט אן עליה און זיך באזעצט אין בת ים. צוערשט האט ער זיך מתפרנס געווען דינענדיג אלס איבערטייטשער פון אראבישע צייטונגען פאר די איזראלישע אגף המודיעין – אינטעלדזשנס דעפארטמענט. דערנאך איז ער אריבער ארבעטן אלס אקאונטענט פאר די משביר מרכזי א נאן/לאו פראפיט קערפערשאפט צו סופלייען פראדוקטן פאר די ארבעטער יוניאנ'ס.

דעם איין אין דרייסיגסטן אוגוסט 1959 האט ער געהייראט די פרוי נאדיא אן איראקע אימיגראנטקע, א שוועסטער פון סמי מיכאל. זיין אינגערע ברודער מאריס כהן (1927 – 2006) האט געארבעט אין מוסד אין פעלד פון קריפאטאגריפי (קאמפיוטער זיכערהייטס סיסטעמען) און קאוד דעשיפרירונג.
זיין היסטאריע מיט די ישראלישע אינטעלידזשענס האט זיך שוין אנגעהויבן 1954 ווען ער געדונגען א דירה אין מצרים אויף זיין נאמען פאר די אגענטן וועלכע האבן אנטיילגענומען אינעם עסק הביש פרשה. א דורכגעפאלענע ישראלישע אפעראציע וועלכע האט זיי אנגעשאפן אסאך בושות אין די וועלט. דארט האט אלי פארלוירן זיינע נאנטסטע פריינד, אבער דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון ווייטער שפיאנירן פאר מדינת ישראל אין פיינטליכע לענדער.

אין מאי 1961 נאכן רעקרוטירט, א יאר פריער אין אגף המודיעין ( – די פליגל אין צה"ל וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן זאמלען שפיאנאזש), און האבן אדורכגעגאנגען די נויטיגע טרענירונגען, איז ער געשיקט צו ארגענטינע. דארט האט ער זיך פארבריצירט א פיקטיווער אידענטיטעט פון אן אראבישער סירישער ביזנעסמאן מיטן נאמען כאמל אמין ת'אבאט. (א געגנבעטע אידענטיטעט פון עמיצער וועלכער האט מיט יארן פריער עמיגרירט פון סיריע קיין ישראל)

כהן האט זיך באפריינדעט מיט די ארטיגע אראבישע געמיינדע און זיך איינגעגלידערט צווישן זיי איינקויפענדיג א גוטע ברייטהארציגע נאמען צווישן זיי. פארטיילענדיג גרויסע סומעס צו פארשידענע צוועקן און וואוילטעטיגע אראבישע ארגעניזאציעס.

אנהויב 1960 איז ער געפארן קיין דמשק, און ארויסגעדונגען א הערליכע ווילא אין שכינות צו א סירישע מיליטערישע באזע. זיך האבענדיג שוין איינגעקויפט אין ארגענטינע א גוטן נאמען האט ער אין סיריע גאר שנעל באקומען צוטרוי פון די העכסטע אין די רעגירונג הייעכאריע און זיינע רעאקאמעדאציעס פון די ארגענטינע געמיינדע פירער האבן ביי יעדעם גאר אויסגענומען. אלי כהן האט געהאט א נאמען פון א געלונגענע ביזנעסמאן און א הייסע פאטריאט. אזוי האט ער זיך באפריינדעט מיט די העכסט ראנגיגע מיליטערישע פירער און גענעראלן, רעגירונגס באאמטע פונעם אויבערשטן שטייסל אינעם סירישן פאליטיק.

אלי האט אפגעראכטן פאר זיי גרויסארטיגע באלן און פייערונגען יעדן שני וחמישי, ארויסגעפארן פארוויילן מיט זיי איבערן לאנד און געגאסן געלט לרחצה. צוגעשטעלט נאכט-מוידן פאר די רעגירונגס פירער וועלכע האבן אים שפעטער נאכגעפלאפלט אלץ וואס זיי האבן אויפגעכאפט פון זייערע קליענטן.
אזוי ארום האט ער מצליח געווען אויסצוגעפונען די געהיימסטע סודות פון אלץ וואס זיך אפגעשפיהלט אינעם סירישן פארלאמענט. לויט די שאצונגען פון די איזראעלישע געהיים אגענטורן, צווישן זיי יוסף יריב האט ער איבערגעגעבן א ריזן אוצר פון אינפארמאציע איבער די סירישע מליטער; אינערן פירערשאפט; פארבינדונגען צווישן סיריע און די פאלאסטינישע טעראר ארגעניזאציעס.

איין מאל א זמן איז ער געפארן אויף א "ביזנעס רייזע" קיין אייראפע וואס דאס האט אים ערמעגליכט זיך צוטרעפן מיט זיינע אויבערהארן (הענדלערס) און באזוכן זיין פאמיליע.

אין יאר 1964 האט סיריע זיך געגרייט צו אטאקירן און פארקירעווען די וואסער קאנאלן וועלכע האבן געברענגט די וואסער קיין ישראל. אויך האט זי געהאלפן באוואפענען די אט ניי געגרינדעטע טעראר ארגעניזאציע "פאלעסטיניע ליבערעישן" אלי וועלכער האט געזען דערין א זאפארטיגע געפאר פאר ישראל האט געליפערט צו זיינע האנדלער פונקטליכע אינפארמאציע איבער די ערטער וואס סיריע גרייט זיך צו אטאקירן.

געכאפט

די סירישע האבן ביי יענעם פראוו געכאפט א מיאוסע מפלה און די ישראלישע באמבעס וועלכע האבן געלאנדעט אויף די סירישע פאזיציעס מיט א מאנסטערישע פונקטליכקייט צעשמעטערנדיג זייערע כלי מלחמה א קורצע צייט נאכן ארויסגעשיקט ווערן, האבן אויפגעוועקט ביי די סירישע שטארקע חשדות אז ס'געפינט זיך א שפיאן צווישן זיי.

אנהויב יאנואר 1965 האט א שיף געאנקערט אין לאטאקיע, די פארט שטאט אין סיריע – און אויף איר א לאסט פון נייע סאוויעטיש פאבריצירטע קאמיוניקאציע אפאראטן וועלכע האבן געזאלט איבערטוישן די אלטע סיסטעם וועלכע די מיליטער האט גענוצט ביז היינט. מ'האט באשלאסן איינצושטעלן א שטילקייט אויף די סירישע קאמיוניקאציע ליניעס פאר 24 שטונדן. אלי וועלכער האט גארנישט געוואוסט דערפון האט ווי זיין שטייגער יעדן פארטאגס, ווייטער פארגעזעצט צו טראנזמיטן אריבערן גרעניץ צו זיינע האנדלער. די סירישע האבן אויפגעכאפט פון וואו עס קומען די פייפערייען און האבן זיך איינגעבראכן אין זיין הויז ווען ער האט געהאלטן אינמיטן זאנדן קיין ישראל, און אים געכאפט הייס ביי די מעשה. אלי האט נישט געשטעלט קיין ווידערשטאנד.

אינעם פיר און צוואנציגסטן יאנואר האט סיריע אפיציעל געמאלדן איבער זיין ארעסט. כהן איז ברוטאל געפייניגט געווארן דורכאויס די שווערע אויספארשונגען אין לויף פון פיר וואכן. אין 22 פעברואר 1965 האט מען אנגעפאנגען זיין משפט אונטער פארמאכטע טירן. סיריע האט נישט צוגעלאזט קיינע אדוואקאטן אדער זשורנאליסטן. אין א טראגי קאמישע פאל דורכאויס דעם משפט, ווען אלי כהן האט פארלאנגט אן אדוואקאט האט דער פראקואר געזאגט "די אלגעמיינע פרעסע און די פאלק זענען דיינע אדוואקאטן"

מדינת ישראל האט געמאכט גרויס אנשטרענגונג צו ראטעווען זיין לעבן און אים באפרייען, אסאך פארמיטלער זענען געשיקט געווארן מצד ישראל מיט פארשידענע אנטראגעס אריינגערעכנט גרויסע געלטער; אינפארמאציע איבער די אונטערגראבנדע אפאזיציע; מעדעצינישע הילף און אפ' ציווילע סופליי, אבער די סירישע האבן אלץ צוריקגעוויזן.

פינף מאנאטן נאכן ארעסטירט ווערן, אין די צופרי שעות פון דעם אכצנטן אין מאי 1965, האט א קליין גרופע פון מיליטערישע אויטאס געמאכט זייער וועג צווישן די גאסן פון דמשק, אין איינע פון זיי איז געזעצן כהן, געקייטלט אונטער שווערע וואך. מיט קוים אפאר מינוט פריער איז ער ווילדערהייט אויפגעוועקט געווארן אין זיין צעל אויף דריטן שטאק פון דעם מיליטערישן טורמע אין דמשק. נאך א קורצע רייזע האט זיך די סוויטע אפגעשטעלט אינעם פאליצי סטאנציע אנטקעגן דעם גרויסן סקווער אל-מרג'ה אין הארץ פון דמשק. דער פלאץ איז פיהל געווארן מיט אפיצירן, אריינגערעכנט די וואס האבן געדינט ווי זיינע ריכטער, און פאורטיילט כהן צום טויט (און זענען מיט נישט לאנג צוריק געווען פון זיינע נאנטסטע פריינד) ווי אויך זענען אנוועזנד געווען די זשורנאליסטן און פאטאגריפירער וועלכע זענען ערלויבט געווארן צו פאראייביגן די לעצטע שעות פון די בעסטע ישראלישע שפיאן וועמען סיריע האט "מצליח" געווען צו כאפן. הרב ניסים אנדיבו-כהן, די רב הראשי פון די אידישע קהילה אין דמשק, האט אים מחזק געווען און מתפלל געווען די ווידוי וכו'. ווי ער האט שפעטער פארציילט האט ער געזען פאר זיך א צאמגעבראכענע מענטש, אבער מיט דעם אלעם אנטשלאסן ציוויסן צוטאן זיין פאמיליע אז ער האט גענצליך ערפילט זיין פליכט און ער איז געבליבן געטריי צו זיין לאנד און פאלק.

דערנאך איז כהן אפגעפירט געווארן צום אל-מרג'ה סקווער, אוואו דער גרעסטער הענקער אין סיריע אבו סולימאן האט אים שוין אפגעווארט. אבו סולימאן האט ארומגעבינדן דעם שטריק ארום כהן'ס האלדז און אהן איבערדעקן דעם פאראורטיילטנ'ס קאפ אפילו, ווי עס איז אנגענומען אין אלע לענדער, האט ער ווילד א שטופ געטאן דעם באנק פון הונטער זיינע פיס, און כהן איז געפאלן צו זיין טויט.

אין א בריוו צו זיין פרוי, געשריבן א קורצע צייט איידער מען האט אים הינגעריכטעט שרייבט ער.
"מיין טייערע נאדיא, מיין טייערע פאמיליע! איך שרייב צו אייך די דאזיגע לעצטע ווערטער מיט האפענונג אז איר וועט שטענדיג בלייבן פאראייניגט. איך בעט פון מיין פרוי פארגעבונג. זי זאל זארגן אויף זיך, און שענקן גוטע בילדונג פאר אונזערע קינדער... עס וועט קומען דער טאג ואס מיינע קינדער וועלן שטאלצירן מיט מיר. און צו דיר טייערע נאדיא, מעגסט הייראטן א צווייטן מאן, כדי ער זאל זיין א פאטער פאר אונזערע קינדער. אין דעם הינזיכט ביסטו אינגאנצן פריי. איך בעט, זאלסט נישט טרויערן אויף וואס האט פאסירט, נאר קוקן אויפ'ן צוקונפט. איך שיק אייך מיינע לעצטע קושן. זייט מתפלל פאר מיין נשמה"

אלי כהן האט איבערגעלאזט א פרוי מיט דריי קינדער.

אלי כהן ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די בעסטע שפיאנען וואס ישראל האט נאר פארמאגט. און די מוסד בארימט זיך מיט אים נאך ביז היינט טראץ וואס ער איז געכאפט געווארן.

עס איז אנגענומען אז זיינע שפיאנאזש אינפארמאציע האט אסאך ארויסגעהאלפן ישראל ספעציעל מיטן זיין גוט צוגעגרייט צום זעקס טאגיגן קריג. און בעיקר אין די קאמפן מיט סיריע וועלכע האט צוגעברענגט דאס דערארבערן די גולן הויכן.

אלי כהן'ס קערפער האט מען באערדיגט אין דמשק און נאך ביז היינט 47 יאר שפעטער עקש'נען זיך נאכאלץ די סיריער ארויסצוגעבן זיין קערפער, ער זאל קענען קומען לקבר ישראל. נאך זיין טויט האט אים ישראל געהויבן אין ראנג פון מעידזשאר צו לויטענענט קוירנעל.

זיין פאמיליע און פריינד טענה'ן ביז היינט אז די מוסד איז שולדיג אין זיין אויפדעקונג, וויבאלד זיי האבן אים אויסגענוצט אומזיסט און אים געהייסן באריכטן יעדן טאג און צומאל אפ' צוויי מאל א טאג איבער אלץ וואס טוט זיך אינעם סירישען פארלאמענט אפגעזען ווי וויכטיג די אינפארמאציע איז. זיין פרוי נאדיא טענה'ט אז זיין לעצטע מאל פארן אויף סיריע איז גענצליך איבעריג געווען ווייל ער האט שוין דאן סייווי נישט צופיהל מער געקענט אויפטוהן פאר די ישראלים און די סכנה ער זאל געכאפט ווערן איז צו גרויס געווען. זיין ברודער אפרים איז אויפגעברויזט געווען פארוואס די ישראלים האבן נאכאנאנד געפיטערט די משפחה מיט פאלשע אינפארמאציע, געבנדיג אפטימיסטישע פאלשע האפענונג אויף זיין צוריקקער בעת אין דמשק האט מען שוין געמאלדן אין די פרעסע אויף זיין הינריכטונג.

אין מאי 2007 האט א סירישע הויכע באאמטער געזאגט אז ארויסגעבן זיין קערפער קומט נישט אין באטראכט צוליב וואס מען האט שוין זינט דאן ארויפגעבויעט איבער זיין קבר געביידעס און גאסן, אין צוגאב האט ער פרובירט אראפצונידערן די וויכטיגקייט פון זיינע אויפטוהאונגען פאר ישראל, טענה'נדיג אז זיינע ידיעות זענען געווען כלליות'דיג אבער נישט מיט ווייניג ווערט.

אין אקטובער 2011 האט באזוכט אין ישראל א כורדישער וועלכער איז געזעצן אין טורמע אין סיריע, און פארציילט אז ער האט געזען אין זיין צעל אויסגעקריצט אויפ'ן וואנט ווערטער אין עברית און אראביש וואס כהן האט אויסגעקריצט, ווי עס שיינט איידערן אים ארויספירן צום טויט: "עס טוט מיר נישט באנג אויף וואס איך האב געטוהן, אויב האב איך צער איז עס נאר אויף וואס איך האב נישט געטוהן, אדער נישט געקענט טוהן. צומאל פאלט א מענטש אדורך צוליב פריינד וועלכע שטרויכלען אים" פון די דאזיגע ווערטער קען מען אפלערנען אז כהן איז אנטדעקט געווארן צוליב א מסירה פון איינעם פון זיינע פריינד.

אויף הר הערצל איז דא א באשטימטע ארט צוגעגרייט פאר זיינע ביינער אויב וועט מען אמאל מצליח זיין זיי ארויפצוברענגען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר